פרעשור הייבט אן שניידן אויפן שגיון לדוד - מכם ובכם
עס הייבט זיך אן טומלען ביי די זאלי שישקעס איבער דעם שרעקליכע צעלאזטקייט און הפקירות וואס עס טוט זיך אפ אין זייער בעקעריי, וויבאלד די ארונים האבן אויפגעדעקט דעם שלייער פון דעם פעלשער דוד ראזענבערג, און ווי שמוציג און עקלהאפטיג מ'האט געכאפט דעם שגיון לדוד "רעד הענדעד".
עס האט זיך ארויסגעשיילט א בילד אז דער דוד ראזענבערג איז אן איינפאכער שטריק און עם הארץ, וואס בסך הכל קען ער פעלשעווען משנה ברורה'ס פון פינגער ארויס, און באשאפן בערג און ריקן טייכן, ווי עס פאסט פאר'ן דראגער.
אויך איז ארויסגעקומען אין די גאס די געשיכטע מיט די געפלאצטע וואסער פייפ וואס איז פארגעקומען אינמיטון חודש אדר ב' דהאי שתא תשע"א, און קיינער ווייסט נישט וויפיל פראצענט פון די מעהל איז געווארן חמצ'דיג רח"ל וכו' וכו'.
נאך איז ארויסגעקומען אז דאס שניידן אין לאנג איילאנד שוין נאכדעם וואס די ווייץ איז גרין איז קעגן די קלארע הוראה פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע - און עס איז ליידער נישטא קיין שום היתר אויף דעם פארברעכן.
די און נאך זאכן הייבט אן שטורעמען ביי פארשידענע רבני'שע פיגורן ביי די זאליס, היתכן אז עס הערשט א הפקירות, היתכן אז עס איז נישטא קיין שום קאנטראל איבער כשרות, וואו זענען די רבנים.
דער קונטרס שגיון לדוד האט געמאכט א וואונדערבארע ארבעט פון אויפדעקן דעם שלייער פון א קארופציע ווערטשאפט, דורכגעפוילט מיט שקר, עם הארצות, בלאף און אנארכיע.
איצט בלייבט איבער צו זעהן צי דאס פאליטישע פליגל וועט זיך ברעכן פאר די מכלומרש'טע תורה'דיגע אויטאריטעטן.
צי דער שגיון לזאלי וועט לאזן מאכן סדר, אדער וועט ליבערשט אנשטאפן זיך און זיינע קעלבלעך מיט חמץ גמור (כשיטת הרשב"א, הבית יוסף, ומרן בעל דברי יואל זצ"ל).
_________________
 |
|
|