ר' מנשה פילאף: ר' טודרוס זילבער עסט פסח חמץ רח"ל
איך רייב מיך די אויגען איצט ליינענדיג די ארטיקל פון ר' מנשה פילאף אין דער איד, ווי ער רייסט שטיקער איבער אלע וואס ניצען אנדערע ווייץ ווי ער וויל, און ווי ער האט עס במסורה פון זיין זיידע דער גראז שניידער און זיין באבע....
נאכן באקן פרישע מעשיות אפען רבין זי"ע, נעמט ער זיך צו די ביינער פון די מחמירים וואס ניצן די לאנג איילענד ווייץ אין שניידען עס ווען עס איז נאך גרין, ער שרייבט אז זיי מיינען אז זיי זענען קליגער, אבער דערווייל ווערן זיי נכשל באיסור חמץ, און ער האט גאנצע ראיות אז די גרינע ווייץ ווערט מחמיץ און פארשימעלט.
דער הויפט ניצער פון די גרינע ווייץ איז ר' טודרוס זילבער, וואס ער קען נישט ניצן די אריזאנע ווייץ, ווייל פאליטיק שטייט ביי אים העכער די תורה הק', און ער וועט באקומען א באקס פאטעטע ווייניגער פון לויפער, לאנג איילענד מצומחים פאסט אים נישט צו ניצן, ער איז דאך א פרומער, האט ער געמאכט א קבוצה פון פרומע אינגעלייט וואס ער פירט אן, און שניידען די גרינע ווייץ.
איצט קומט ר' מנשה פילאף און גיט אריין פאר ר' טורדוס מנה אחת כפיים, אז ער עסט זיך אן מיט חמץ אין פסח.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/04/2011 05:55:38
 |
|
|