ראב"ד דריקט הכחשה אין ספר
צוויי חברי ההנהלה פון קהל יטב לב ירושלים זענען יעצט ביינאכט געווען ביי הגאון האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א איהם לאדענען צו די סעודת הילולא פון רביה"ק הברך משה זי"ע אין בית מדרשינו
איז אויסגעקומען גראד א שמועס וועגן אריזאנע ווייץ,
האט דער ראב"ד שליט"א זיי ארויסגענומען א ניעם ספר וואס מען האט יעצט געדריקט אויף פסח פון זיינע תשובות אויף פסח
ווי דארט ברענגט ער אראפ די תשובה פאר אברהם לויפער און ס'שטייט צוגעשריבן א הערה אז מען האט אויסגעפאפט דעם ראב"ד און זיין דעת תורה איז אז אדרבה די ווייץ זענען מהודר,
בייגעלייגט דא איז א קאפי פון דעם ספר מיטן שער בלאט,


|
|