נישט קיין ברעקינג!! עכט איז די מעשה געווען אין יאנוואר
נישט קיין ברעקינג!! עכט איז די מעשה געווען אין יאנוואר. ערשט איצטערט האבען זיך די ארונים דערוויסט ווי נאנט די זאליס זענען שוין געשטאנען צו אזא מעכטיגען נצחון. די מעשה איז געווען ווי פאלגענד. גאנץ אנפאנג פונעם פייט האט יצחק רז"ב פראבירט אפצוקויפען דעם מארגידזש פון דיים סעיווינגס באנק בימים ההם האבען די זאליס - (חיים יושע באבא"ד) אפגעקויפט דעם לאוין אינטערען נאמען בעדפארד קאר. ראס קארפ. איצט האבען זיי פראבירט צו פארקלאויזען די פראפערטי זענען זיי געגאנגען מיקלאמפערשט צו בי"ד משפט שלום און אויסגעארבעט א פארטיגען דיעל אז דער לאוינער - לאמיר אים אנרופען חיים יוסף נידערמאן - (ער איז די סיינער אויף די קאפערעשען) וועט צונעמען די בנינים פון די נייע שיל, ראדני, און קיעפ סט. פאר זיין הלואה פון נישטיגע 2.9 מיליאן דאלער,פלאס אינטרעסט און דערנאך האבען זיי דאס בלויז געדארפט באשטעטיגען אין קארט זענען זיי געגאנגען אין נעסאוי קאוינטי קארט ווי דער לאוינער איז מיקלאמפערשט געבעיסט, און דארוט געפיילט דעם קלעים צו באשטעטיגען דעם פסק בי"ד אויף וואס ביידע צדדים האבען מסכים געווען וואס דאס איז געווענליך נאך א פארמאלע פראצעדור. און נעסאוי קאוינטי האבען זיי געהאט 2 מעלות איינס די דזשאדזשעס דארט זענען נישט באהאווענט און די תהלוכות הקהילה - ס'מיינט זיי קענען נאכנישט אינזערע אלע דרעק ווי די קינגס קאוינטי ריכטער און צווייטענס די ארונים וועלען נישט קענען פארלויפען דעם וועג. אבער דא האט זיך אריינגעמישט מעשה שטן און די דזשאדזשקע איז עפעס בייגעפאלען צו גריבלען און סורטשען און זי איז געקומען אויף די שפירען אז דאס איז אלטע דרעק ווואס מ'פראבירט דא צו פארשלייערען און זי האט זיי ארויסגעטראסקעט מיט די גאנצע מעשה. די זאליס האבען אויפען משפט שלום פסק פארטוישט אלע נעמען צו מיקלאמערשט אידישע נעמען וו. צ. ב. ש. פון חיים יאקאבאווישט איז געווארען יודא לעיזער דזשעיקאבס. און די פארשאלטענע גויטע האט אליין אויסגעפיגערט דעם פאזעל. וועלכער נאמען גענערט צו וועלכען מענטש
 |
|
|