ער האט אפילו דערציילט אז עס זענען דעם יום טוב (6 אזייגער פארטאגס לכאורה) אריינגעקומען צו אים עטליכע חסידישע אינגעלייט און ממש געוויינט אויף די היינטיגע מאדע ווי אזוי די מלבושים ווערן פארקויפט אין די היימישע געשעפטן, דא האט ער אויפגעהויבן זיין שטימע און אויסגעשריגן קעקעצדיגערהייט - ווען דאקטאר פישער ריקט זיך נענטער נערוועזערהייט - מ'טוט אן קורצע קליידער מיט קורצע עלענבויגן און אויסגעשניטן ביים האלז, ווי זיין שטייגער האט ער אויסגעשמיעסט מיט אלע פרטים ווען און פארוואס עס איז נישט צניעות'דיג.
נשלח ב-22/4/2011 20:10
כאפענדיג א בליק אין דזשיגאן עם הארץ פארום, איז א נחת צו זען ווי דער פרישער באנוצער אונטער דעם אלטן ניק רבי יונה האט אונטערגעהאלטן דעם ציבור משך פונעם נעכטיגן אווענט. (עס איז נאר אינטערעסאנט צו וויסן פון וואו פונקטליך דער רבי יונה האט געשריבן זיין תגובות. פון א בלעקבעריי באשיינפערליך נישט, ווארום דער רבי האט דאך דאס בשעת מעשה געפערליך אראפגעריסן, ווידעראום צו זאגן אז דער רבי יונה האט א קאמפיוטער אין שטוב איז אויך א פראבלעם, ווייל דער רבי וויל דאך נישט האלטן די יאפאנעזער און עגיפטישער קינדער ביי זיך אין מוסד. וועלן מיר מוזן איינזעצן אז ער האט דאס געשריבן אינעם אינטערנעט קאפע הויז אין קרית יואל, פאר קליין געלט (כלשון הדזשיגאן). איז נאר א חידוש הלמאי בחדרי חרדים איז דארט נישט אפגעשפארט.)
קודם כל האט ער אונטערגעהאלטן דעם ציבור מיט דעם דרוש פלפול פון דעם דזשיגאן עם הארץ, וואס האט געמישט חמץ בפסח מיט די י"ב שבטים, און דעם מנהג פון תשליך עשרת ימי תשובה מיט איסור הנאה. דאס אלעס איז געווארן געאפדעיט שטיקל ביי שטיקל, און מ'האט דאס בעסער געקענט פארשטיין ווי די וואס זענען דארט געזיצן...
דערנאך האט ער אין צענדליגער תגובות געשטארקט די תקנה פון די דאסטער'ס, אזש מ'קען מיינען אז גאנץ וויליאמסבורג איז איינגעהילט אין א דאסטער סומטאכע. דער עיקר אז דער רבי דער מנוול וועט זיצן מיט פאבריקאנטן פון דאסטער'ס און אויסארבעטן פונקטליך ווי די שניט וועט זיין.
נשלח ב-24/4/2011 12:15
איך קען נישט פארשטיין וואס דער חשבון פון דעם בעל וידום אהרן מיטן רעדן ניבול פה אויפן העכסטן פארנעם פארנט פון אן ארון הקודש, ווי איז דאס פינטעלע יראת שמים?? וועם טוט ער אפ? איז דאס געווען א נקמה אקט פאר די צענדליגער טויזנטער אידן וועלעכע האבן אים געוויזן די טיר פון אינדרויסן פאר 12 יאר צוריק אין אזא צייט??!! אויב יא, ביי וועלעכע זאך גייט ער זיך אפשטעלן??!! אלעס איין תירוץ: וואס דערפרעסיע קען אלץ צוברענגן... סאטמאר האב איך פארלוירן וועל איך זיי אריין שמייסן אין זיבעטען ריפ מיטן ניבול פה דרשה, רח"ל. אצינד לאמיר כאפן א טענצל צום 500'טען מאל: ברוך הוא אלוקינו... שבראנו לכבודו... אוי ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו... הוי והבדיל לנו מן התועים...
תוקן על ידי טאטעלע ב- 24/04/2011 12:20:44
נשלח ב-24/4/2011 17:27
איך וועל דיר געבן צי פארשטיין עס איז זייער פשוט:
דער דזשיגאן האט אלע יארן געמיינט אז ער וועט זיין די גרעסטע רבי אויפן כדור הארץ, איינער וואס שטרעבט אויף דעם הייסט א בעל גאווה, איז וועגן דעם וועט ער טאן אלע זאכן וואס נארמאלע מענטשן וואלטן ניטאמאל געטראכט צי טון, פארדעם האט ער אלע יארן געהאקט און באשמיצט אויף די מיאוס'טע אופנים אלע רבנים נאר כדי צי ווייזען "איך" בין גרעסער פון דיר, "איך" מעג רעדן וואס איך וויל, אבער ווען ער האט איינגעזעהן אז זיינע פלענער האבן געקראכט ווי א באבל פון זייף האט ער אנגעהויבן זיינע ניבול דרשות נאך אויף אסאך גרעסערע פארנעם ווי קיינמאל בעפאר האפענדיג צי באקומען אויפמערקזאמקייט פונקט ווי נחום ראזענבערג וואס נעמט אויך אטענשאן אויף דעם וועג.