|
|
| נשלח ב-22/4/2011 22:22 |
|
| |
ס'געדענקט זיך נאך גוט אין די ערשטע יארן וואס רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז געווארן ממלא מקום, ווען יעדער האט נאך געדאוונט אין איין ביהמ"ד, די מיימינים און די משמאילים, מען איז נאך געקומען צו די כינוסים און מסיבות, ביז ס'האט פאסירט דער טיילונג אין תשמ"ט עפעס אזא פנים קוקט עס אויס היינט, ס'איז הימל און ערד און דעם רבינ'ס דרשה, די זאלונים קענען עס נאך בעסער ווי אונז אליין, ס'איז אינטערעסאנט צו וויסן וויפיל צוהערער זענען געווען אין ראדני
|
|
|
|
| נשלח ב-22/4/2011 23:14 |
|
| |
ר' משה לויפער האט היינט אין די מקוה געפרעגט ר' מענדל מאיר יאקאבאוויטש: האסט געהערט, (רבי) אהרן גייט עפענען א פאנדזעלאו סטאר?
ענטפערט ר' מענדל מאיר: זאג ווי דו ווילסט, ער וועט עס דורכפירן. דרך אגב , פון דעם דא אויבן, קענסטו עפעס נאכזאגען?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/4/2011 23:51 |
|
| |
אלע רבנים לבית אוהעל , סיגעט און סאטמאר פלעגען מוסר זאגען בענין צניעות ביי מלבושי נשים.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2011 01:05 |
|
| |
נישט יעדער איז מסכים מיט'ן מציאות , אבער צוליב דעם ווערט עס נישט אנדערש.
מיט יארן צוריק איז די השפעה פון סאטמאר אויף אנדערע קהלות געווען נאר מיט טעראר און שלעק.
לאמיר נעמען אזא קהלה ווי פאפא , וואס סאטמאר האט אלעמאל געלאכט פון זיי.
קיין שום איינפיר אדער הידור פון סאטמאר האט פאפא נישט קאפירט סאטמאר אין די כ' ל' מ' און נ' יארן. צי ביי סימס אויף מיידל שולע שטרימפ , צי ביי חומרות אין בוטשער ווי אויפשניידן די גאנצע עוף, צי ביי די תקנה פון גיין בלויז מיט א טיכל ביי די ימים נוראים , צי ביי אסר'ן די 2 רעדל'דיגע בייקס , צי זיך יא אדער נישט טרעפן מיט'ן בעלזער רבי'ן , צי יא אדער נישט גיין צו די עצרת פון אמעריקאנער אגודה אין מאנהעטן , צי ביים נעמען געלט פון ''פעדערעישאן'' ועוד, ועוד.
אזוי אויך קיין שום אנדערע גרעסערע קהלה האט זיך נישט גערעכנט מיט סאטמאר מרצונם הטוב.
ווען עס האט אויסגעקוקט אז סאטמאר איז מנצח איבער אנדערע קהלות איז דאס געווען בלויז מיט טעראר און שלעק כאשר הורה לנו ר' ליפא פר''מ ע''ה, והדברים ידועים ואין כאן המקום להאריך.
כהיום , ווען קהלות קדושות בישראל קאפירן סאטמאר מרצונם הטוב , צי מען איז מקפיד אויף בשר עוף ובהמה פון קרית יואל , צי חתונה תקנות , צי אריזאנא מצות , אא''וו - דארף מען באמת אנאליזירן צי דער טיטל ''רשכבה''ג'' איז נישט טייל מאל היבש איבערגעטריבן און צומאל גאר לעכערליך.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2011 05:14 |
|
| |
פאפא קהילה יוכיח: דעם עירוב פארבאט מיט'ן גרעסטן טעראר האט מען נישט אנגענומען.
אריזאנא מצות עפ''י דעת תורה האט מען אנגענומען בשתי ידים.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2011 07:20 |
|
| |
להוי ידוע אז פאפא-צעהלים מצה בעקעריי באקט שוין 10 יאר אריזאנע מצות, און היי יאר צוליב די שערורי' האט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א געגעסן לאנג-איילענד מצות (דאס יאר האבן זיי אינגאנצן געבאקען 25 פראצענט אריזאנע)
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2011 07:23 |
|
| |
דו האסט שוין אפגעשריבען צענדליגער תגובות אין די לעצטע צוויי מעת לעת'ן אהן קיין הענט און קיין פיס, ווארף אריין אביסעלע אמת אויך!
תוקן על ידי געלעכטער ב- 24/04/2011 08:18:10
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2011 07:25 |
|
| |
איין קליינע דוגמא, ווען איז כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א די לעצטע מאל געווען ביי א פראטעסט??? אויב מאכט ער מכלומרשט נאך קהלת מהר"א ווי איז ער געווען ביים לעצטן פראטעסט וואס קהלת מהר"א האט פאררופען אין מאנהעטן??? דאס הייסט נישט קיין טעראר! זיין פאטער דער אלטער פאפא'ער רבי זצוק"ל איז געווען א פייערדיגע לוחם מלחמותת ה' און איז כסדר געשטאנען לימין קדשו פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע און האט אויך אויפגעטערעטן ביי פראטעסטן, דער היינטיגער פאפא רבי: ווילאנג סאטמאר איז געווען סאטמאר האט ער זיך צוגעשטעלט - ער האט געפילט אז עס איז נאך דא א אן הנהגה - דער מינוט סאטמאר איז צוטיילט האט ער זיך אפגעשאקעלט פונעם גאנצען ענין, לכו"ע מודה אז סאטמאר איז שוין נישט סאטמאר (איך גיי נישט אריין ווער עס איז שולדיג) ממילא איז זייער נאריש צו זאגן אז יעצט איז דער עולם התיקון און יעדער מאכט נאך סאטמאר משא"כ אמאל! דערווייל ביי די אריזאנא מצות האט סאטמאר-מהר"א נאכגעמאכט פאפא!
תוקן על ידי געלעכטער ב- 24/04/2011 08:12:54
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2011 09:27 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | דערווייל ביי די אריזאנא מצות האט סאטמאר-מהר"א נאכגעמאכט פאפא!
תוקן על ידי געלעכטער ב- 24/04/2011 08:12:54 |
|
יו די בעסט, געלעכטער.....! דו קומסט מיר פאר וואו א חבר מיינער דערציילט מיר ווי ער האט זיך לעצטענס געטראפן מיט אפאר בעלזא בחורים, און ס'האט זיך פארפירט א שמועס בענין פלייש און שחיטה, רופט זיך אן דער חבר מיינער: אינטערעסאנט איז אז תשע"א זאל בעלזא קהלה פון אמעריקא קומען קיין סאטמאר אין בית השחיטה און אפיציעל ראנען זייער שחיטה אונטער די 'סאטמארע ווירטשאפט'.... און פון דעם קען מען זעהן וואס פאר א ליפטיגע שמוציגע מערכה אפאר ליידיגייערס האבן געפירט אמאל קעגן קהלת בעלזא ווען מ'האט נישט געוואוסט ווי איין און ווי אויס יעדע זאך איז קודם געגאנגן מיט שלעק!! רופט זיך אן דער בעלזער בחור מיט א תמימותדיגן מינע אויסגעשפרייט אויפן געזיכט: איך ווייס נישט וואס דו רעדטס דא שטותים און הבלים, די קרית יואלע בית השחיטה המהודרת האט בעלזא אפגעקויפט צוליב וואס סאטמאר האט געהאלטן ביים באנקראט.......... און סאטמאר שעכט היינט ביי בעלזא........... 
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2011 10:21 |
|
| |
וואס האסטו מיר יעצט געענפערט?? "פאפא האט אנגעהויבן ניצן אריזאנא פאר 10 יאר צוריק" ווען קהלות מהר"א האט נאך נישט געהאט קיין בעקעריי אין וויליאמסבורג...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2011 15:01 |
|
| |
שרייב נאכאמאל דעם שקר: פאפא האט אנגעהויבן צו נוצן אריזאנא ווייץ 10 יאר צוריק , אין יאר תשס''א.
הא? שוין 10 גאנצע יאר וואס פאפא קהילה עסט חמץ בפסח?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2011 15:08 |
|
| |
א ''רשכבה''ג'' ווערט מען נישט , אויב די אייגען באצאלטע פעיראלל דיינים האלטן מיט , נישט קיין חילוק ווי ברייט די ביבער היט איז , נישט קיין חילוק ווי צוקניישט די שטערן איז און נישט קיין חילוק ווי צושטרויבעלט די פיאות איז.
א ''רשכבה''ג'' איז מען , ווען אנדערע קהילות נעמען אן א כשרות הידור אדער א תקנה לדורות לטובת הכלל.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2011 15:13 |
|
| |
א ''רשכבה''ג'' איז מען , ווען חתונה תקנות ווערן קאפירט דורך קהלה נאך קהלה אין חוץ לארץ , און דורך קהלהנאך קהלה אין ארץ ישראל.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2011 15:16 |
|
| |
א ''רשכבה''ג'' איז מען , ווען 15 חתונה זאלן לענגאויס ניו יארק ערלויבן היינט-צו-טאגס חתונה מאכן פאר האלב געלט וויפיל עס האט געקאסט מיט אביסעלע מער ווי דריי יאר צוריק.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2011 15:21 |
|
| |
א ''רשכבה''ג'' איז מען , ווען אזעלכע קהלות קדושות ווי פאפא , וויזניץ-מאנסי , באבאוו , ראכמיסטריווקא , באיאן , ר' מאטיל סטיטשנער , בית המדרש גבוה ד'לעיקוואוד אא''וו , שעכטן זייער בשר עוף אך ורק אינעם בית השחיטה המהודרת פון קרית יואל.
|
|
|
|
|