| נשלח ב-7/4/2011 08:35 |
|
| |
שערוריה • לעב: בראדוועי וואסער "מלוחים מאוד"!
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 18:21 |
|
| |
מיין פריינד איר האט א שיקל טעות !
אויב האט דאס נישט צו טאן מיט שטויסן כ''ק רבינו שליט''א, איז קיין שערוריה נישט פארהאן,
אפי' אויב די זאליבאנצעס וועלן אריין לייגן חזיר פעטענס איז די מצות, און עס וועט זיין אזוי געזאלצען וואו פרעצל, וועט עס זיין כשר למהדרין ולמהדרין, ויאכלו ענווים וישבעו,
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 19:12 |
|
| |
און דער יוד דער וואך האט דער לויפער אריינגעשטעלט א גאנצע ביילאגע מיט אימעל'ס וואו ער טשעט ארום מיט פראפאסארן,
וואו אויך טיפזינגע מוסר בריווען וואס מנשה פילאף איז מעורר אז מען זאל זיך ח''ו נישט אוועק רירן קיין זיז כל שהוא פון די מסורה,
און וואו פארשטענדליך קען נאך די לישכע פארבאנד אנווייזען וואס די מסורה איז, אלע רבנים פון די גאנצע וועלט, זענען אטומאטיש פסול, צו פסקענען וואס די מסורה איז, נאר דער מתי שוא מיטן מתווך אידיג זענען באגלייבט, און האבן די נויטיגע פערמיטן אנצוווייזען וואס די מסורה איז,
די שטערקסטע פון אלעם איז נאך די בריוו פון אברהם בער יאקאויטש מיט דריקסארט פון די 152 פורים קהל, וואו ער אסר'ערט זיך צו באניצען מיט אריזנא ווייץ,
וואו אויך א בריוו וואס ער דער דאראגער בכבודו בעצמו שרייבט פאר א זון פונעם ראב''ד שליט''א, דער שוטה וויל פארדרייען א קאפ אז דער ראב''ד שטייט אויך מיט אים, נאר ער נישט פארשטאנען א הער, ער האט נישט פארשטאנען אהין,
מען שטיין און זיך רייסן פאר געלעכטער, וואו די זאליבאנעצעס פירן נעבך א גוסס'דיגע מערכה, אן קיין שום רב, און מאכן פון זיך דאס געדשפאט פון קינד און קייט,
נעבאך נעבאך
תוקן על ידי האנדא ב- 07/04/2011 19:45:11
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 19:46 |
|
| |
סתם שטותים, איך ווייס קלאר, ביי די זאליס עסט מען שוין יארן לאנג נישט קיין מצות, מען עסט געהעריג חמץ, זיי האלטן בכלל נישט די תורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 19:53 |
|
| |
דער דראגער איז זייער בייז אויפן פראפעסער סאנטשעז, און זאגט אז ער איז א שקרן !
דער פראפעסאר וועלכער שרייבט אז די וואסער אין קאלאראדע ריווער איז נישט זאלציג און מיליאנען מענטשן טרונקען עס טאג טעגליך, איז א שקרן און איז נישט באגלייבט ! - יעצט איז דער פראפעסער א שקרן.
דער פראפעסער וועלכער זאגט אז ווער עס זאגט אז די ווייץ פון יומא איז זאלציג מאכט זיך צו-שאנד און צו שפאט.
ס'איז א נחת צו ליינען די ביילאגע אין דער איד ווי ער שומפט מיט קללות, און מאכט זיך ללעג וקלס.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 20:46 |
|
| |
| מלך_מלכים כתב: |  | | סתם שטותים, איך ווייס קלאר, ביי די זאליס עסט מען שוין יארן לאנג נישט קיין מצות, מען עסט געהעריג חמץ, זיי האלטן בכלל נישט די תורה. |
|
זאג נאר הער זאלטץ פסח לייגט איר אריין די סייחים גלאט פלייש, און א באגעט? אדער צווישען צוויי מצות?
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 23:06 |
|
| |
הייסט דער ראסס סטריט דיין געט די השגחה ממחילה ואילך ?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2011 23:47 |
|
| |
די זאלונים ווייסן נאך נישט וויאזוי אויפצועסן די דורכפאל, אז לויט לויפער אז אונזערע ווייץ זענען "מלוחים מאוד מאוד", זענען די בראדוועי מצות "מלוחים מאוד מאוד, מאוד".
איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט פרובירט צו מאכן טעלעפאן רופן, ער האט צוערשט גערופן דעם לץ לויפער אליינס, און אים געפרעגט היתכן, איר שרייבט אז אריזאנע וואסער זענען זאלציג, און די בראדוועי וואסער האט פיל פיל מער זאלץ?
האט ער געענטפערט: א לעב קען מען נישט טראסטן! מען דארף וויסן וויאזוי צו פרעגן.
איר הערט גוט, "מען דארף וויסן וויאזוי צו פרעגן, מען קען נישט טראסטן"... אהה, זאכן הייבן אן צו ווערן פארענטפערט... אויב ס'איז אמאל שווער געווען.
דערנאך האט ער געקאלט הרב וויינבערגער, און אים פרובירט מסביר צו זיין אז ער האט געגעסן פון די מצה און ער פילט שלעכט אים צו זאגן דעם מציאות, אבער.. עס האט נישט קיין רמז פון זאלץ.
האט ער געענטפערט: "מען מוז דאס נישט שפורן, ס'איז גענוג אז דער לעבט שרייבט אזוי".
אויב אזוי, האט ער געפרעגט, איך האב געזעהן אז די לעב שרייבט אז די וואסער אין בראדוועי איז אסאך מער זאלציג, נו אויב הייסט דאס זאלציג, וואו מעג מען קנעטן מיט מים מלוחים? דאס האט דאך שוין יא א מקור אין די פוסקים אז מען טאר נישט?
האט ער געענטפערט בזה הלשון: "הייסט דו ווילסט מיר קומען זאגן אז די רבי ז"ל און מיין טאטע האבן געגעסן זאלציגע מצות?!"
חלילה - האט דער אינגערמאן געזאגט - פארקערט, איך מיין צו זאגן אז די רבי האט נישט געדארפט קיין לעב, ווייל אז משפורט נישט קיין זאלץ הייסט דאס נישט מלוח.
הרב וויינבערגער: אראפגעהאקט דעם טרייבל.
ע"כ המעשה, פירושים זענען איבריג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2011 02:31 |
|
| |
איך וויל פרעגען מלך מלכים און די וואס האלטען מיט איהם לאור די מודעה אין דער איד אז בראדוועי איז ל"ע נכשל געווארען ווען א חבורה האט געבאקען מיט אריזאנע ווייץ, וואס איז ל"ע חמץ גמור, צו מען האט פריש געכשר'ט די גאנצע בראדוועיי בעקעריי, ווייל אז נישט וועלן די אלע נכשל ווערן מיט א סרך אריזאנע
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2011 02:53 |
|
| |
איך וויל פרעגן עפעס אנדערש צו מען האט נישט מפרסם געווען אין אלע צייטונגען אז די אלע וואס ליידן פון זאלץ זאלן חלילה נישט עסן די זאלציגע אריזאנע מצות, ס'דאך ממש א סכנה...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2011 06:09 |
|
| |
איך לייג דא ארויף א email וואס דער פראפעסער CAS האט מיר געשיקט בנוגע די טוסין אריזונה אז סאיז די זעלבע ווי יומה אריזונה;
From: "Charles A. Sanchez"
Date: April 7, 2011 3:05:59 PM EDT
To: <[email protected]>
Subject: Re: Arizona
I do not see the previous e-mail. However, production in Tucson would have been similar. However, the land formerly used in Tucson has been urbanized so production is not possible now.
CAS
Charles A. Sanchez
Professor of Soil, Water, and Environmental Sciences
Director-Yuma Agricultural Center
6425 W. 8th Street
Yuma Arizona, 85364
Office 928-782-3836
FAX 928-782-1940
At 11:04 AM 4/7/2011, you wrote:
Dear Dr. Charles A. Sanchez
I'm sending u a copy of a email that I got in your name answers about Tucson Arizona, thats the same way growing like Yuma,
I just wanted to clarify that it is throe.
I'm sorry for bothering waiting to hear from u.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2011 06:30 |
|
| |
הא הא !!! א נחת צו זעהן ווי די ארונים שעלטן!!!
איך גיי מיר נישט אריינלאזן אין די פאקטן פון די זאלץ
איין זאך איז קלאר, וואס "יעדער" קען זיך אליין איבערצייגן
זייט פארגאנגענעם דאנערשאטאג איז שוין מער נישט דא צו קויפן קיין בראדוועי מצות, ווייל עס איז שוין אויספארקויפט, מען באקט יעצט נאן סטאפ פאר אלע אידן וואס ווילן נאך האבן מהודר'דיגע מצות.
אין דער זעלבע צייט שטייען ביידע ארונישע בעקערייען מיט איבעגעפולטע מצות וואס זוכן דאס צו פארקויפן, ווי איר קענט זיך אליין איבערצייגן, ווי אין אלע גראסעריס איז דאס פיל אויף שעלווס.
אזוי אויך האבן זיי געמוזט אריין לייגן אן עד אין די המודיע די וואך אז זיי פארקויפן זייערע מצות פאר גאר ביליג, און אפערן פרייע היים דעליווערי אלל אווער usa
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2011 17:45 |
|
| |
דער סאטמארער דיין פון בארא פארק הרה''ג רבי אפרים שמעון שליט''א האט ביי של''ס די וואך געזאגט, אז דער לויפער שקר, איז א שקר אן קיין שמץ אמת, ווען עס וואלט געווען כאטש 1 פארצענט אמת, וואלט געווען שייך זיך צו טענה'ען, היות עס איז א שקר אן קיין איין פארצענט אמת, דעריבער טאר מען זיך אפי' נישט טענה'ען דעריבער, עכ''ל פונעם דיין שליט''א,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2011 19:04 |
|
| |
נוטרלער, מיר וועלן זיך יעצט נישט אריינלאזן ווער עס האט דערלייגט 'פינאנציעל' און ווער עס האט פארדינט, ווייל דאס קען יעדער זאגן וויאזוי ער וויל, און יעדער פארשטייט אז דו האסט גארנישט נאכגעקוקט בעפאר דו האסט געשריבן די פאקטן..
אבער פון די אנדערע זייט וואלט איך געוואלט וויסן, צו די זאלונים זענען משיג וואס דער היי יעריגער זאלץ-מערכה האט זיי אפגעקאסט, מיד ולדורות.
עס איז נישטא קיין איין קהילה קדושה בישראל [קיין איינס], אויסער די בג"ץ קהילה, וואס זייערע רבנים, דיינים, אדער מיטגלידער זאלן האלטן אז עס איז פאראן א שמץ אמת אין די מערכה, וואס דאס מיינט אז יעדער וואס טוט אביסל אין די זאך ווערט איבערצייגט וויאזוי אלע "פאקטן" און השמצות פון די זאלונים\שונאים, זה עשרים שנים, האבן פונקט אזא האפט ווי די יעצטיגע ליצנות.
איך גלייב נישט אז זיי באגרייפן וואס זיי האבן דא געטוהן מיט זיך.
ווען א פרעמדער איד הערט פון זיינע רבנים ודיינים אז די זאך איז א שקר, און א טאג דערויף ליינט ער די ביילאגעס אינעם איד, און ער זעהט מיט וואסערע שיינע לשה"ק אותיות עס ווערט אראפגעשטעלט ליגנערישע פאקטן וועלכע זענען נגד המציאות והאמת, און עס ווערט געדרוקט מיטן פולסטן תמימות ווי מען מיינט דא דעם אייבערשטן אליינס, און דערצו קומט נאך צו א צושטימונג פונעם ראדני דיין הרב פריעדמאן שליט"א, זאלן זיי וויסן אז ביי אזא איד [דאס מיינט מען רוב רובם פון יהדות אמעריקא] זענען די זאלונים פארטיג פאר אייביג.
אזא איד ווייסט שוין פון היינט און ווייטער וויאזוי אפצוקויפן יעדע השמצה און יעדע "טרוקענע פאקט" וואס די זאלונים וועלן אים פארקויפן, און זאת ועוד, ער ווערט איבערצייגט אויף למפרע, פון וואס דער הייליגער ברך משה האט זיך אנגעליטן, און פון וועלכע סארט אמתדיגע מענטשן רבינו שליט"א ליידט היינט, והאמץ מארץ מצמיח.
נוטרלער, מיר זענען צופרידן פון ענקער שריט, און מיר דאנקען אייך!...
 |
|
|
|
|
|