הרב וואזנער: איך קום פון אריזאנע: לא דובים ולא יער!
ר' בנציון וואזנער גיט א פעסטן שיעור בהלכה, ובהמציאות פון די אריזאנע ווייץ.
איך בין דארט געווען. און קום יעצט פון דארט.
איך האב זיך גע'טובלט אינעם קאלאראדא טייך.
איך האב געמאכט אין ברכה אינעם וואסער.
איך האב געטרונקען פונעם וואסער.
מ'שפירט גארנישט קיים טעם מלח.
איך בין ארומגעגאנגען וואו דאס ווייץ וואקסט.
איך בין ארומגעגאנגען איבעראל וואו מען גיסט וואסער.
איך האב געקאסט אלע וואסער, פאר די כעמיקאלן (קאלארין) און נאכדעם.
וואס זאל איך אייך זאגן: קיין טעם פון זאלץ איז נישטא קיין רמז, לא דבר ולא חצי דבר.
ווער עס זאגט אז די קאלארדא וואסער איז געזאלצן איז א פשו'טער שוטה. מיליאנען מענטשן טרונקען פון דעם, קיינער שפירט נישט קיין זאלץ.
לא דובים ולא יער !
א שיעור וואס מ'מוז הערן.
קול הלשון 718-906-6420
דריקטס די פאלגענדע קענפלעך אנצוקומען צו די דרשה
3
2
1
1
1
34
נשלח ב-7/4/2011 06:01
ווען איז א באצאלטער איינגעשטעלטער'ס פסק א 'פסק' און ווען איז א באצאלטע איינגעשטעלטע'ס פסק א 'פאשקעוויל'?
ספרינטער ביזט דיך טועה, דער ארונישער דיין פון מאנסי הייסט וואזנער און דער ארונישער דיין פון וויליאמסבורג הייסט בנציון, אבער דער ר' בנציון וואזנער איז נישט קיין ארונישער דיין, ער איז א זון פן הגאון הגדול רבי שמואל וואזנער שליט"א, בעל שבט הלוי,
נשלח ב-7/4/2011 07:39
און איך דארף מיר זיך איינרעדן אז דאס איז געווען א טעות און נישט קיין גראבע ליגענט אזוי ווי די דין תורה איבער די ירושה
_________________
נשלח ב-7/4/2011 16:17
וואס איז די מעשה מיט די דין תורה איבער ירושה?
נשלח ב-7/4/2011 16:20
זיי נישט ברוגז רב חדשות, דארפסט זיך גארנישט איינרעדן, קיינער וועט נישט אויף דיר זיין ברוגז אויב די וועסט האלטן אז דער ספרינטער איז א פאלנער שקרן, אבער זאג נאר פון וואו זאל ער וויסן וויאזוי דער וואזנער פון מאנסי וואס איז דיין ביי ר' אהרן'ס קהלה הייסט, ער איז דאך קיין סאטמארער קיינמאל נישט געווען, און אז מ'הערט אז וואנזער פון מאנסי האט געזאגט שטעלט מען זיך פאר אז דער וואזנער איז דער זעלבער וואזענער וואס איז איינגעשטעלט ביי די ארונים אין מאנסי, עס איז מסתם נישטא קיין עטליכע וואזנערס אין מאנסי,
נשלח ב-7/4/2011 18:07
לויט ווי איך הער איז דא יעצט ביי די ארונים אזעליכע וואס ווילן פארמאכן די פאבליק סקול ווייל הרה"ג ר' בנציון וואזנער שליט"א האט ג'שריבן דעמאלטץ אז סיי ער אין סיי זיין טאטע האלטן אז סאיז אסור
_________________
נשלח ב-7/4/2011 19:28
דער ר' בנציון וואזנער, איז נישט מער ת"ח ווי ר' בנציון שטראסער
און אזוי ווי מיר נעמען נישט אן די ווערטער פון ר' בנציון שטראסער, נעמען מיר נישט אן אויך די ווערטער פון ר' בנציון וואזנער.