| נשלח ב-4/4/2011 19:35 |
|
| |
היסטארישער לויית העצמות אין ראמעניא - טראץ חורבנות פון אתרא קדישא
היינט מאנטאג איז פארגעקומען אין ראמעניא א היסטארישער רירנדער לויית עצמות קדושות, פון טויזנטער קדושים הי"ד וועלכע זענען געווען באערדיגט אין א קבר אחים (א מאסן קבר), און זיי זענען ליידער אויסגעגראבן געווארן דורך די ראמענישער רעגירונג, מיטן תירוץ אז זיי ווילן דאס האבן פאר אויספארשונג איבער די מערדער.
נאך שווערע השתדלות פון די ועד להצלת בתי עלמין באיירופה (באקאנט דאהי אלס "אדמת קודש"), האט די רעגירונג מסכים געווען זאפארט צוריקצוגעבן אלע עצמות, צו באערדיגן אינעם ארטיגן אידישן ביה"ח בכבוד הראוי, למנוחת עולם, עד תחיית המתים בקרוב.
ביז עס איז אנטשטאנען א צדיק, איינער מיטן נאמען אליהו קויפמאן, געווען א משומד ה"י, היינט א בעל תשובה, אבער א ערנסט פארדרייטער מענטש, א באקנטער שרייבער אין פארשידענע ציוניסטישע צייטונגען, וואס די וועלכע ליינען זיינע ארטיקלען ווייסן צו זאגן פון אים אלס א פארדרייטער קאנספירירער און מויל מאכער.
ער האט באשלאסן צו שטערן די פעולות פונעם ועד, און ער האט אנגעהויבן א מערכה אויף צוויי פראנטן: ער האט געשתדלט ביי די רעגירונג, אז זיי זאלן דאס נישט געבן פארן ועד, נאר פאר אים, ווייל די ועד זענען נישט די ריכטיגע אידן, נאר ער איז דער אמתער פארטרעטער פון כלל ישראל, און פון די צווייטע זייט האט ער געעפנט א אנטיסמיטישע העצע קאמפיין אין די גויאישע ראמענישע צייטונגען אקעגן דעם ועד, און אקעגן הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א פערזענליך.
ווי פארשטענדליך, האט דער קויפמאן געפינען א שותף לדבר מצוה, ווען הערנדיג אז איינער ארבעט צו צעברעכן דעם ועד להצלת בתי עלמין, האט אתרא קדישא זיך ארויפגעכאפט דערויף מיט אלע פיר, און זייער גאנצע קאמפאני אינאיינעם מיט זייער מנהיג הגה"צ המפורסם הקדוש ר' שמידל, דער איינציגער אויטאריטעט וועם הקב"ה האט אויף דעם עולם לעניני קברים, אלע אינאיינעם האבן געארבעט צו צושטערן די השתדלות פונעם ועד, מיט ליגנערישע ארטיקלען און בריוון קעגן די ועד, שרייבנדיג ארטיקלען אז זיי זענען מחלל קברים און אז זיי האבן צוגעשטיצט דאס אויסצוגראבן די קברים, אא"וו (פארשטייט זיך יעדע זאך האט געהאט א "קראנטע מקור", נעמליך, די עדותשאפט פון הרב שמידל).
עס איז צו קורץ די צייט אויסצורעכענען וואסערע פיסלעך זיי האבן אלס אונטערגעלייגט פון אלע זייטן, לעגאלע און אונטערערדישע, פשוטע און געמיינע. (אפשר וועט מען נאך קענען מאריך זיין אין א שפעטערע געלעגנהייט).
למעשה האט די ועד אריינגעלייגט גרויסע כוחות נישט צוצולאזן די מחריבים, וועלכע האבן איין איינציגע ציהל, צו זיין די איינציגסטע אויטאריטעטן אויף קברים, און קענען צוריק מחדש זיין זייערע געלט קאנטראקטן, און אז יעדער וואס האט א אישו איבער קברים זאל נאר וויסן פון זייער אדרעס, אזוי אז זיי זאלן קענען גיבן גוטע פרייזן... (גארנישט קיין ליצנות).
און, הודו לה', היינט איז ענדליך נאך שווערע באמיאונגען און לאנגע פארשפעטיקונגען, פארגעקומען די מעמד הלוי', וואו עס זענען געווען אנוועזנד די חברה קדישא פון סאטמאר אין לאנדאן, וועלכע האבן אנגעפירט מיט די קבורה, און אזוי אויך איז ספעציעל געקומען צו פארן הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, מרבני אדמת קודש, וועלכער האט אויך געזאגט א ווארימער הספד.
כלל ישראל דאנקט השי"ת אז די מחריבים ומהרסים האבן געליטן א מפלת המן, און מען איז מתפלל אויף ווייטער אז די ערליכע עסקנים זאלן ווייטער מצליח זיין, און די קליפה פון אתרא קדישא זאל שוין גענצליך בטל ווערן במהרה בביאת המשיח.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 19:53 |
|
| |
דער קברים גרעבער ר' דוד שמידל שרייט אז אים האט ממנה געווען נישט קיין צווייטער ווי בריסקער רב און פאר דעם האט ער באקומען דעם שליסל פון קברים פון כביכול פינקט ווי ר' נתן יוסף האט באקומען דעם שליסל פון חינוך פון רעבעזירלניריאירכע.
ווי האט נאר פייוויל ווייס געזאגט דעמאלט: ער האט באקומען דעם שליסל, אבער מ'האט שוין געטוישט די שלעסער!
שמידל האט אפשר דעם שליסל, אבער די שלעסער זענען אלע געביטן געווארן.
_________________
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 06/04/2011 02:35:06
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 19:56 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 19:57 |
|
| |

|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 19:57 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 21:52 |
|
| |
יוסל90 זאגט אן די זאלונים א בשורה טובה, אז אלימלך שטערן ענד קא. זענען שוין איינגעשפאנט, און טראץ וואס עס איז נאכנישט דא קיין געבעקסן איבער די ועד'ס פעולות הצלה און די קבורת העצמות, זאגט ער אבער אז עס איז שוין אונטערוועגנס.
יוסל, דער אמת ברויך נישט נעמען אזויפיל צייט, און אפילו א שקר, פאר אזא געהאלט אויף וואס דו זיצט ב"ה, זייענדיג דער אונטערנעט שרייבער פון אתרא קדישא, מעגסטו ווען האבן גרייט אן אנטווארט אויפן פלאץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 21:59 |
|
| |
דער שמידל מיט זיין מאפיא קאמפאני זענען צעשפילט אויף כח. דער שטן האט געזיגט און די אתרא קדישא קברים גרעבער זענען ארויסגעשטויסן פון גאנץ אייראפע.
איצט האבן זיי געכאפט א שאס אין ראמאניע, און זיי שרייען קאזאק הנגזל.
יעצט גייט אנהייבן קומען קללות מיט א דאזען פאשקעווילן קעגן אלע רבנים פון אדמת קודש.... גארטלט אייך אונטער... אלע רבנים גייען יעצט ווערן מחללי שבת און אוכלי שפנים וחזרים.
אזוי לויטעט דער פסק פון די לישקע !
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 22:05 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 22:13 |
|
| |
מנשה סילוף וויינט מיט קראקעדיל טרערן די וואך אין ציינונג אז דער באנדיט שמידל איז ס'מערסטע אראפ געקוסטע אין באשימצטע מענטש אין כלל ישראל
יא יא שמידל האטסט דיך אריין געלייגט אין בעט מיט נחשים ועקרבים ביסטו געווארן איינס מיט זיי שמידל ליגט אין בעט מיט נואפים אין מחרירי ריב וואס מאכן חרוב א יעדע הייליגע מערכה אין כלל ישראל איז ער געווארן דער אראפ געקוסטע מענטש ביי כלל ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 22:40 |
|
| |
יא! עפעס א גוטס האט אדמת קודש אנגעדרייט און רעמעניא, מען קען שוין וואו די ווארט זאגער פון די זאליבאנישע לייצים, יוזל 90 מיט זיין קאלעגע סוג האבן שוין אנגעהויבן מיט די זאפטיגע קללות, זעט אויס אז און די קימענדיגע טעג וועט זיין א סאך וואס צו לאכן, פון די זאלי שוטים, אזא שטייגער וואו לעיקוואד, לאמיר זיי וויטנשען אז זיי זאלן עסן דאס געזינט, ביז עס וועט אויפגעגסן ווערן, אאון זאלן שעלטן און שעלטן, עד שיבלו שפתותיהם מלקלל!
_________________
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 06/04/2011 02:35:27
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 22:48 |
|
| |
נעקסטע יאר פורים ביים עם הארץ אויפן טיש וועט איינער נאך מאכן הרב הגאון ר' אליקים שליט"א אין נאכדכם וועט קומען אן אנטשולדיגען אין דער יוד אז סאיז געווען שלא בידיעה
א זאלי זאגט מיר אז ביי זשיאגן קען מען ריכיטיג זעהן ווי ער טרינקט עד דלא ידע
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 19:58 |
|
| |
איך וועל איבערגעבן דאס ווארט פאר יוסל90, כדי צו קענען ענטפערן גרינגער:
לכאורה, וואלט די ארטיקל געדארפט געשריבן ווערן מיט די גרעסטע מאס זהירות, בכדי נישט צו פוגע זיין בכבודו פון הגר"א שלעזינגער, וואס און די פארגאנגענהייט, (בעפאר ער האט זיך געטראפן נייע חברים ווי דעם מומר און עוכר ישראל מייקל שודריך) איז געווען פאררעכענט פון די מחנה יראי ד' וועלכע זענען געשטאנען לימינם פון די לוחמי מלחמת ד', אבער ליידער אזוי ווי די ארגאניזאציע וואס ער שטייט בראש, האט זיך צוגעשטעלט צו די פושעים, און האבן געוואלט פאררעטן אלע בתי חיים פון אבותינו ואבות אבותיהם און ראמעניע, און זיי האלטן זיך גאר גרויס דערמיט, טאר מען נישט שווייגן.
לאמיר קודם א קליינע הקדמה איבער דעם פערזאן ר' אלי' קויפמאן, א זשונראליסט, וואס וואוינט היינט און ראמעניע, און פירט א העפטיגן קאמף קעגן די רעליגעזע ארכעאלאגן צווישן זיי דער שייגאץ משה הערשאפט, וואס האט און די פארגאנגענהייט צובלוטיגט א איד פארן נישט לאזן מחלל זיין קברי אבותינו אין ווילנא.
יעדעס ווארט וואס דער ר"א קויפמאן שרייבט שרייבט און זיינע בריוו'ן איז "אמת ויציב", אחת מהנה לא נעדרה, ער שרייבט נישט קיין איין ווארט שקר, טראץ וואס ער שרייבט זייער שארף ווי איינער וואס האט נישט קיין גרעניצן, נישט בדרך כבוד.
צווייטענס, ר' אלי' קויפמאן איז אויסדריקליך נישט קיין אפיציעלער שליח פון אתרא קדישא, און דעם צעטיל וואס ער טראגט מיט זיך און וואס בן ציון לאוב מיט אהרן יוסל פר"מ האבן עס אריינגעלייגט אין אינטערנעט, איז עם געגעבן אויף א געוויסע שליחות אויף א ספעציפישע מיסיע, און ער נוצט עס אויף אלע זיינע אקטיוויטעטן, מיט דעם אלעם נעמט די איינע פאקט גארנישט אוועק די ווארהייט פון זיינע ווערטער איבער די ווייטאגליכע ראלע וואס די שלעזינגער פאמיליע טראגט און די לעצטע פאר יאר, מיט זייערע אומ-אחריות'דיגע אקטיוויטעטן אין אייראפע,
א. די שערוריה האט זיך אנגעהויבן מיט 7-8 יאר צוריק, ווען די ארטיגע אזויגערופע אידישע געמיינדע אין בוקארעסט - אין ראמעניע (א געמיינדע וועלכע באשטייט פון פושעי ישראל) האבן געשלאסן א קאנטראקט מיט רומענישע רעגירונג צו פארקויפן אלע בתי חיים'ס פאר כל המרבה במחיר.
ב. דעם שרעקליכן הסכם איז געווען אזוי שוידערליך, אז עס האט מסכן אלע בתי חיים, און מ'האט מורא געהאט דעמאלץ אז די אלע בתי חיים וועלן באלאנגען פאר גויים מומרים, און פון דארט און ווייטער ביזן אויסגראבן איז דער וועג זייער קורץ.
ג אין דעם סקאנדאל איז געווען פארמישט דער באנדיט און עוכר ישראל דער פוקר מנחם הכהן וועלכער איז געווען דאן דער "רב הראשי" פון בוקארעסט (געוועזענער "חבר הכנסת" פון מפא"י א ברידער פון רב שמואל אבידור הכהן) , אויך איז געווען אריינגעטאן און דעם דער וויזשניצער "חבר הכנסת" שמעלקא האלפערט.
ד. דעמאלץ איז "אתרא קדישא" אראפגעפארן קיין ראמעניע, אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א, און הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו, און הרה"ח ר' אלימלך שטערן הי"ו, און האבן געטאן פילע השתדלות צו אפהאלטן דעם שוידערליכן הסכם אז עס זאל ארויסגיין מכח אל הפועל.
ה. ווען מ'איז געזעצן מיט די ארטיעגע געמיינע איבער פארהאנדלומגען, האבן זיין שוין דאן געזאגט, אז זיי האבן באקומען צו דעם הסכם די פילע הסכמה פון הרב שלעזינגער און פאר זיי איז עס גענוג, עס האט שוין דעמאלץ אויפגעציטערט יעדן איינעם הערענדיג די ווערטער, אז הרב שלעזינגער פון לאנדאן זאל געבן אן הסכמה צו פארקויפן אלע בתי חיים לזרים.
ו. הגאון ר' דוד שליט"א האט דעאמאלץ געלאזט הערן זיין מיינוג אז מ'טאר נישט פארקויפן קיין בתי חיים פאר קיינעם, אפילו די וועלכע עס האט נישט קיין מצבות, ווייל עס קען זיין אז אין די קרקע געפונען זיך קברים, און אפילו עס איז שוין דארט נישטא קיין קברים, טאר מען עס אויך נישט פארקויפן, ווייל דער מנחת יצחק שרייבט און א תשובה אז א קרקע בית החיים האט א קדושה., דעריבער טאר מען גארנישט פארקויפן.
ז. זענען געקומען די אידישע געמיינדע, און האבן געזאגט אז זיי וועלן ברענגען אזא מאשין וואס קען מאכן א טעסט צו עס איז דא קברים דארט צו נישט, האט הגאון ר' דוד שליט"א געזאגט, אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף א טעסט , ווייל נישט אלעמאל זאגט עס דעם אמת, האט די אידישע געמיינדע ווידער גענטפערט, אז הרב שלעזינגער איז מתיר א טעסט, און דער היתר איז גענונג פאר זיי.
ח. צום שלאס האט דער "וועד להצלת בתי עלמין" פון הערשאפט מיט הרב שלעזינגער, ארויסגענומען דורך הגר"ח וואזנער דעמאלסטיגער סאטמאר לאנדאנער רב, אן האלבער "היתר" פון הגר"ש וואזנער אז מ'מעג פארקויפן די שטחים פון בית החיים וואס איז נישטא פוןן אויבנאן קיין קברים, נאר מיט א תנאי אז דער שטח בלייבט פאר'ן באנוץ פון בית החיים, אזוי ארום איז נישטא קיין חשש אז עס וועט פארקומען חפירות אויפן ארט.
ט. למעשה האט די ראמענישע געמיינדע נישט אנגענומען די תנאי, ווייל עס איז נישט געווען קיין געשעפט פאר זיי, ווייל זיי ועלן נישט קענען מאכן קיין ביזנעס דערפון אויב עס בלייבט ווייטער פאר די צוועקן פונעם בית החיים. אזוי אויך האט הגר"ש וואזנער צוריק געצויגן פונעם "היתר", אבער ווער האט נישט צוריק געצויגן הרב שלעזינגער.
י. אתרא קדישא האט דעמאלץ אונטערגענומען א מעכטיגע מערכה צו חרוב מאכן דעם הסכם, און אז מ'זאל ח"ו נישט גראבן דורך טעסטן, אבער הרב שלעזינגער האלט אז מ'מעג יא, ער איז אויך א מאן דאמר, ער איז אויך א פוסק.
יא. לאור דעם שרעקליכן הסכם מיט די רעגירונג וואס הרב שלעזינגער האט געשטיצט, האט די אידישע געמיינדע די ארטיגע מתבוללים אנגעהויבן צו מאכן טעסטן אין דעם "קבר אחים" אין יאסי, און דערנאך האבן זיי אנגעהויבן דארט צו גראבן מיט די אוסרייד אז עס איז גויים,
יב. ווען די חפירות האט זיך אנגעהויבן האבן די ארטיגע מתבוללים און דער מנוול אורעל ווינער דער נשיא פון די אידישע רומענישע פעדעראציע נישט געוואלט הערן פון די ומחאות פון "אתרא קדישא" אז זיי זאלן אויפהערן די חפירות, זאגענדיג אז הרב שלעזינגער זאגט אז וויבאלד עס איז א ספק גויים מעג מען דארט פארזעצן די גראבונגען.
יג .די גאנצע צייט וואס די חפירות זענען אנגעגאנגען מיט די דירעקטע שולד פון הרב שלעזינגער זענען די אהרונים די מיט זייער "בלאט" געוועזן שטיל, זיי האבן אפגעשטילט די שערוריה פון חילול הקברים, באין פוצה פה ומצפצף.
יד. ווען די סקאנדאל איז געווארן שטערקער און שטערקער און מ'האט אויפגערודערט די וועלט, האט די געמיינדע געמוזט אויפהערן די חפירות, און דעמאלץ נאך א דרוק האט די רעגירונג צוריק געגבן א ביסל ביינער פאר די באנדיטן פון די אידישע געמיינדע, וועלכע האבן עס "ברוב טובם" געגעבן פאר זייער גוטער פריינט הרב שלעזינגער דער מכשיר חילול הקברים זיי זאלן עס ברענגען לקבורה, און דער צינדער (עיין ויואל משה) האט באקומען אן ערלויבעניש צו אויסלעשן דעם פייער וואס ער האט אנגעצינדן.
טו. איצט כדי אראפצונעמען די שולד פון זיך, האבן די שלעזינגער'ס מיט משה הערשאפט, צוזאצמען מיט די מושחתים פון "אדמת קודש" ווי דער הערצקא צוויבל מיט בן ציון לאוב, אפגעראכטן א מין "לווי'ה" צערעמאניע, ווי מברענגט נאכאמאל לקבורה, די ביינער וואס זיי האבן געגעבן רשות אויסצוגראבן, און אנשטאט זיך שעמען פון נידעריגקייט און אומווערדיגקייט וואס זיי האבן אפגעטאן, האבן זיי נאך די העזה צו באשולדיגן "אתרא קדישא" אז זיי זענען גאר די וואס האבן נישט געלאזט אויפהערן דעם חילול הקברים.
די מושחתים, די פארדארבענע נידעריגע עלעמענטן, וואס האבן געגעבן רשות און אן "הסכמה" צו פארקויפן אלע בתי חיים'ס אין ראמעניע וואס האט צוגעברענגט צו די שערוריה און יאסי, די באנדיטן וואס האבן ארויסגעשלעפט דעם "היתר" פון הגר"ש וואזנער, ווען "אתרא קדישא" איז געווען דערגעגען אלעס, די שעמען זיך נישט צו שרייען איצט אז "אתרא קדישא" איז שולדיג אויף די חילולי הקברים און יאסי.
אויף די חברה האט דוד המלך געזאגט אין תהילים "מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ד' גם שניהם".
קוקט א חילוק, מיט א וואך צוריק איז פארגעקומען א ריזיגע לווי'ה אין ירושלים, ווי טויזענטער אידן האבן מיט גרויס ווייטאג בהכנעה באגלייט די עצמות הקדושות פון יפו, וואס די ארכעאלאגן האבן מחלל געווען.
אבער פון צווייטן זייט ביי די לווי'ה "צעראמאניע" אין "יאסי", זעט מען דעם מושחת הירצקא צוויבעל שטייט במקום הקבר און לאכט צום פיקטשער, ווי עס וואלט געווען א שאו שפיל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 20:16 |
|
| |
איך וועל פרובירן צו גיין בערך אין די סדר פון זיין תגובה, איך וועל שרייבן יעדע ענין אין א באזונדערע תגובה:
1) אלי' קופמאן.
ער שרייבט אז אלי' קויפמאן איז נישט קיין שליח פון אתרא קדישא.
זעהט אויס ער ווייסט גוט ווער דער קויפמאן איז, און ער וויל ברענגען די רפואה פאר די מכה, און זאגן אז ער האט גארנישט מיט אתרא קדישא. אבער, איך מיין אז איך ברויך קיינעם נישט אויפווייזן דעם אמתן מציאות ווי זיי ארבעטן גענצליך אינאיינעם, נאכדעם וואס איך האב געברענגט א בריוו בחתימת יד קדשו פון רב שמידל, וואו ער איז אים ממנה אלס זיין שליח אין רומעניא. אלע ארטיקלען פון קויפמאן, אלע אנטיסעמיטישע העצערייען אין די צייטונגען, זענען געבויט אויף אתרא קדישא, און איבעראל פארציילט ער איבער זיינע משלחים, אתרא קדישא און נידרמאן און שטערן פון נוי יארק. איך ווייס נישט וויאזוי א מענטש קען לייקענען א זאך וואס איז אזוי ברייט און אפן שווארץ אויף ווייס.
און צו פארשטיין אביסל ווער דער קויפמאן איז, לאמיר אייך פארציילן א סורפרייז: ער וואוינט רח"ל מיט א גויטע!.
ווען עס האט זיך אנגעהויבן מיט זיינע שטיק קעגן דעם ועד להצלת בתי עלמין באיירופה, האט דער ועד אנגעהויבן נישטערן ווער דער צודרייטער פערזאן איז, און זיי זענען דערנגאנגען אז לא פחות ולא יותר, ער וואוינט מיט גויטע, האבן זיי אנגעהויבן פארציילן פאר רבנים דערוועגן און עס האט זיך אנגעהויבן א שטיקל קאך, האט ער מודיע געווען אז ס'איז א פאלשער שמועה, זי איז א גיורות!.
האט מען פארלאנגט פון אים ער זאל ווייזן עפעס א כתב אדער כאטש זאגן בע"פ וועלכע בי"ד האט איר מגייר געווען, איז ארויסגעקומען זיין תשובה נאכן ארומדרייען, אז ער אליינס האט געמאכט מיט איר א א"ג גיור.
קאמענטארן זענען איבריג, און די ס"ה איז אז ס'איז נישט קיין הוצאת שם רע צו פארציילן אז "ער וואוינט מיט א גויטע", און "ער" איז דער צדיק הממונה מטעם אתרא קדישא בראשות רב שמידל צו זיין אין איירופה דער איינציגער שליח פון הקב"ה אויף קברים, און ווי פארשטענדליך, הוא ולא אחר.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 05/04/2011 20:22:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 20:56 |
|
| |
2) דאס פארקויפן שטחים פון די רעגירונג.
צוערשט א הקדמה: די ענין פאר די שטחים האט יוסל אריינגעבלאנדשעט אהער ווי א ריכטיגער אינו יודע, ווייל עס האט זילטש שייכות צום גאנצן ענין אין יאס, וואו די שטח געהער נאך פאר די רעגירונג געהעריג. די חפירות זענען געווען דורך די רעגירונג, מיט א תירוץ אז זיי ווילן אויספארשן די מערדער, און סהאט נישט קיין שום שייכות מיט קיין פריוואטן קונה וכדומה.
אבער אז ער האט דאס שוין יא אויפגעברענגט, לאמיר טאקע אויסנוצן די געלעגנהייט, און פארציילן דעם אמת איבער יענע פרשה.
עס האט זיך גערעדט פון א ענין וואס איז שייך אויף גאנץ רומעניא באופן כללי, וואו עס זענען פאראן פילע שטחים און וועלדער וועלכע זענען אנגענומען אז דארט זענען פארהאן קברים, אן קיין שום סימן. דאס איז א ערנסטע פראבלעם, ווייל מיט די צייט ווערט דאס מער און מער פארלאזט, און קיינער קוקט זיך נישט אום דערויף, און אויב וועט דאס בלייבן ביי די רעגירונג, וועלן זיי ביז אפאר יאר דאס אוועקנעמען אן קיינעמס וויסן. דעריבער איז געווען א שאלה, צו מזאל לאזן די רעגירונג דאס פארקויפן, מיט א תנאי, אז דער שטיקל שטח וואס האט א ספק קברים, זאל מען נישט טארן בויען דערויף, עס זאל האבן א דין ווי א בית עולם, און די אייגנטומער זאלן אכט גיבן דערויף.
דאס האט מען אנגעפרעגט ביים פוסק הדור הגאון הרב וואזנער שליט"א, (א מעשה פון 4 יאר צוריק), און ער האט געפסקנט אז מען זאל טאקע אזוי טוהן, און עס לאזן פארקויפן אויף אזא פארנעם.
אגב, דאס איז נאך דערווייל קיינמאל נישט געקומען לידי מעשה.(!)
בשעתו, האט הרב שמידל מיט אלע ארומיגע אתרא קדישא אידן (די הייליגע מאפיא'ס) אנגעהויבן פארפירן ביי רבנים אין אר"י קעגן די שרעקליכע זאך וואס די ועד האט דא געטוהן, אז מען האט איינגעשטעלט (לייען: געראטעוועט) גאנץ רומעניא! ווייל לויט זיי וועט זיין א חורבן אויב די רעגירונג פארקויפט די שטחים.
האט הגאון ר' אליקים שליט"א געזאגט בענוותנותו, אז טראץ וואס ער האט געגעבן זיין הסכמה נאר לויט די הוראה פון הרב וואזנער שליט"א, אבער אז רב שמידל איז נישט צופרידן, איז ער מסכים מען זאל גיין צום בי"ד אין ירושלים, זיי זאלן אויסהערן ביידע צדדים (אויב עס איז בכלל פארהאן נאך א צד...), און זיי זאלן זאגן זייער דעת תורה.
אזוי איז טאקע געבליבן, מען האט באשטימט א ישיבת בי"ד, און די פארשטייער פונעם ועד זענען ארויפגעקומען, די בי"ד זיצט גרייט, און... (איך מיין אז ווער עס האט שוין געליינט מיינע תגובות ביז היינט ווייסט שוין דעם אויספיהר): רב שמידל איז נישט אנגעקומען!
כמשמעו... (מיין טאכטער זאגט אזא פאל: טיפיקל...)
אפאר טעג שפעטער, האט אנגערופן אין בי"ד א איד, זיין נאמען איז... אליהו פרענקל! און ער זאגט אז ער איז גרייט צו פארטרעטן די צד פון רב שמידל, און מען זאל מאכן נאך א זיצונג מיטן ועד און מיט אים. (נאכאמאל: קויפמאן האט גארנישט מיט אתרא קדישא...). אויף דעם אבער האט די בי"ד נישט רעאגירט, זיי האבן בעסער וואס צו טאן ווי זיך אפגעבן מיט קראנקע אידן, און ביי דעם איז עס געבליבן.
אלזא, ס"ה איבער די נושא פון הרב וואזנער: 1) דער היתר האט נישט קיין שום שייכות צו די קברים אין יאס, 2) דער סארט מקח פון וואס מ'האט גערעדט איז נאך ניטאמאל איינמאל געקומען לידי מעשה, 3) הרב וואזנער האט זיין היתר קיינאמל נישט געטוישט, 4) ווען בי"ד האט געוואלט דן זיין צו ס'איז דא א טענה דערקעגן איז רב שמידל נישט געקומען צו בי"ד כדרכו.
ע"כ המעשה, ומכאן ואילך לאזן מיר איבער פאר יוסלען ער זאל אונז פארציילן וואס ער האט צו קריטיקירן דעם ועד איבער יענע נושא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 21:09 |
|
| |
3) דאס שטילקייט אין בלאט איבער די חפירות אין רומעניא.
פשיהא, קאן נישט זיין בעסער! יוסל גיט מיר אריין אין מויל די ריכטיגסטע ווערטער וויאזוי אראפצומאלן די חילוק צווישן "אתרא קדישא" ביז סיי וועלכע פון די אנדערע פארשידענע ארגאניזאציעס לעניני קברים.
דאס שטילקייט אין בלאט! דאס איז די חילוק!
אתרא קדישא, ווען זיי ווערן געוואויר פון א פלאץ וואו מ'איז מחלל קברים, וואס טוט מען די ערשטע זאך? פאשקעווילן און פראטעסטן!!! נאך פאר מען זעהט צו מען קען אפשר עפעס אויפטוהן נארמאל און מענטשליך, הייבט מען אן א "שטורעמישע מערה, און אזוי ברענגט מען אונטער יעדן שאנס פון הצלת קברים! עס איז שוין ביי זיי אזוי נארמאל דער מהלך, אז יוסל פרעגט אפילו א "הארבע קושיא", הלמאי מיר זענען געווען שטיל אין די גאס.
איר פארשטייט וואס דא גייט פאר? אין די צייט וואס די ועד האט געארבעט אימערמידלעך, דורך אלע סארט השתדלות, צוערשט מיט א שיינעם בריוו, דערנאך מיט א שארפע ווארענונג בריוו, דערנאך מיט די אויסלענדישע אמבאסאדארן, און די ארבעט איז געווען ביטער שווער ווען אין די זעלבע צייט האבן די מהרסים און מחללי קברים באיצטלא דרבנן אנגעדרייט א שווערע העצע אין די גויאישע גאס אין רומעניא קעגן דעם ועד, און מען האט געמוזט ארבעטן ביטער שווער דאס אפצושלאגן, ביז ביז מען איז אנגעקומען צום ערוואטעטן ציהל, אז די רעגירונג זאל אויפהערן די טעסט'ס אויף די עצמות און דאס לאזן צוריק מקבר זיין, קען מען יעצט א קוק טאן: וואס וואלט אתרא קדישא געטאן ווען נישט דעם ועד? אט האמיר א עדות פון יוסלען: געהעצט אין די צייטונגען! פראטעסטירט און פארפירט.
און וואו וואלט מען אנגעקומען? דארט וואו מען איז ליידער אנגעקומען אין יפו...
און דערמיט בין איך מסיים, איף האף אז דער בילד איז קלאר.
 |
|
|
|
|
|