דער ניק נוטראלער האט זייער נעריש אין פאלטש געשריבן, אלע 3 בעקערייען פארקויפן מצות אין געציילטע גראסעריס, אין אלע 3 פראבירן צו הויבן זייער סעילס יערליך, עס איז נישט קיין שום חיסרון אז א בעקעריי פראבירט צו הייבן זייער סעילס נאכדערצו א גענצליך נייע בעקעריי וואס צילט אויך צו האבען פרעמדע קאסטומערס א שטייגער ווי די ראטליזש בעקעריי (זיי האבען גראדע שטארק מצליח געווען אין דעם הינזיכט ספעציעל צילוב די הידור פין אריזאנע), די חיסרון איז ווען א אלטע בעקעריי פארלירט סעילס אין גרויסע ציפערן, איך וואלט יעדן מציע געווען אריינצורופן די ראטליזש בעקעריי אין פרעגן אויב מ'קען נאך באשטעלן מצות אין אנרופן די בראדווי בעקעריי אין פרעגן די זעלבע, איר וועט זיך איבערצייגן אז דער נוטראלער'ס שקר איז פין די קייט פין זייערע ליגענטס, איך ווייס גאר קראנט אז ראטליזש האט היי יאר געבאקען אסאך מער מצות ווי די לעצטע יארען אין האבען שוין געהאט עטליכע וואכען צירוק א מאנגעל אין די צייט וואס בראדעווי האט פארקויפט מצות פאר 12 דאללער א פונט א חוץ די מצות פין משמחי לב, טראץ וואס בראדוועי האט היי יאר נאך מער געשניטן די ארבייטער אין זיי האבען מער כמעט נישט די רוסישע פרויען, אין נישט אימזינסט דארפן די זאלונישע בעקעריי פירן א פאלטשע אין נערישע מערכה קעגן די חיטים מהודרים, אדרבה פרעגט אייך אלייןס נאך, כדי צו באשטעטיגן מיינע ווערטער, צו דעם קומט צו וואס 5בארא האט ארויסגעברענגט אז עס שעדיגט זייער שטארק זייער אנזעהן ביי יעדן ערליכען יוד, עס איז נאכנישט געווען א מערכה וואס יעדער זאל קענען אזוי גרינג זעהן אז אלע זייער מעשיות זענען בלויז ליגענט, יעדער קען דאך פארזיכן די טעם פין די ווייץ אין גלייך זעהן אז זאלץ סקאנדאל איז א פשוט בולבול אין האט נישט קיין שום האפט, זיי האבען אזוויפיל אויפגעטוהן אז מהיום והלאה ווייסט יעדער אז יעדע אויפטוה וואס סאטמאר רבי ר' אהרן טוט אויף וועט ר' זלמן לייב אטאמאטיש האבען א מערכה דערקעגן ממש ווי חמץ, נבילה, אד''ג אין האט אוועקגענומען זייער נאמנות, דאס א שאדען וואס זיי וועלן קיינמאל נישט קענער ערזעצן, אין יודיש הייסט דאס געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט אריין
נשלח ב-12/4/2011 05:09
FiveBoro כתב:
נוטרלער, מיר וועלן זיך יעצט נישט אריינלאזן ווער עס האט דערלייגט 'פינאנציעל' און ווער עס האט פארדינט, ווייל דאס קען יעדער זאגן וויאזוי ער וויל, און יעדער פארשטייט אז דו האסט גארנישט נאכגעקוקט בעפאר דו האסט געשריבן די פאקטן..
אז דו האסט נישט נאכגעקוקט די פאקטן מיינט עס נישט אז איך נישט!!!
דו קענסט זיך דאס נאך "יעצט" אליין איבערצייגן אז היינט א וואך פאר פסח איז נאך דא אין "אלע" גראסעריס אין ק"י און אין וויליאמסבורג אויף די שעלווס פון די ארונישע מצה בעקערייען.
און אין קיין שום גראסערי וועסטו נישט טרעפן קיין בראדוועי מצות.
גיי און איבערצייג דיר דאס אליין!!!!!!!!!!!!!!!!!!
נשלח ב-12/4/2011 05:20
ויואמ_אמת כתב:
דער ניק נוטראלער האט זייער נעריש אין פאלטש געשריבן, אלע 3 בעקערייען פארקויפן מצות אין געציילטע גראסעריס,
אפשר זאגסטו מיר פארוואס אלע גראסעריס אין ק"י און אין וויליאמסבורג און בארא פארק הייסן "געציילטע". די בראדוועי מצות איז נאר דא איין גראסערי וואס פארקויפט דאס, וויינשטאקס גראסערי וואס ער איז דער אפיציעלער פארקויפער פון די מצות אין ק"י, אסאך גראסעריס פארלאנגן דאס יעדע יאר, עס איז אבער נישט דא גענוג זיי צו געבן.
איך וואלט יעדן מציע געווען אריינצורופן די ראטליזש בעקעריי אין פרעגן אויב מ'קען נאך באשטעלן מצות אין אנרופן די בראדווי בעקעריי אין פרעגן די זעלבע.
איך ווייס גאר קראנט אז ראטליזש האט היי יאר געבאקען אסאך מער מצות ווי די לעצטע יארען אין האבען שוין געהאט עטליכע וואכען צירוק א מאנגעל
אינטערסאנט!!! מען האט א מאנגל און מען לויפט אדווערטייזן אין די המודיע אז מען מאכט דעליווערי איבערל אין USA.
בראדעווי האט פארקויפט מצות פאר 12 דאללער א פונט א חוץ די מצות פין משמחי לב.
הלוואי!!! אזוי וואלט איך כאטש געקענט האבן מהודר'דיגע מצות פאר ביליגער, דערווייל איז דאס נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, אויסער די מצות וואס משמחי לב האט באצאלט איז נישט געווען אזא פרייז אויף מצות.
אדרבה פרעגט אייך אלייןס נאך, כדי צו באשטעטיגן מיינע ווערטער,
דאס בין איך מודה
תוקן על ידי נוטראלער ב- 12/04/2011 05:25:09
נשלח ב-12/4/2011 06:29
FiveBoro כתב:
נוטרלער, מיר וועלן זיך יעצט נישט אריינלאזן ווער עס האט דערלייגט 'פינאנציעל' און ווער עס האט פארדינט, ווייל דאס קען יעדער זאגן וויאזוי ער וויל, און יעדער פארשטייט אז דו האסט גארנישט נאכגעקוקט בעפאר דו האסט געשריבן די פאקטן.. אבער פון די אנדערע זייט וואלט איך געוואלט וויסן, צו די זאלונים זענען משיג וואס דער היי יעריגער זאלץ-מערכה האט זיי אפגעקאסט, מיד ולדורות.
עס איז נישטא קיין איין קהילה קדושה בישראל [קיין איינס], אויסער די בג"ץ קהילה, וואס זייערע רבנים, דיינים, אדער מיטגלידער זאלן האלטן אז עס איז פאראן א שמץ אמת אין די מערכה, וואס דאס מיינט אז יעדער וואס טוט אביסל אין די זאך ווערט איבערצייגט וויאזוי אלע "פאקטן" און השמצות פון די זאלונים\שונאים, זה עשרים שנים, האבן פונקט אזא האפט ווי די יעצטיגע ליצנות.
איך גלייב נישט אז זיי באגרייפן וואס זיי האבן דא געטוהן מיט זיך.
ווען א פרעמדער איד הערט פון זיינע רבנים ודיינים אז די זאך איז א שקר, און א טאג דערויף ליינט ער די ביילאגעס אינעם איד, און ער זעהט מיט וואסערע שיינע לשה"ק אותיות עס ווערט אראפגעשטעלט ליגנערישע פאקטן וועלכע זענען נגד המציאות והאמת, און עס ווערט געדרוקט מיטן פולסטן תמימות ווי מען מיינט דא דעם אייבערשטן אליינס, און דערצו קומט נאך צו א צושטימונג פונעם ראדני דיין הרב פריעדמאן שליט"א, זאלן זיי וויסן אז ביי אזא איד [דאס מיינט מען רוב רובם פון יהדות אמעריקא] זענען די זאלונים פארטיג פאר אייביג.
אזא איד ווייסט שוין פון היינט און ווייטער וויאזוי אפצוקויפן יעדע השמצה און יעדע "טרוקענע פאקט" וואס די זאלונים וועלן אים פארקויפן, און זאת ועוד, ער ווערט איבערצייגט אויף למפרע, פון וואס דער הייליגער ברך משה האט זיך אנגעליטן, און פון וועלכע סארט אמתדיגע מענטשן רבינו שליט"א ליידט היינט, והאמץ מארץ מצמיח.
מיט איין זאך בין איך מיט דיר מחולק, מיט דעם וואס די שרייבסט אז צד מהרי"י זענען פארטיג אויף אייביג.
גענוג מאל האט מען זיך איבערצייגט אין די אפענע לגיונות וואס זענען אפיציעל געזאגט געווארן בפה ובכתב דורך די פירער פון יענעם צד, און די צד איז נאך אלס א פאקט.
איך בין קלאר איבערצייגט אז זיי קענען פון איין טאג אויפן אנדערן אויסדרייען דעם פאקט. אדרבה, זיי וועלן נאך איין טאג שרייען אז די אריזאנא ווייץ איז דאס בעסטע ווייץ וואס איז נאר פארהאן -מעגליך אז די קלוגערע פון יענעם צד וועלן אויפקומען אז די אלטע פראבלעמען זענען שוין מער נישט פארהאן- ס'איז א שאלה פון צייט.
וואס יא, זייער איצטיגע מערכה האט אזויפיל אויפגעטוהן אז נאך עטליכע מנינים אידן האבן זיך איבערצייגט פון וועמען מ'רעדט דא, און צו וואס זייער שנאה המקלקלת את השורה טוט זיי אלס צוברענגען. גארנישט מער. שטארק מעגליך אז מיט די צייט וועלן זיי טוישן זייערע מנהיגים כמנהגם, אבער די צד וועט בלייבן ביז משיח'ס טאג.
נוטראלער שרייבט " אויסער די מצות וואס משמחי לב האט באצאלט איז נישט געווען אזא פרייז אויף מצות"
זאג נאר די ווייסט אפשר וואס "יעזורו" איז, ווי די בראדוועי בעקעריי האט אוועק געגעבן 8000 פונט מצות פאר 12.00 א פונט?
ד״א אויף די יעזורו קארטל איז געשטאנען אז מ׳ מוז ווייזן די קארטל "פאר" מ׳ נעמט די מצות, פארשׁטייסט פארוואס, צו זיכער מאכן אז מ׳געט אים נאר די אלטע מצות (אפשׁר גאר די פאריעריגע) וואס מ׳ וויל פטור ווערן
נשלח ב-12/4/2011 22:11
איך קען נאר נאכמאל באשטעטיגן אבער מיט מער באקציין אז ניק נוטראלער איז א בלויזער בעקער, דאס אז ער רופט מיט זיין ניק אלס א נוטראלער איז די ערשטע ליגענט, ער שרייבט אפענע ליגענטס וואס יעדער קען נאכקוקען אין זיך איבערצייגן, יעדער פארשטייט אליין פארוואס קיין שום סופערמארקעט אין קרית יואל פארקויפט נישט די לאנג איילענד מצות ווייל די זאלונים האבען נישט קיין סופערמארקעט אין קרית יואל, חוץ די קאנטינס האבען זיי נישט ווי צו פארקויפן זייערע מצות, (זיי האבען אפילו צוגעזאגט ביי איינס פין די מעיאר וואלן צו עפנען א סופערמארקעט אבער דער מעיאר איז שוין ליידער נישט בין החיים) והא ראי' אין וויליאמסבורג איז דא גענוג געשעפטן ווי איר קענט עס קויפן די לאנג איילענס מצות, משה באנדא זאגט מיר אז ער פארקויפט עס אויך שוין לאנגע יארען, דאס איז נישט קיין שום פראבלעם יעדע מצה בעקעריי קען באשטיין צו שטופן מער סחורה, אין דאס אז בראדעוועי האט פארקויפט מצות פאר 12 דאללער א פונט האבען זיי אלייין ארומגעהאנגען צעטליך אין אלע בתי מדרשים אז די וועסט עס לייקענען וועל איך פראבירן צו ברענגן די דבר יום ביומו פין יענע מודעות 5בארא האט דאס גיט ארויסגעברענגט זיי האבען נאך קיינמאל נישט אזוי גיט זיך אליין מסדר געווען ווי דאס יעצטיגע מאל, כה לחי'