| נשלח ב-4/4/2011 21:40 |
|
| |
די נידעריגייט פון די בצל-הערשאפט גרופע אין ראמעניע
א לענגערע ארטיקל וועט שפעטער נאכפאלגן
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 22:06 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 22:32 |
|
| |
קרעדיט: FIVEBORO
היסטארישער לויית העצמות אין ראמעניא - טראץ חורבנות פון אתרא קדישא
היינט מאנטאג איז פארגעקומען אין ראמעניא א היסטארישער רירנדער לויית עצמות קדושות, פון טויזנטער קדושים הי"ד וועלכע זענען געווען באערדיגט אין א קבר אחים (א מאסן קבר), און זיי זענען ליידער אויסגעגראבן געווארן דורך די ראמענישער רעגירונג, מיטן תירוץ אז זיי ווילן דאס האבן פאר אויספארשונג איבער די מערדער. נאך שווערע השתדלות פון די ועד להצלת בתי עלמין באיירופה (באקאנט דאהי אלס "אדמת קודש"), האט די רעגירונג מסכים געווען זאפארט צוריקצוגעבן אלע עצמות, צו באערדיגן אינעם ארטיגן אידישן ביה"ח בכבוד הראוי, למנוחת עולם, עד תחיית המתים בקרוב. ביז עס איז אנטשטאנען א צדיק, איינער מיטן נאמען אליהו קויפמאן, געווען א משומד ה"י, היינט א בעל תשובה, אבער א ערנסט פארדרייטער מענטש, א באקנטער שרייבער אין פארשידענע ציוניסטישע צייטונגען, וואס די וועלכע ליינען זיינע ארטיקלען ווייסן צו זאגן פון אים אלס א פארדרייטער קאנספירירער און מויל מאכער. ער האט באשלאסן צו שטערן די פעולות פונעם ועד, און ער האט אנגעהויבן א מערכה אויף צוויי פראנטן: ער האט געשתדלט ביי די רעגירונג, אז זיי זאלן דאס נישט געבן פארן ועד, נאר פאר אים, ווייל די ועד זענען נישט די ריכטיגע אידן, נאר ער איז דער אמתער פארטרעטער פון כלל ישראל, און פון די צווייטע זייט האט ער געעפנט א אנטיסמיטישע העצע קאמפיין אין די גויאישע ראמענישע צייטונגען אקעגן דעם ועד, און אקעגן הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א פערזענליך. ווי פארשטענדליך, האט דער קויפמאן געפינען א שותף לדבר מצוה, ווען הערנדיג אז איינער ארבעט צו צעברעכן דעם ועד להצלת בתי עלמין, האט אתרא קדישא זיך ארויפגעכאפט דערויף מיט אלע פיר, און זייער גאנצע קאמפאני אינאיינעם מיט זייער מנהיג הגה"צ המפורסם הקדוש ר' שמידל, דער איינציגער אויטאריטעט וועם הקב"ה האט אויף דעם עולם לעניני קברים, אלע אינאיינעם האבן געארבעט צו צושטערן די השתדלות פונעם ועד, מיט ליגנערישע ארטיקלען און בריוון קעגן די ועד, שרייבנדיג ארטיקלען אז זיי זענען מחלל קברים און אז זיי האבן צוגעשטיצט דאס אויסצוגראבן די קברים, אא"וו (פארשטייט זיך יעדע זאך האט געהאט א "קראנטע מקור", נעמליך, די עדותשאפט פון הרב שמידל). עס איז צו קורץ די צייט אויסצורעכענען וואסערע פיסלעך זיי האבן אלס אונטערגעלייגט פון אלע זייטן, לעגאלע און אונטערערדישע, פשוטע און געמיינע. (אפשר וועט מען נאך קענען מאריך זיין אין א שפעטערע געלעגנהייט). למעשה האט די ועד אריינגעלייגט גרויסע כוחות נישט צוצולאזן די מחריבים, וועלכע האבן איין איינציגע ציהל, צו זיין די איינציגסטע אויטאריטעטן אויף קברים, און קענען צוריק מחדש זיין זייערע געלט קאנטראקטן, און אז יעדער וואס האט א אישו איבער קברים זאל נאר וויסן פון זייער אדרעס, אזוי אז זיי זאלן קענען גיבן גוטע פרייזן... (גארנישט קיין ליצנות). און, הודו לה', היינט איז ענדליך נאך שווערע באמיאונגען און לאנגע פארשפעטיקונגען, פארגעקומען די מעמד הלוי', וואו עס זענען געווען אנוועזנד די חברה קדישא פון סאטמאר אין לאנדאן, וועלכע האבן אנגעפירט מיט די קבורה, און אזוי אויך איז ספעציעל געקומען צו פארן הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, מרבני אדמת קודש, וועלכער האט אויך געזאגט א ווארימער הספד. כלל ישראל דאנקט השי"ת אז די מחריבים ומהרסים האבן געליטן א מפלת המן, און מען איז מתפלל אויף ווייטער אז די ערליכע עסקנים זאלן ווייטער מצליח זיין, און די קליפה פון אתרא קדישא זאל שוין גענצליך בטל ווערן במהרה בביאת המשיח.
איינע פון די געמיינע פאשקעווילן פון קויפמאן, קעגן הגאון הגדול הרב שלעזיגער שליט"א
אתרא קדישא טרעפט א פלאץ חרוב צו מאכן, הרב שמידל איז ממנה קויפמאן אלס זיין שליח
קויפמאן באשרייבט זיך אין די ראמענישע צייטונגען
א ענגלישער איבערטייטש פון איינע פון קויפמאן'ס שמוציגע ארטיקלען אין די ראמענישע צייטונגען פול מיט אנטיסימעטיזים, און ליגנעריש הסתה קעגן הרב שלעזינדער שליט"א, נוסח לויפער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2011 22:33 |
|
| |
נאא, מיר ווארטן אויפן פארשפראכענעם ארטיקל.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 02:15 |
|
| |
לכאורה, וואלט די ארטיקל געדארפט געשריבן ווערן מיט די גרעסטע מאס זהירות, בכדי נישט צו פוגע זיין בכבודו פון הגר"א שלעזינגער, וואס און די פארגאנגענהייט, (בעפאר ער האט זיך געטראפן נייע חברים ווי דעם מומר און עוכר ישראל מייקל שודריך) איז געווען פאררעכענט פון די מחנה יראי ד' וועלכע זענען געשטאנען לימינם פון די לוחמי מלחמת ד', אבער ליידער אזוי ווי די ארגאניזאציע וואס ער שטייט בראש, האט זיך צוגעשטעלט צו די פושעים, און האבן געוואלט פאררעטן אלע בתי חיים פון אבותינו ואבות אבותיהם און ראמעניע, און זיי האלטן זיך גאר גרויס דערמיט, טאר מען נישט שווייגן.
לאמיר קודם א קליינע הקדמה איבער דעם פערזאן ר' אלי' קויפמאן, א זשונראליסט, וואס וואוינט היינט און ראמעניע, און פירט א העפטיגן קאמף קעגן די רעליגעזע ארכעאלאגן צווישן זיי דער שייגאץ משה הערשאפט, וואס האט און די פארגאנגענהייט צובלוטיגט א איד פארן נישט לאזן מחלל זיין קברי אבותינו אין ווילנא.
יעדעס ווארט וואס דער ר"א קויפמאן שרייבט שרייבט און זיינע בריוו'ן איז "אמת ויציב", אחת מהנה לא נעדרה, ער שרייבט נישט קיין איין ווארט שקר, טראץ וואס ער שרייבט זייער שארף ווי איינער וואס האט נישט קיין גרעניצן, נישט בדרך כבוד.
צווייטענס, ר' אלי' קויפמאן איז אויסדריקליך נישט קיין אפיציעלער שליח פון אתרא קדישא, און דעם צעטיל וואס ער טראגט מיט זיך און וואס בן ציון לאוב מיט אהרן יוסל פר"מ האבן עס אריינגעלייגט אין אינטערנעט, איז עם געגעבן אויף א געוויסע שליחות אויף א ספעציפישע מיסיע, און ער נוצט עס אויף אלע זיינע אקטיוויטעטן, מיט דעם אלעם נעמט די איינע פאקט גארנישט אוועק די ווארהייט פון זיינע ווערטער איבער די ווייטאגליכע ראלע וואס די שלעזינגער פאמיליע טראגט און די לעצטע פאר יאר, מיט זייערע אומ-אחריות'דיגע אקטיוויטעטן אין אייראפע,
א. די שערוריה האט זיך אנגעהויבן מיט 7-8 יאר צוריק, ווען די ארטיגע אזויגערופע אידישע געמיינדע אין בוקארעסט - אין ראמעניע (א געמיינדע וועלכע באשטייט פון פושעי ישראל) האבן געשלאסן א קאנטראקט מיט רומענישע רעגירונג צו פארקויפן אלע בתי חיים'ס פאר כל המרבה במחיר.
ב. דעם שרעקליכן הסכם איז געווען אזוי שוידערליך, אז עס האט מסכן אלע בתי חיים, און מ'האט מורא געהאט דעמאלץ אז די אלע בתי חיים וועלן באלאנגען פאר גויים מומרים, און פון דארט און ווייטער ביזן אויסגראבן איז דער וועג זייער קורץ.
ג אין דעם סקאנדאל איז געווען פארמישט דער באנדיט און עוכר ישראל דער פוקר מנחם הכהן וועלכער איז געווען דאן דער "רב הראשי" פון בוקארעסט (געוועזענער "חבר הכנסת" פון מפא"י א ברידער פון רב שמואל אבידור הכהן) , אויך איז געווען אריינגעטאן און דעם דער וויזשניצער "חבר הכנסת" שמעלקא האלפערט.
ד. דעמאלץ איז "אתרא קדישא" אראפגעפארן קיין ראמעניע, אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א, און הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו, און הרה"ח ר' אלימלך שטערן הי"ו, און האבן געטאן פילע השתדלות צו אפהאלטן דעם שוידערליכן הסכם אז עס זאל ארויסגיין מכח אל הפועל.
ה. ווען מ'איז געזעצן מיט די ארטיעגע געמיינע איבער פארהאנדלומגען, האבן זיין שוין דאן געזאגט, אז זיי האבן באקומען צו דעם הסכם די פילע הסכמה פון הרב שלעזינגער און פאר זיי איז עס גענוג, עס האט שוין דעמאלץ אויפגעציטערט יעדן איינעם הערענדיג די ווערטער, אז הרב שלעזינגער פון לאנדאן זאל געבן אן הסכמה צו פארקויפן אלע בתי חיים לזרים.
ו. הגאון ר' דוד שליט"א האט דעאמאלץ געלאזט הערן זיין מיינוג אז מ'טאר נישט פארקויפן קיין בתי חיים פאר קיינעם, אפילו די וועלכע עס האט נישט קיין מצבות, ווייל עס קען זיין אז אין די קרקע געפונען זיך קברים, און אפילו עס איז שוין דארט נישטא קיין קברים, טאר מען עס אויך נישט פארקויפן, ווייל דער מנחת יצחק שרייבט און א תשובה אז א קרקע בית החיים האט א קדושה., דעריבער טאר מען גארנישט פארקויפן.
ז. זענען געקומען די אידישע געמיינדע, און האבן געזאגט אז זיי וועלן ברענגען אזא מאשין וואס קען מאכן א טעסט צו עס איז דא קברים דארט צו נישט, האט הגאון ר' דוד שליט"א געזאגט, אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף א טעסט , ווייל נישט אלעמאל זאגט עס דעם אמת, האט די אידישע געמיינדע ווידער גענטפערט, אז הרב שלעזינגער איז מתיר א טעסט, און דער היתר איז גענונג פאר זיי.
ח. צום שלאס האט דער "וועד להצלת בתי עלמין" פון הערשאפט מיט הרב שלעזינגער, ארויסגענומען דורך הגר"ח וואזנער דעמאלסטיגער סאטמאר לאנדאנער רב, אן האלבער "היתר" פון הגר"ש וואזנער אז מ'מעג פארקויפן די שטחים פון בית החיים וואס איז נישטא פוןן אויבנאן קיין קברים, נאר מיט א תנאי אז דער שטח בלייבט פאר'ן באנוץ פון בית החיים, אזוי ארום איז נישטא קיין חשש אז עס וועט פארקומען חפירות אויפן ארט.
ט. למעשה האט די ראמענישע געמיינדע נישט אנגענומען די תנאי, ווייל עס איז נישט געווען קיין געשעפט פאר זיי, ווייל זיי ועלן נישט קענען מאכן קיין ביזנעס דערפון אויב עס בלייבט ווייטער פאר די צוועקן פונעם בית החיים. אזוי אויך האט הגר"ש וואזנער צוריק געצויגן פונעם "היתר", אבער ווער האט נישט צוריק געצויגן הרב שלעזינגער.
י. אתרא קדישא האט דעמאלץ אונטערגענומען א מעכטיגע מערכה צו חרוב מאכן דעם הסכם, און אז מ'זאל ח"ו נישט גראבן דורך טעסטן, אבער הרב שלעזינגער האלט אז מ'מעג יא, ער איז אויך א מאן דאמר, ער איז אויך א פוסק.
יא. לאור דעם שרעקליכן הסכם מיט די רעגירונג וואס הרב שלעזינגער האט געשטיצט, האט די אידישע געמיינדע די ארטיגע מתבוללים אנגעהויבן צו מאכן טעסטן אין דעם "קבר אחים" אין יאסי, און דערנאך האבן זיי אנגעהויבן דארט צו גראבן מיט די אוסרייד אז עס איז גויים,
יב. ווען די חפירות האט זיך אנגעהויבן האבן די ארטיגע מתבוללים און דער מנוול אורעל ווינער דער נשיא פון די אידישע רומענישע פעדעראציע נישט געוואלט הערן פון די ומחאות פון "אתרא קדישא" אז זיי זאלן אויפהערן די חפירות, זאגענדיג אז הרב שלעזינגער זאגט אז וויבאלד עס איז א ספק גויים מעג מען דארט פארזעצן די גראבונגען.
יג .די גאנצע צייט וואס די חפירות זענען אנגעגאנגען מיט די דירעקטע שולד פון הרב שלעזינגער זענען די אהרונים די מיט זייער "בלאט" געוועזן שטיל, זיי האבן אפגעשטילט די שערוריה פון חילול הקברים, באין פוצה פה ומצפצף.
יד. ווען די סקאנדאל איז געווארן שטערקער און שטערקער און מ'האט אויפגערודערט די וועלט, האט די געמיינדע געמוזט אויפהערן די חפירות, און דעמאלץ נאך א דרוק האט די רעגירונג צוריק געגבן א ביסל ביינער פאר די באנדיטן פון די אידישע געמיינדע, וועלכע האבן עס "ברוב טובם" געגעבן פאר זייער גוטער פריינט הרב שלעזינגער דער מכשיר חילול הקברים זיי זאלן עס ברענגען לקבורה, און דער צינדער (עיין ויואל משה) האט באקומען אן ערלויבעניש צו אויסלעשן דעם פייער וואס ער האט אנגעצינדן.
טו. איצט כדי אראפצונעמען די שולד פון זיך, האבן די שלעזינגער'ס מיט משה הערשאפט, צוזאצמען מיט די מושחתים פון "אדמת קודש" ווי דער הערצקא צוויבל מיט בן ציון לאוב, אפגעראכטן א מין "לווי'ה" צערעמאניע, ווי מברענגט נאכאמאל לקבורה, די ביינער וואס זיי האבן געגעבן רשות אויסצוגראבן, און אנשטאט זיך שעמען פון נידעריגקייט און אומווערדיגקייט וואס זיי האבן אפגעטאן, האבן זיי נאך די העזה צו באשולדיגן "אתרא קדישא" אז זיי זענען גאר די וואס האבן נישט געלאזט אויפהערן דעם חילול הקברים.
די מושחתים, די פארדארבענע נידעריגע עלעמענטן, וואס האבן געגעבן רשות און אן "הסכמה" צו פארקויפן אלע בתי חיים'ס אין ראמעניע וואס האט צוגעברענגט צו די שערוריה און יאסי, די באנדיטן וואס האבן ארויסגעשלעפט דעם "היתר" פון הגר"ש וואזנער, ווען "אתרא קדישא" איז געווען דערגעגען אלעס, די שעמען זיך נישט צו שרייען איצט אז "אתרא קדישא" איז שולדיג אויף די חילולי הקברים און יאסי.
אויף די חברה האט דוד המלך געזאגט אין תהילים "מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ד' גם שניהם".
קוקט א חילוק, מיט א וואך צוריק איז פארגעקומען א ריזיגע לווי'ה אין ירושלים, ווי טויזענטער אידן האבן מיט גרויס ווייטאג בהכנעה באגלייט די עצמות הקדושות פון יפו, וואס די ארכעאלאגן האבן מחלל געווען.
אבער פון צווייטן זייט ביי די לווי'ה "צעראמאניע" אין "יאסי", זעט מען דעם מושחת הירצקא צוויבעל שטייט במקום הקבר און לאכט צום פיקטשער, ווי עס וואלט געווען א שאו שפיל.
תוקן על ידי סוג ב- 05/04/2011 02:34:24
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 02:47 |
|
| |
סוג. זייער שיין אבער מהיכי תיתי אז וואס דו זאגסט איז אמת? אפשר אביסל דאקומענטן? די זאכן ווערן אייביג דאקומענטירט. סתם שרייען אז יענעמס איז פאלש איז קיין וועג
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 07:48 |
|
| |
פריינדליך, סתם פאר נייגעריגקייט. פארוואס אויף אהרן יוסף פריעדמאן (דער מדבר אויף קול דזשיגאן - סאטמאר) און בנציון לאוב'ס ווערסיע, וואס טראכטן האט אהערגעברענט, האסטו נישט געבעטן אזוי תמימות'דיג באווייז און דאקומענטן?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 17:01 |
|
| |
הגאון ר' דוד שמידל איז פארהייליגט און באגלייבט ביי אלע צדיקים הדור, דער צוויבל מיטן א.ג. צוואה און אהרן יוסל פריעדמאן זענען וועלט באקאנטע שקרנים אלזא וועם דארף מען גלייבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 17:12 |
|
| |
סוג, איז נישט דער אליהו קויפמאן דער ווואס האט ארויסגעגעבן א דיק ביכל צו באשרייבן ר' שמעלקא פינטער ז"ל?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 18:54 |
|
| |
יא, מ'רעדט פון דעם אלי קויפמאן
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 19:29 |
|
| |
אפשר קענסטו מסביר זיין וואסערע ריוח ר' אליקים שלעזינגער זאל האבן צו געבן אזא היתר? וואס האט ער דערפון?
(און אגב וואס דו שרייבסט אויך מיר א פוסק, דוכט זיך ער איז ענדערש א זקן ויושב בישיבה ווי ר' דוד שמידל, ממילא שרייב נישט מיט אזא זלזול)
און אפשר ברענגסטו די בריוו פון הרב וואזנער מיט די צוריקגעציעכץ איך מיין קייען וואסער קען איך אויך
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 19:58 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | דוכט זיך ער איז ענדערש א זקן ויושב בישיבה ווי ר' דוד שמידל,
|
|
אז מען ווייסט נישט רעדט מען נישט, הגאון רבי דוד שמידל איז א תלמיד חכם עצום א זקן ויושב בישיבה, א גאון ובקי בכל חדרי התורה, מיט אן אויסערגעווענליכע שכל הישר מיט ישוב הדעת
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 20:40 |
|
| |
ערלעדיגט, קען זיין, איך קען אים נישט אבער איך קום צוריק צו מיין ערשטע שאלה, ר' אליקים איז דאך נישט קיין באוואוסטער מושחת ווי ר' הירצקא צוויבל (כלשוניכם), וואס איז זיין חשבון?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 20:54 |
|
| |
איך וועל פרובירן צו גיין בערך אין די סדר פון זיין תגובה, איך וועל שרייבן יעדע ענין אין א באזונדערע תגובה:
1) אלי' קופמאן.
ער שרייבט אז אלי' קויפמאן איז נישט קיין שליח פון אתרא קדישא.
זעהט אויס ער ווייסט גוט ווער דער קויפמאן איז, און ער וויל ברענגען די רפואה פאר די מכה, און זאגן אז ער האט גארנישט מיט אתרא קדישא. אבער, איך מיין אז איך ברויך קיינעם נישט אויפווייזן דעם אמתן מציאות ווי זיי ארבעטן גענצליך אינאיינעם, נאכדעם וואס איך האב געברענגט א בריוו בחתימת יד קדשו פון רב שמידל, וואו ער איז אים ממנה אלס זיין שליח אין רומעניא. אלע ארטיקלען פון קויפמאן, אלע אנטיסעמיטישע העצערייען אין די צייטונגען, זענען געבויט אויף אתרא קדישא, און איבעראל פארציילט ער איבער זיינע משלחים, אתרא קדישא און נידרמאן און שטערן פון נוי יארק. איך ווייס נישט וויאזוי א מענטש קען לייקענען א זאך וואס איז אזוי ברייט און אפן שווארץ אויף ווייס.
און צו פארשטיין אביסל ווער דער קויפמאן איז, לאמיר אייך פארציילן א סורפרייז: ער וואוינט רח"ל מיט א גויטע!.
ווען עס האט זיך אנגעהויבן מיט זיינע שטיק קעגן דעם ועד להצלת בתי עלמין באיירופה, האט דער ועד אנגעהויבן נישטערן ווער דער צודרייטער פערזאן איז, און זיי זענען דערנגאנגען אז לא פחות ולא יותר, ער וואוינט מיט גויטע, האבן זיי אנגעהויבן פארציילן פאר רבנים דערוועגן און עס האט זיך אנגעהויבן א שטיקל קאך, האט ער מודיע געווען אז ס'איז א פאלשער שמועה, זי איז א גיורות!.
האט מען פארלאנגט פון אים ער זאל ווייזן עפעס א כתב אדער כאטש זאגן בע"פ וועלכע בי"ד האט איר מגייר געווען, איז ארויסגעקומען זיין תשובה נאכן ארומדרייען, אז ער אליינס האט געמאכט מיט איר א א"ג גיור.
קאמענטארן זענען איבריג, און די ס"ה איז אז ס'איז נישט קיין הוצאת שם רע צו פארציילן אז "ער וואוינט מיט א גויטע", און "ער" איז דער צדיק הממונה מטעם אתרא קדישא בראשות רב שמידל צו זיין אין איירופה דער איינציגער שליח פון הקב"ה אויף קברים, און ווי פארשטענדליך, הוא ולא אחר.
קרעדיט פייוו בארא
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2011 21:11 |
|
| |
נאר פאקטן: זע אויך נאכצוברענגען די מימרא וואס בנציון לאוב ברענגט נאך פון זיין טאכטער
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2011 00:44 |
|
| |
העלוי, ארונים, וועקטס ענק אויף, ר' זלמן לייב קויפט אפ א קוראן, רב שמידל גראבט קברים, אין קויפמאן האט חתונה מיט א גויטע, אין ווי זענען די הייליגע ארונים? נעמסט ארויס די שטיינער מיט אייער אין ווייזט פאר די וועלט וואס איר קענט, גענוג איז גענוג!
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 06/04/2011 00:48:46
|
|
|
|
|