בית פורומים כל העולם כולו

הערליכע אסיפה וועגן אריזאנע ווייץ ביי הגה"צ אב"ד שערי אורה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/4/2011 08:04 לינק ישיר 
הערליכע אסיפה וועגן אריזאנע ווייץ ביי הגה"צ אב"ד שערי אורה

פאריגן דאנערשטיג איז פארגעקומען א הערליכע אסיפה אין שטוב פון הגה"צ אב"ד שערי אורה ב"פ שליט"א, מיט באטייליגונג פון איבער 20 אויסגערופענע רבנים און פוסקים פון מערערע קהילות און קרייזן, וואו מ'האט ארויסגעברענגט די שעדליכע סילופים וזיופים פון לויפער וכת דילי' וועלכע זענען נישט נאר מהפך הקערה על פיה נאר זענען פשוט מכחיש שמש בצהרים.

נישט נאר האט יעדער ערנסטער רב אויף וועמען זיי האבן זיך פאררופן אפגעווארפן זייערע פאלשע סילופים און קלארגעשטעלט אז די ווערטער אין זייער נאמען זענען פשוט אויסגעזויגן פון פינגער, נאר אפילו די פראפעסארן אויף וועמען זיי האבן אויפגעבויט די פאפירענע געביידעס לאכן פון זיי ממש אין די פויסטן, זאגנדיג אז די טענות זענען אזוי לעכערליך אז ס'איז זינלאז זיך אפילו אפצוגעבן דערמיט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2011 17:34 לינק ישיר 

הרה''ג רבי בן ציון שטראסער שליט''א האט פארציילט ביי די אסיפה, אז ער האט געפרעגט איינעם פון די גרויסע לוחמים קעגן אריזאנא ווייץ, פארוואס ער האט זיך אזוי אנגעלייגט אויף די פירצה פון אריזאנא ווייץ עס איז דאך דא אסאך גרעסערע פירצות ביי כלל ישראל ?

האט אים יענער גענפערט אז דעם (כ''ק מרן הגה''ק רבי) אהרן, מיז מען אונטערברענגען, ווייל ער פארלאנגט פון זיינע חסידים אז מען זאל ניצן דאווקא אריזאנא ווייץ, מיז מען לוחם זיין דערקעגן עפ''ל,

רבי בן ציון האט דאס נאך פארציילט ברבים ביי די אסיפה, און ער האט געשטוינט ווי שטארק שנאה,קנאה, שלעכטע מידות, קען אראפ ברענגען מענטשען, אז מען זאל זיך דראפענען אויף די גראדע ווענט צו טרעפן פראבלעמען, בלויז ווייל רבינו שליט''א שטייט מיט די אריזנא ווייץ,

זעט אויס אז רבי בן ציון האט ערשט איצט אנערקענט, וואס פאר א שפילים, די זאליבאנצעס זענען, וואס מיר שרייען שוין זייט יום המר ונמהר, ח''י סוין תשנ''ט, דער טאג וואס מען האט אימפארטירט פון ישראל דעם גרעסטען מן הארץ, ומשחת במידות, רבי זאלישעל, האט רבי בן ציון ערשט איצט איינגעזען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הערליכע אסיפה וועגן אריזאנע ווייץ ביי הגה"צ אב"ד שערי אורה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext