בית פורומים אידישע געדאנק

בתוך רבים אהללנו: סקונדעס פאר א הארץ אטאקע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/4/2011 00:57 לינק ישיר 
בתוך רבים אהללנו: סקונדעס פאר א הארץ אטאקע

אין די פארנומענע ערב פסח מינוטן שפיר איך א פליכט צו נעמען די פאר מינוט און דאנקן דעם רבוש"ע אויף די ניסים גלויים ווי איך בין געשטאנען סקונדעס אוועק פון א הארץ אטאקע און דער רבוש"ע האט מיר בחסדי שמים אין די לעצטע רגעים אפגעשפארט א הארץ אטאקע רח"ל.

איך בין געווען אין וו"ב און עס איז מיר ממש שלעכט געווארן פאר די אויגן זעענדיג די "טרעפיק" ביים מליחה ואילך בושטער, די טירן רוען נישט פאר קיין סוקונדע, מענטשן שטורעמען אריין און ארויס, די געשעפט אליינס איז געפאקט מען טרעט ממש אויף מענטשן, די פריצות איז שרעקליך (מען וואלט געדארפט מאכן באזונדערע שעות פאר מענער און פרויען, אבער וואס קען מען ווארטן פון אזאלכע טריפה חזר עסער). איך גלייב אז וויפיל מענטשן מען זעט קומען און גיין איז דא עטליכע מאל אזוי פיל וואס באשטעלן אויפן טעלעפאון. איך האב זיך נישט געגלייבט מיינע אויגן, הזאת כלל ישראל?

איז שוין די דור אזוי נידריגט אז אזוי פיל מענטשן שעמען זיך נישט בריש גלי איינצוקויפן טריפה פלייש נאך דערצו פון ערגסטן סארט און נאך מער אין סענטער פון לי עוו. נישט עפעס א שעשעפטל פארשטיפט אין א געסל?!

איך פרעג דארט א אינגערמאן פשט, ענטעפרט ער מיר, גיין צום צווייטען נייעם געשעפט אין די אנדערע עק וו"ב וואסטו זען דאס זעלבע, איך בין טאקע צופאליג שפעטער אריבערגעפארן און דארט חזרט זיך איבער דאס זעלבע, מאסן מענטשן מענער און פרויערן שטרוימען אריין און ארויס פון די מליחה ואילך געשעפט, איך האב געשריפט אז איך האלט דאס נישט אויס, אזוי נידריג קען זיך כלל ישראל גליטשן?!

אביסל שפעטער האב איך זיך געטראפן פארנט פון די מליחה ואילך בוטשער אין ב"פ און דאס זעלבע חזרט איך איבער, איך האב נעבעך אומזינסט געהאפט אז אין ב"פ געפינען זיך נאך יא אידן וואס זענען נישט גרייט צו עסן טריפה ממש נאר פאר טריץ. און איך האב זיך גענארט.

איך האב געשפירט אז איך כאפ א הארץ אטאקע. האב איך שנעל איינגעמאלדן פאר מיין ווייב אז די מצב איז נישט גוט.

עטליכע מינוט שפעטער רופט זי מיר צוריק מיט די גוטע נייעס. "איך האב געקאלט מיין ברודער (א קליין קעפיגער נעבעך) און ער האט מיר געזאגט אז באמת קויפט קיינער פון די נישט קיין פלייש אין די טריפה סענטערס. באמת זענען די אלע אידן ערליכע  אידן, ס'רעדט זיך וועגן אהרוינים וואס וועלן נישט קויפן קיין פלייש דארט סיי ווי"

אבער אויב אזוי פארוואס איז פלוצלינג דא אזא צוזאמענלויף פון הונדעטער אהרוינים מענער און פרויען אין די בושטערס? פרעג איך מיט אומפארשטאנד.

געדולדיג - ענטפערט מיין ווייב - זיי זענען אלע געקומען קוקן די שטוינענד אינטערסאנטע Skirt stake....


תוקן על ידי נפל ב- 11/04/2011 00:59:51




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 03:25 לינק ישיר 

שיינע שמועס צווישן א ליידיג פאר פאלק. נישט אומזינסט זאגן שוין חז"ל אז מ'דערציילט נאכן 120 די שמועס צווישן מאן און ווייב

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 17:03 לינק ישיר 

ברוך מחי' מתים, דעם ניק נייפעלע איז געקומען לתחיית המתים, געווענדליך ווען ער שרייבט צו דערזאך ניצט ער זיינע נארמאלע ניקס, אבער ער איז צוריק נאכאמאל ארויף געקומען מיט א פערדישע תגובה, האט ער ארויס גענומען זיין אלטע ניק וואס איז ספיציעל געווידמעט פאר פערדישע תגובות, און הננו, דא האט איר דאס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 18:16 לינק ישיר 

ר חדשות/משהלע האט נעבעך די הארץ וויי עקספיריענס יעדעס מאל ער מיז נעבעך דורעכגיין דעם סאטמארע בוטשער, תצא עיניך! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 19:54 לינק ישיר 

עס האט נישט קיין פשט די זינלאזע טשעפערייען.
קען איינער זאגן די בלויזע פאקטן,
 פארקויפט מען דארט די פלייש?,
אויב יא, איז עס כשרות פראבלעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 20:41 לינק ישיר 

פרעג פאר נפל'ס שוואגער

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 20:48 לינק ישיר 

נארפאקטן אויב וועל איך זאגן אז מען פארקויפט עס דארט וועסטו מיר גלייבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 20:58 לינק ישיר 

דיר וועל איך גלייבן אויפן ווארט, פון חסידי מהר״א וועל איך בעטן פראף



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 21:00 לינק ישיר 

סא לאז איך דיר וויסן אז עס איז נישט דא!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 21:07 לינק ישיר 

אז עס איז יא דא גלייב איך דיר אויפ׳ן ווארט,
פארקערט האסטו נישט קיין נאמנות פארשטייט זיך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/4/2011 00:38 לינק ישיר 

נאדיר פאר אלע זאלי שקרנים, וואס שרייען אז איך בין א שקרן, און עס איז א געבאקענע אהרונישע מעשה.

דא האט איר פאר אלע זאלי שקרנים וואס לייקענען אז עס איז נישט דא אינעם ממליחה ואילך בוטשער skirt stake.

א קאפיע וואס די זאליס האבן ארום געשיקט אויף די פאסט פון זייער ליסטע, ווי עס שטייט אז זיי פארקויפען די חלב'דיגע skirt stake, וואס איז גע'אסר'ט געווארן דורך מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע ודייני סאטמאר.

קוקט און שטוינט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/4/2011 20:20 לינק ישיר 

אויב איז עס טאקע ריכטיג, איז דאך קאשויער רב זצ"ל הייליג גערעכט געווען, נו וואס איז פשט פון די "עפרא לפומיה"?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/4/2011 20:29 לינק ישיר 

אזוי? דרייסיג יאר געגעסן נבילה וטריפה על שם העתיד? דער קאשויער רב זצ''ל האט פשוט געהאט רוח הקודש און האט געוויסט אז לאחר פטירתו וועט אפיר קומען א רבי וואס לא קרא ולא שנה, און וועט מאכיל זיין כלל ישראל מיט נבילה, האט ער שוין געשריגן אז מען עסט שוין דרייסיג יאר נבילה וטריפה? כבודו פון הייליגן קאשויער רב זצ''ל במקומו מונח, אבער טעות גדולה טעה, און פונקט ווי רבינו שליט''א האט עם מפייס געווען פאר די פליטת פה וואס איז פון עם ארויס געקומען ווען ער האט געזאגט "עפרא לפומי'" פונקט אזוי איז ער שולדיג געווען מפייס צו זיין רבינו הקוה''ט זי''ע מיט זיין פליטת פה סטעטמענט אז שוין דרייסיג יאר עסט מען נבילות וטריפות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/4/2011 20:32 לינק ישיר 

און פונקט אזוי איז דער דזשיגאן מחויב איבערצובעטן די אידן וואס האבן געגעסן מצות די לעצטע פופציג יאר

(הערה: דזשיגאן האט קיינמאל נישט מפייס געווען קאשויער רב ז"ל)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/4/2011 21:30 לינק ישיר 

לאז מנוחה דזשיגאן'ען, ער איז ביזי מיטן ספר תורה פון דברי חיים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/4/2011 22:21 לינק ישיר 

ער האט אים יא מפייס געווען בכתב און בעל פה
בכתב, אין גליון "אז נדברו" וואס פלעגט דעמאלס ארויסקומען, מ' האט עס געוואלט אריין לייגן אין "דער איד" דער בעה״ב האט עס נישט געלאזט אריינלייגן.
הגה״ק מקאשוי זצ״ל האט אפילו גענטפערט בכתב דורך תלמידו ר' ש״ז סאנדער ע״ה אז ער איז מוחל מיט געוויסע תנאים, משום כבודו הרמה וויל איך עס נישט דערמאנען.
לאחר פטירתו האט ער אים נאכאמאל מפייס געווען ברבים אין
די ישיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בתוך רבים אהללנו: סקונדעס פאר א הארץ אטאקע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext