בית פורומים אידישע געדאנק

אן אינטערסאנטע איגנאראציע פון די אריזאנע מערכה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/4/2011 20:07 לינק ישיר 
אן אינטערסאנטע איגנאראציע פון די אריזאנע מערכה

די אהרונים איגנארן די מערכה פון אריזאנע

נאר אזוי אומוועלענדיג מאכט מען אן אסיפת הרבנים ביי הרב ברודי


נאר אזוי אומוועלענדיג קומט הגר"מ גרין ביי ר' אהרן אינדערהייט צו טועם זיין די אריזאנע מצות.


נאר אזוי אומוועלענדיג האט מען געגעבן פאר צענדלגער רבנים צו טועם זיין פון די אריזאנע מצות.

נאר אזוי אומוועלענדיג מוטשעט מען פילע "חלוקות" אז זיי זאלן קויפן א פונט אריזאנע מצות פאר די שטוינענדע ביליגע פרייז פון 7$



די גאנצע קאנטער אטאקע אויף צוריק ווערט געטאן אומוועלענדיג.



תוקן על ידי סוג ב- 07/04/2011 20:10:33




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 20:31 לינק ישיר 

אט דאס האב איך געשריבן אין כל ארוני,


אט דאס ווערט אנגערופן אין די ארונישע שפראכע, זיך נישט וויסענדיג געמאכט,

ארונים טייערע, מאכט אייך ביטע ווייטער נישט וויסענדיג. 


זיי האבן אן אונטרעסאנטע שפראך,
פארלוירן רופן זיי געווינען,
איבערדרייען א שטאט רופן זיי זיך נישט וויסענדיג געמאכט,
אן אונטרעסאנטן שפראך.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 20:43 לינק ישיר 

איר האט א גרויסן פראבלעם
ווייל איר האט זיך נישט אנגעהויבן נאר מיט סאטמאר
איר האט זיך אנגהויבן מיט א שיינע פאר קהלות
מיר זענען שוין אימיונט צו ענקערע שקרים, און פון אונזער זייט איז אלעס איגנארירט
וואס עטליכע הייד פארק שרייבער טוען איז אירעלעווענט, למעשה מצד די קהלה, מצד דער בלאט, און מצד סיי וועלכע אפיצעלע ארגענעזאציע הערט מען נישט קיין ווארט, מען לאכט זיך אויס און פארטיג.

די אנדערע קהלות ווייסן נאך נישט ווי אזוי מען עסט אזא רדיפת הדת על לא דבר, די פרובירן עפעס צו טון, ביי הרב בראדי זענען נישט געווען קיין סאטמארער רבנים אדער דיינים.

הג"ר משה גרין איז אריבערגעקומען צום רבין על דעת עצמו, ווייל זיינע תלמידים האבן אים אנגעפרעגט.

וזה לעומת זה קוקט וואס טוט זיך ביי ענקער לאגער, מבכור פרעה עד בכור השפחה, ווער ס'האט נאר א פעדער שרייבט און טייפט, ועם כל זה האט ארגון שיעורי תורה נישט געטראפן קיין איין רב וואס זאל זיין גרייט זיך ארויסצושטעלן אויף די פרעמדע גאס און מסביר זיין דעם איסור פון אריזאנע ווייץ
ביי זיך אין ביהמ"ד פאר די קעלבעלעך קען מען אלעס פארקויפן, אבער אויף די גאס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 20:45 לינק ישיר 

אין "בלאט" וועלן זיי נישט ענטפערן ווייל דעמאלט וועלן די זאהלונים קראכן. און חמץ (אפי' נאר א חשש) וועלן זיי ווייטער עסן.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 20:53 לינק ישיר 

די קלוגסטע זאך וואס די אהרונים קענען טוהן. איגנארירן, און פערטיג. נאך אפאר יאר איגנארירן, און לויפער וועט שטיל ווערן.

און דער איד וואלט וווען געמעגט צושרייבן אויף די ביילאגע "ספאנסערד ביי פסח פעקלעך".

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 20:58 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:
די קלוגסטע זאך וואס די אהרונים קענען טוהן. איגנארירן, און פערטיג. נאך אפאר יאר איגנארירן, און לויפער וועט שטיל ווערן.

און דער איד וואלט וווען געמעגט צושרייבן אויף די ביילאגע "ספאנסערד ביי פסח פעקלעך".

_________________



טאקע די קלוגסטע זאך וואס זיי קענען טון. אבער וואס קען מען טון אז דער שוטה וגס רוח רבי אהרן טייטלבוים פייגערט פאר זיין קראנקע אטענשאן און קומט זיך אויפשטעלן חול המועד פסח פרעגן הויך "פארוואס איז שטיל געווען היי-יאר?"






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 20:59 לינק ישיר 

דו האסט א גרויסן טעות טייערער וואלן, דער פראבלעם איז בלויז אייערער, אין כוועל דיר מסביר זיין פארוואס, ביי אונז איז דא אפאר מענטשן וואס זענען גרייט צו טון שמוץ אבער אונזער רבי איז נישט אינוואוולד לא מיני ולא מקצתי, ביי ענק נעבעך איז דער בלאט פארנומען זיך צו רייניגן, אבער עס שטונקט פון קאפ, ענקער רבי טוט אליינס ענקער שמוץ, דאס איז א גרויס רחמנות ציצוקוקן.

פון ווען ער האט ערפונדן די אריזאנע ווייץ איז ער פארנומען טאג אין נאכט אראפצורייסן די בראדוועי בעקעריי, נישט דער בלאט, נישט היידפארק, דער רבי אליינס, עטס האטס א ביג פראבלעם מיי פרענד, איך רעד אסאך מיט ר' משה מנחם ווייס, ער האט טאקע טענות אויף אברהם לויפער, ער האט טענות אויף דער יוד, אבער אויף מיין רבין האט ער נישט קיין טענות, מיין רבי האט קיינמאל נישט גערעדט דערפון, אין בכלל נישט געוועהן אינוואלווד אין די גאנצע חאזעריי, מש"כ ביי ענק, ווי ענקער רבי חאזערט אהער חאזערט אהין, אין ווערט פארחזרט פון קאפ ביז פיס, לערנטס אים אויס איינמאל פאר אלעמאל, אז עס איז דא זאכן וואס באלאנגען פאר א רבי, סאיז דא זאכן וואס באלאנגען פאר א דיין, אין סאיז דא זאכן וואס מען גיבט פאר קיבע וויינשטאק צו טון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 21:05 לינק ישיר 

וואלן שרייבט

אז מ'האט זיך אנגעהויבן מיט א פאר קהילות

אבער עס איז אונטערסאנט, פון פאפא הערט מען נישט קיין ווארט

אפילו ר' בן ציון שטראסער'ס ווערטער, הערט מען נאר נאכזאגן דא אויף הייד פארק, עפעס געדרוקט גארנישט

אלע אנדערע קהילות וואס נוצן מכלומרשט אריזאנע ווייץ הערט מען פון זיי גארנישט

די איינציגסטע פון וועמען מ'הערט, איז פון ר' אהרן טייטלבוים'ס קהלה

ר' אהרן'ס פריינט הרב ברודי מאכט אן אסיפה בביתו

ר' אהרן באשטעלט ר' משה גרין פאר א באזוך/אדער ר' משה קומט איבער א צווייטע זאך, און ר' אהרן גוט עם טועם זיין מצות


מ'דרוקט א נייע שיחה (איך ווייס נישט צו דער אינהאלט איז אמת) פון פאיע'ער רב


קיבעלע וויינשטאק שיקט ארום ווייץ.


שמואל ווידער (אנטשולדיג ר' משה מנחם ווייס) בעט פון ר' משה שטרנבוך א חזרה




אבער מ'מאכט זיך נישט וויסעניג, נישט אזוי ווי די קאטשקעס וואס מ'האט זיך יא וויסענדיג געמאכט.


צום ביישפיל פאר א יאר פסח האט ר' אהרן זיך אויך נישט וויסענדיג געמאכט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 21:09 לינק ישיר 

ר' משה מנחם האט מיר פרזענליך געזאגט אז דאס גרעסטע טעות פון די אריזאנע איוועסטערס איז געוועהן צו איוואלוון אהרן דערין, דער מוז רעדן ווי א שלויך וואסער, ער זאגט הלוואוי ווען ר' אהרן איז נישט אינוואוולד דערין, וואלט א ים מיט קאפוויי פארמיטן געווארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 21:16 לינק ישיר 

מלך, דאס ווייס איך אז ווען די רבי איז נישט אינוואלווד וואלט גארנישט געווען, נאר לאו מטעמך, נאר פשוט דעמאלטס וואלט מען געקוקט אויף הלכה יעצט קוקט מען אויפ פאליטיק

און סוג טייערע, איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט דו לעבסט, אבער פאפא דיינים האבן פאררופן די אסיפה ביי הרב ברודי, קיין איין סאטמארע דיין איז נישט דארט געווען.
ר' משה גרין קענסטו זאגן ביז איבערמארגן באשטעלטע שמועס, איך בין דארט געווען, און איך האב געזען ווי ער האט זיך אנטשולדיגט פארן רבין אויפן וועג ארויס פארן אויפהאלטן, און געזאגט, תורה היא וללמוד אני צריך, איך האב עס געוואלט מברר זיין.
דאס האב איך געהערט מפיו, יעצט אז פאר דיין פאליטיק לוינט זיך צו זאגן "באשטעלט" זאג וואס דו ווילסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 21:19 לינק ישיר 

וואלן סוג זאגט טאקע אלעס פאר פאליטיק, מש"כ דו? דיר דארף מען גלייבן אויפן ווארט, נוי אפענס טו יו, איך גלייב בכלל נישט אז ר' משה גרין איז דארט געועהן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 21:23 לינק ישיר 

וואלן איז אויך "פערצופאל" דארט געווען, פארשטייט זיך עס איז נישט געווען "באשטעלט"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 21:25 לינק ישיר 

[quote]מלך, דאס ווייס איך אז ווען די רבי איז נישט אינוואלווד וואלט גארנישט געווען, נאר לאו מטעמך, נאר פשוט דעמאלטס וואלט מען געקוקט אויף הלכה יעצט קוקט מען אויפ פאליטיק
[/quote]


דיין רבי קען זיין אינוואלווד, ער זאל נאר נישט האקן אויף יעדן איינעם, דאס אלעס, ווען ער זאל נישט אנהייבן מיט די פלאקן דרשה וואלט דא גארנישט געוועהן, ער הייבט אן מיט האקן אויף יעדן, דערנאך האט ער טענות אז מען האקט צוריק

יא ר' אהרן טייטלבוים איז אין א פייט מיט ר' אברהם לויפער, נעבעך

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 07/04/2011 21:47:50




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 21:25 לינק ישיר 

דיין רבי איז נישט אינוואלווד און די "חאזעריי"?? וואס עפעס "חאזעריי"?? איך האב געמיינט מ'רעד מיר דא פון חמץ גמור מלוחים מאוד, איסור כרת,

ווען מ'האט ארויף געלייגט קייטן אויף זריל גליקס זיץ האט ער יא געטראפן פאר וויכטיג זיך צו אריינווארפן אין די חאזעריי, איך שטעל זיך פאר יענס איז זיכער נישט געווען קיין חאזעריי נאר דברים העומדים ברומו של עולם, אבער ווען מ'רעט פון חמץ ומצה, דעמאלטס איז עס "חאזעריי"

הדא הוא דכתיב:

1+1 = זאלץ מעסטל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 21:36 לינק ישיר 

נאך מער מלך, איך זאג פונקט פארקערט, עטס זענטס די גרעסטע שוטים מיטן אנהייבן א מערכה קעגן אזויפיל קהלות, אין גיין און וואנט אריין ממש סועסייד, מיט דעם האט עטס נאר געגעבן א גרינגע געווינס פאר ר' אהרן ווייל ער האט די שיץ פון אזויפיל אויסגערופענע רבנים וקהילות און ער באקומט נאך די קרעדיט דערפאר,

ווען עטס האטס ווען א טראפעלע שכל, און עטס זענטס נישט אזוי פארשיכור'ט פאר ענקער תאוה צו שטויסן אהרן טייטלבוים, וואלט עטס געקענט אינגאנצן אויסקרויזן ר' אהרן, און מסכים זיין צו די אריזונה ווייץ מיטן זיך אנשליסן מיט הרב כייעם ושיתפיו וואס זענען לגמרי נישט קיין אהרונים, און לאזן ר' אהרן הענגן,

נאר אז מ'האט נישט קיין שכל און מ'לאט זיך פירן פין א דאראגער, קומט מען אן דארט ווי דער מערכה קעגן ר' מעכיל לעביוויטש שליט"א איז אנגעקומען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 22:30 לינק ישיר 

גערעכט ביסטו, יא מיר וואלטן ווען געקענט זיך צושטעלן צו הרב כייעם אין לאזן אהרענען הענגען, מיר האבן עס נישט געטון פאר די איינציגע סיבה, ווייל ווי שטארק מיר ווילן צופיקסן דעם אהרענען קענען מיר נישט גיין אקעגן דעם דעת תורה, וויבאלד אונזערע דיינים, איאיינעם מיט אונזערע מבינים אויף ווייץ האבן געזאגט אז די אריזאנע ווייץ וועט זיין פראבלאמאטיש, האבן מיר נישט געקענט טון גארנישט, אין דאס איז טאקע די איינציגע סיבה פארוואס ר' אהרן האט עס געכאפט, ווייל ער האט געוואלט ווייזן פאר די גאנצע וועלט כלשונו אז ער איז ב"ב, אין ער קען טון קעגן אלע לאנג יעריגע אין דעם פעלד,

יעצט, מיר פירן נישט די מערכה, שארמאשער רב וואס פסקענט אז עס איז א חשש חמץ גמור איז בעצם א
שטארקער מחמיר אויף מצות, צו ווייסטו אז ער אין נאך אסאך אנדערע האלטן אז ספעלט מצה איז א חשש חמוץ גמור? ער איז עס נישט מתיר אפילו פאר איינער וואס איז ארלערגיש צו ווייץ, אין ער אליינס איז אלערגיש צו ווייץ אין ער עסט פסח מצה פון ווייץ אין ער האט נאכווייען דערפון פאר וואכן לאנג, יאר איין יאר אויס.

דאס אז שארמאשער רב האט געזאגט אזעלעכע שארפע דיבורים איז בכלל נישט קיין חידוש פאר מיר, למעשה באקט מען אין בראדוועי מצה בעקעריי ספעלט צו פארקויפן פאר ווער עס איז ארלערגיש, וויבאלד עס איז דא גענוג מתירים ויש על מה לסמוך בשעת הדחק.

ווען ר' אהרן זאל ווען נישט אנדרייען קעגן די מצה וואס כלל ישראל האט געגעסן פאר פיפציג יאר, וואלט דער פסק פון שארמאשער רב געוועהן אזוי זיין פסק אויף ספעלט, וויבאלד דער ר' אהרן מוז רעדן ווי א שלויך וואסער, אים איז נישט גענוג אז ער האט די שענסטע אין די בעסטע אין גרעסטע, ער ברויך נאך רעדן אויף יענעם, פארדעם קען קומען אזא איינער ווי לויפער אין אנדרייען א שטאט, אין איך זאג דיר נאכאמאל, ר' אהרן אנטקעגן ר' אברהם לויפער, א געשמאק צו הערען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אן אינטערסאנטע איגנאראציע פון די אריזאנע מערכה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext