אויף וועם איז דאס פאלגענדע געשריבן? [עס האט א שייכות צו דעם אשכול] [איבערגעזעצט אין אידיש]
"איך וועל אביסל דערמאנען זיין שבח, כאטש ווער איז דען דער מענטש וואס קען זאגן זיין לויב, נאכדעם וואס עס איז באוואוסט, און ער איז געווען באקאנט אין די מדינה, ער איז געווען איינער פון די חבריא קדישא פונעם פריערדיגן דור, וואס די גאנצע וועלט האט פארהיילגט, זיין לויטערע יראת שמים האט געברענט אין איהם ווי א פייער, ער איז געווען א לוחם מלחמות ה' ווי א לייב, ער האט זיך נישט אוועקגערירט גארנישט פון די מנהגים פון אונזערע הייליגע עלטערן, ער האט זייער דערווייטערט אלע עוולות, שקר חנופה, ביזן צווייטן ברעג, און נאר דער קלארער אמת האט געקענט קומען פאר איהם, ער איז געווען איינע פון די פירערס פון די מדינה, עס ליגט מיר נאך און זכרון דער קול פון זיין תפילה בקדושה ובטהרה וואס איז געווען ווי דער געשריי פון א לייב, וואס האט געשפאלטן הימלען און עס האט יורד געווען לחדרי בטן, באזונדער אין די ימים נוראים"
|
|