בית פורומים אידישע געדאנק

 צום הילולא קדישא כ"ו ניסן: פר' בעלזא תשמ"א-מלחמת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/4/2011 19:11 לינק ישיר 

אוי ווי ביטער וואלט געווען ווען דעם מח קטן "נפל" זאל האלטן אז איך בין גערעכט, און זיין פארטיי זאל חלילה עכט ווערן א נועם המידות פארטיי, ב"ה אז דער טיפש האט א פראבלעם מיט צוריק שיקן משלוח מנות פאר א שוואגער וואס שיקט קודם משלוח מנות, איר קענט אייך פארשטעלן ביי דעם נועם המידות ווען די טיר עפענט זיך פורים און א קינד איז דארט מיט משלוח מנות און דער הייליגער נועם המידות שליט''א פרעגט דאס קינד פון וועם איז די משלוח מנות? ענטפערט ער פון מיין זיידע, ווער איז דיין זיידע? פרעגט דער נועם המידות, קומט דער ענטפער, מיין זיידע הייסט ר' שלום אליעזר טייטלבוים, קענט איר אייך פארשטעלן וואס דארט וואלט זיך געטון? קודם וואלט מען דאס קינד מכבד געווען מיט נועם המידות מכות רצח לכבוד פורים, דערנאך וואלט מען גערופן פאליציי און געקלאגט דאס קינד פארן וועלו אינטערצינדן דאס געגנב'עטע הויז, בקיצור מען וואלט זיך אויפגעפירט ווי ריכטיגער "נועם המידות", ניין! ביי אונז גייט דאס אנדערשט, מיר האבן מיט בעלז א אידיאלאגישער סכסוך נישט קיין פערזענדליכע שנאה, און ווען א שוואגער שיקט משלוח מנות שיקט מען צוריק, איז ער מיין חבר? ניין!, גיי איך עם באזוכן? נייןו!, אבער א נארמאלער מענטש דארף מען זיין, און ווען א שוואגער שיקט משלוח מנות שיקט מען צוריק, ווארשיינדליך איז דאס צו שווער פאר די נועם המידות דזשיגאנס צו קאפריענדן, זיי ווייסן נאר פון שלעק און חוזק מאכן,

וועגן דיין צווייטע תגובה איז פשוט אשאד צו ענטפערן, ווייל ביי דיר אין טאש זעט אויס איז דעם דברי יואל'ס שובבי''ם תורות (חלילה) דברי חשק וניאוף רח''ל, ביי ענק קען מען נישט געווינען, וואלט דער רבי שליט''א געזאגט סתם די דיינים וואלט נפל'ע געשריגן אז ער רעדט זיך איין אז זיי זענען נעבעך "זיינע" דיינים, ער חלום'ט נאך אז ער איז בעל הבית אין סאטמאר, זאגט ער די "דעמאלסטיגע" דיינים איז אויך נישט גיט, הער מיך גיט צו, מיר האבן שוין לאנג געסטאפט צו פראבירן געפעלן פאר די אפגעפליקטע זאליס, איך בין זייער צופרידען אז ביי גאנץ כלל ישראל איז אונזער רבי שליט''א זייער רעספעקטעט, יעדער רב, רבי, דיין, מורה צדק, ראש ישיבה וכו' זיכט צו 'קומען און אריין כאפן א "משלחן מלכים" ביי רבינו שליט''א, דו טאנץ ווייטער מיטן שארמאשער, טשאטער און כעזקל גאלד,  און איך וועל זיין מיט גאנץ כלל ישראל. אבער איין זאך, עטץ זאלטס ענק חלילה נישט טוישן!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 20:04 לינק ישיר 

לענינינו, מה בין בעלזא לבני יואל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 21:08 לינק ישיר 

משהלע כתב:
און וואס איז מיט דעם מכתב פיוס פון הרב וואזנער שליט''א? וואס איז מיט אלע חברי הביד''ץ וואס האבן זיך געטראפן און מכבד געווען דעם בעלזען רבי?, וואס איז מיט רבי יחזקאל ראטה שליט''א? וואס איז מיט דעם מכתב פיוס פון אודווארער רב זצ''ל? אינטרעסאנט דער בריעף פון בית דין צדק שבירושלים וואס אסערן די בני יואל האט עקספייערט און דער איסור אויף בעלז וואס איז אסאך עלטער איז קאי וקיימא, איר זענט היפאקראטן פון די עכסטע מאס!!!,  


אפשר ברעגסטו אהער די בריוו פין עדה אקעגן בני יואל לאמיר זעען אויב סשטייט דארט בכלל בני יואל אין וואס ס'שטייט אויף זיי ברענג עס אהער לאמיר זעען (איך האלט א ס'פארדינט א עקסטערע אשכול אבער קודם ברענג עס אהער)

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 21:14 לינק ישיר 

משהלע כתב:
........איך בין זייער צופרידען אז ביי גאנץ כלל ישראל איז אונזער רבי שליט''א זייער רעספעקטעט, יעדער רב, רבי, דיין, מורה צדק, ראש ישיבה וכו' זיכט צו 'קומען און אריין כאפן א "משלחן מלכים" ביי רבינו שליט''א, דו טאנץ ווייטער מיטן שארמאשער, טשאטער און כעזקל גאלד,  און איך וועל זיין מיט גאנץ כלל ישראל. אבער איין זאך, עטץ זאלטס ענק חלילה נישט טוישן!!!


אויב אזוי אז ער איז די זאך אין די וועלט פארוואס האט זיך קיינער אין קיינער א חוץ איין פעראל דיין ניטאמאל אלע זיינע פעיראל דיינים האבן נישט אנגענימען ווען מהאט אויפגעבראכן דעם שרעקליכן פירצה מיט קדושין אין ק"י

אוי איך האב שיר פארגעסן פין דעם זיסע שעפעלע מר' לאוב...............

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 21:28 לינק ישיר 

זייער פשוט, דער בית הגדול בירושלים האט זיי ביידע אייניג געאסרט, דער חילוק איז נאר, די בני יואל זענען עומדים במרדם, זיי טשעפען כסדר, זיי קלאגן אין קארט, זענען מחלל שם שמים ברבים מידי יום ביומו, רעדן און באשמוצן דעם ברך משה זי''ע, זענען עם גרייט און גאר עלול עם ארויס צו שלעפן פון זיין קבר, בקיצור, זיי זענען די זעלבע פושעים ווי אמאל, ווידער בעלז, וואס זייער גאנצע עבירה איז געווען אז דער בעלזער האט גערעדט שלא בכבוד אויפן דברי יואל זי''ע (לויט בעלז) אבער האט זיך גאר מתחצף און מבזה געווען דעם בעל דברי יואל זי''ע (לויט סאטמאר'ס גירסא), אבער דאס איז קלאר אז אין די לעצטע 31 יאר האבן זיי גארנישט געטון וואס זאל זיין אקעגן די עדה חרדית, אדער געזאגט עפעס אקעגן רבותינו זי''ע, האבן געוויסע אדער גאר רוב חותמים אויפן איסור באשלאסן אז 30 יאר איז גענוג געווען עם מחרים צו זיין, און האבן זיך איבער געבעטן אדער זיך געלאזט איבער בעטן, אינזער רבי האלט אז דאס איז נישט געניג, עס פארלאנגט זיך א קליינער שריט ווייטער ווי עפעס א פיוס, אבער כולי עלמא מודים אז זיך צו שלאגן ווייטער און באשמיצן האט זיכער נישט קיין שום פשט, און נאר א באנדע שלעגערס און מטורפים קענען דאס ווידער אנצינדען און ווייטער ממשיך זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 21:31 לינק ישיר 

יעצט אז איך האב דיר גענטפערט, פרעג איך דיך מלך, מה בין בעלזא לבני יואל? פארוואס לשיטתך האט דער איסור אויף בני יואל עקספייערט און אויף בעלז איז דאס קאי וקיים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 21:32 לינק ישיר 

ישר כח פאר דער וואס האט מיר עס ג'שיקט




זעט איינער בני יואל דא ?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 21:39 לינק ישיר 

kj1234 כתב:
........איך בין זייער צופרידען אז ביי גאנץ כלל ישראל איז אונזער רבי שליט''א זייער רעספעקטעט, יעדער רב, רבי, דיין, מורה צדק, ראש ישיבה וכו' זיכט צו 'קומען און אריין כאפן א "משלחן מלכים" ביי רבינו שליט''א, דו טאנץ ווייטער מיטן שארמאשער, טשאטער און כעזקל גאלד,  און איך וועל זיין מיט גאנץ כלל ישראל. אבער איין זאך, עטץ זאלטס ענק חלילה נישט טוישן!!!


אויב אזוי אז ער איז די זאך אין די וועלט פארוואס האט זיך קיינער אין קיינער א חוץ איין פעראל דיין ניטאמאל אלע זיינע פעיראל דיינים האבן נישט אנגענימען ווען מהאט אויפגעבראכן דעם שרעקליכן פירצה מיט קדושין אין ק"י

אוי איך האב שיר פארגעסן פין דעם זיסע שעפעלע מר' לאוב...............

_________________




זייער פשוט, מען האט פון קיינעם נישט פארלאנגט, די תשובה און הוראה פון הייליגן בעל דברי יואל זי''ע דארף נישט קיין שום חיזוק פון קיינעם, דאס איז א ניצחי, דאס איז קאי וקיים לעד ולנצח, אבער אז דו האסט יא געפרעגט, וויל איך דיך פרעגן, פארוואס האט נאך דארט נישט מסדר קידושין געווען נאר די פאר נידחי עם ישראל, ווי דער גז''ל, און מר'. מארגענשטערן, מר'. טענענבוים און מר'. גאלד, הא? קיין שום נארמאלער רב אדער רבי ווי דער סקולענער רבי, רבי יחזקאל ראטה, רבי אייזיק ספינקא וכו' (וואס האבן דארט פלענטי חסידים) פארוואס האבן זיי נאכנישט דארט מסדר קידושין געווען, נאר דער ענטפער איז זייער פשוט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 21:46 לינק ישיר 

משהלע, איך וויש נישט קיין ברעכאטס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 21:55 לינק ישיר 

kj1234 כתב:
ישר כח פאר דער וואס האט מיר עס ג'שיקט

 



זעט איינער בני יואל דא ?

_________________



הע? קיינער זעט נישט "בני יואל" זיי האבן בכלל נישט גערעדט פון בני יואל, זיי האבן געמיינט קעמפ לא-גווארדיע,
וויאזוי הייסט דאס נאר? חלה דעקל? ניין! דאס הייסט א פאלנער קעלבל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 22:02 לינק ישיר 

נאכאמאל זעט איינער בכלל אין די בריוו פין בי"ד וועגען עפענען נאך מוסדות אין ק"י
 
איך זע איין זאך נישט מצער צי זיין מרן בעל ברך משה וואס יעדער ווייסט דאך שוין וואס סאיז געווען דעמאלטץ די מלחמה מיטן ברך משה אדער להבדיל מיט'ן וידום אהרן ווי בני יואל פלעגט עס טאקע דעמאלטץ שרייבן אין זייערע בריוון

_________________




תוקן על ידי kj1234 ב- 28/04/2011 22:06:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 22:13 לינק ישיר 

משהלע כתב:
זייער פשוט, מען האט פון קיינעם נישט פארלאנגט, די תשובה און הוראה פון הייליגן בעל דברי יואל זי''ע דארף נישט קיין שום חיזוק פון קיינעם, דאס איז א ניצחי, דאס איז קאי וקיים לעד ולנצח, ............. נאר דער ענטפער איז זייער פשוט...


זאג נאר די פסק פינעם רבי'ן ז"ל אז די אלע וואס נעמען א טייל אין די מלכות המינות זענען כופרים בה' ובתורתו הק' וואס מטאר זיך מיט זיי נישט חבר'ן מדארף זיך פין זיי דערווייטערן ווי די רבי שרייבט אין ויואל משה יותר מהבריח מהארי הרודף אחריו להרגו רח"ל דעס איז גארנישט דעס איז ביי ענק נישט קיימא וקאי אויף אייביג

נאר ווען מנעמט א הייליגע בריוו וואס האט נישט קיין שייכות איינס מיטן אנדערן מיט יעצט דעס איז קיימא וקאי

חלה דעקעל איז טיטל אויף ענקער טאמ'ענע כת

_________________




תוקן על ידי kj1234 ב- 28/04/2011 22:30:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 22:23 לינק ישיר 

משהלע כתב:
........אבער אז דו האסט יא געפרעגט, וויל איך דיך פרעגן, פארוואס האט נאך דארט נישט מסדר קידושין געווען נאר די פאר נידחי עם ישראל, ווי דער גז''ל, און מר'. מארגענשטערן, מר'. טענענבוים און מר'. גאלד, הא? קיין שום נארמאלער רב אדער רבי ווי דער סקולענער רבי, רבי יחזקאל ראטה, רבי אייזיק ספינקא וכו' (וואס האבן דארט פלענטי חסידים) פארוואס האבן זיי נאכנישט דארט מסדר קידושין געווען, נאר דער ענטפער איז זייער פשוט...


אפאר זאכן דארט האבן שוין מסדר קדושין געווען לויט ווי איך געדענק: 
כ"ק מרן רבינו שליט"א
כ"ק מרן הגה"צ אב"ד שארמאש שליט"א
הגה" אב"ד טשאטה שליט"א
הגה"צ אב"ד אבני שלמה שליט"א
הגה"צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א
הגה"צ אב"ד בית רפאל שליט"א
הגה"צ אב"ד בארדיטשוו שליט"א
הגה"צ אב"ד שערי חסד שליט"א

אין נאכדעם בני יואל האט ג'מאכט א תקנה נאך ביי די ערשטע חתונות אז נאר איינער וואס סאיז גרייט צי זאגן ברבים אז סאיז נישט קיין שןם פראבלעם פאר איינעם וואס וויל נישט נעמען דעם משהלע וויזניצער'ס איידעם פאר מסדר קדושין דער קען נעמען א צווייטען אזא איינער קען ביזדערווייל נישט מסדר קדושין זיין אין בני יואל צוליב דעם וואס איינע פין די שרעקעדיגע פריצים פין שטאט ניצט דאס צי צאפן בלוט פין זיינע אינטערטאנטן 

_________________




תוקן על ידי kj1234 ב- 28/04/2011 22:25:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 22:24 לינק ישיר 

KJ כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה!!! בארוהיג דיך, עס איז שוין נאך פסח, מען מעג שוין געהעריג נעמען מעדיקעשאנס, נעם א וואליום, דערנאך נעם א טיפן אטעם, און זאג אונז וואס טיט דיר אזוי וויי, ווי דריקט דיך,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2011 22:28 לינק ישיר 

אפשר זאגסטו מיר ווען די ריפסט אן רבנים וואס האלטן אנדערשט ווי דיר מיט א נאמען נידחי עם ישראל דעס איז נישט גערעגט!

יא ווען מיר זעען ווי ענק טרייען אויס צי רייסן כל הקדוש לנו ווער'ן מיר גערעגט סאיזנישט קיין בישה!!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק >  צום הילולא קדישא כ"ו ניסן: פר' בעלזא תשמ"א-מלחמת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.