דער משב"ק פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ר' עקיבא וויינשטאק האט געמאכט שאך-מאט מיט'ן דראגער און זיינע נאכשלעפער.
ער האט ארומגעשיקט בערך 800 זעקלעך מיט אריזאנע ווייץ און אריזאנע מצות, און געזאגט קבל עם ומלואה:
ווער עס וויל זעהן דעם אמת, טעמו וראו.
און ווער עס וויל איינרעדן אנדערע אז ער האט עפעס געזען דורכן שליסל לאך, געזונטערהייט.
די צוויי זעקעלעך האט ר' עקיבא ארומגעשיקט פאריגע וואך.
די וואך האט די רבנים פון ארגון שיעורי תורה געבעטן זייערע דרשנים וועלכע רעדן געווענליך פאר פסח, איינער זאל רעדן לטובת אריזאנע ווייץ און איינער קעגן, עפ"י הלכה פארשטייט זיך, און מענטשן קענען אריינפרעגן.
לויט ווי ווערט אנגעגעבן האט ארגון נישט געפונען קיין איין איינציגן רב, און קיין איינציגן משוגענעם וועלכער איז גרייט זיך אויפצושטעלן רעדן קעגן די אריזאנע ווייץ ברבים !
פארוואס??? וואו זענען אלע ערליכע אידן, איז טאקע יעדער פארכאפט מיט געזאלצענע נוסלעך?
די זעקלאך וואס ער האט געשיקט פאר הונדערטער רבנים און תלמידי חכמים איבער די שטאט
דעם אפענעם בריוו וואס ר' עקיבא האט מיטגעלייגט מיט דעם שיפמענט, און גע'חתמ'ט זיין נאמען.