לויט'ן בריוו פון ר' דוד ר''ב שליט''א בעל שגיון לדוד , ווייסן מיר שוין פארוואס דער דברי יואל זי''ע האט אויפגעהערט צו שניידן אין אריזאנא. די קשיא שטעלט זיך אבער , אויב פאר'ן דברי יואל איז גוט געווען בטל בשישים'דיגע ווייץ פון לאנג איילאנד ,נו פארוואס האט ער בכלל אנגעהויבן צן פארן קיין אריזאנא?
וואס ווייזט דאס , די עצם קלעטערן קיין אריזאנא?
ווייזט דאס נישט , אז מ'דארף מחמיר זיין און פארבעסערן בכל מה דאפשר?
צייגט דאס נישט , אז דער דברי יואל זי''ע האט געוואלט ,אז אויך די אידן וואס האבן נישט קיין ישיבות און בחורים וועלכע זאלן קלויבן פאר זיי ווייץ , זאלן עסן מהודרימ'דיגע מצות?
איז דאס נישט דער בעסטער באווייז , אז ער האט געוואלט אז אלע בני קהלתו ''מחוטב עציך ועד שואב מימיך'' זאלן עסן מצות , בלי מצמחות ומבוקעות?
אשריך ''דער איד'' און אשריך ''המאור'' פאר האבן די מודעות פון יארן תשכ''ז , תשכ''ח און תשכ''ט איבער די אריזאנא ווייץ.
נשלח ב-22/4/2011 00:34
הער איך ווי א יוד פרעגט איינעם גלייבט זיך דען אז די גוים אונעם צייט פון מהר"ל מפראג האבן געגלייבט אז די אידן לייגן אריין בלוט אין די מצות ?????
ענטפט יענער ::
ר' אבא חייא טויבער און איינס פון זיינע דרשות איז מסביר אז די טעכנאלאגיע איז פארהאן כדי מ'זאל פארשטיין דעם איין רואה ואוזן שומעת לענינו אזופיל יודן האבן דעי קשיא צו גלייבט זיך דען אז די גוים אונעם צייט פון מהר"ל מפראג האבן געגלייבט אז די אידן לייגן אריין בלוט אין די מצות האט מען אינז געוויזן א סעמפעל די זאלי קעלבער זיי גלייבן גראד אפן ווארט אן אריינטראכטן צו עס איז אפי' פארהאן אזא מציאות