| נשלח ב-1/5/2011 10:06 |
|
| |
דזשיגאן: די דאסטער'ס קוקן אויס ארגער ווי כ'האב געמיינט!
יעצט מוצש"ק ביים יארצייט סעודה אין קרית יואל האט זיך דער דזשיגאן ווידעראמאל גענומען צו די דאסטער'ס, זיין באליבטע נושא. ער זאגט אז נאך וואס ער האט אזוי סוקסעספול דורכגעפירט די מצות און שחיטה מהודרת, גייט ער יעצט דורכפירן די דאסטער המהודרת.
ער זאגט אז ער האט אליינס נישט געוויסט ווי שרעקליך די פריצות מיט די דאסטער'ס גייען, ביז ער האט געזען אפאר ווייבלעך אנגעטון, ס'געווען א פחד...
ער האט געמאלדן איבער אסיפות וואס גייען פארקומען וואו מ'וועט באשליסן פונקטליך וויאזוי די מהודרת דאסטער'ס זאלן אויסקוקן.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2011 13:19 |
|
| |
דזשיגאן כתב: ער זאגט אז ער האט אליינס נישט געוויסט ווי שרעקליך די פריצות מיט די דאסטער'ס גייען, ביז ער האט געזען אפאר ווייבלעך אנגעטון, ס'געווען א פחד...
האסט איס טאקע אזוי געהערט זאגן ? אסער לכה"פ אויף קול סאטמאר? צו די ווילסט בלויז ער זאל אזוי האבן געזאגט?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2011 21:45 |
|
| |
פארשרייט'ס מיך נישט אלס ארויני, איך האב געהערט ביידע דרשות פון אהרן סיי חול המועד און סיי ביי דעם ברך משה'ס יארצייט איבער די ענין פון צניעות האט ער גארנישט שלעכט געזאגט, פינטל. ער האט גערעדט גענוג אנדערע שטותים כדרכו ווי "צעקת בני ישראל באה אלי..." און יעדע ווארט איז איין שטיק עקלדיגע שחצנות,
אבער אויב מען וועט זיך ארויפכאפן און אפחוזק'ן אפילו אויף זאכן וואס ער רעדט יא צו דער זאך וועט שוין פארלירן די טעם ווען אונז וועלמיר חוזק מאכן ווען ער רעדט עכטע שטותים רוב מאל. נישט יעדע מאל ווען ער דערמאנט דאס ווארט צניעות אדער זומער אדער קליידער אדער דאסטער'ס מיינט דאס ער האט גערעדט מנוולות, נישט יעדע דרשה איז גלייך צו די באקאנטע טריפהנ'ע אויגן דרשה מיט די לאנגע שארטקאט'ס, דארט האט ער טאקע גערעדט ווי א מנוול אבער דא לגמרי נישט.
איך האב אמאל געהערט פון א קנאי א בר דעת ווי ער האט ארויסגעברענגט אז די עכטע קנאים האבן קיינמאל נישט מוחה געווען אויף קלייניקייטן ווייל דערנאך אפילו זיי וועלן מוחה זיין אויף גרעסערע זאכן וועט מען זאגן אז פונקט ווי די קליינקייט איז גארנישט אזוי איז דאס אויכעט, אזוי פלעגט זיך פירן רבינו הקדוש זי"ע כידוע אז ער האט בשום אופן נישט געוואלט אסר'ן ראדיא מהאי סיבה ווייל מען וועט זאגן אז פונקט ווי ראדיא הער איך מעג איך שוין טעלעוויזיע אויך ח"ו, די זעלבע זאך ווען מען מאכט חוזק פון אהרן, עס איז דא גענוג און נאך עכטע זאכן פון וואס חוזק צו מאכן מען דארף זיך נישט ארויפכאפן אויף יעדע ווארט וואס ער זאגט
נאכאמאל איך זאג פשוט מיין מיינונג וואס לענ"ד איז דא נאך וואס האלטן אזוי דא.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2011 01:43 |
|
| |
גראדע האלט איך זייער שטארק פון די דרשה, איך האב שוין לאנג געשריבן אז ענדליך רעדט ער ענינים וואס איז נוגע זיין קהלה נישט יענעמס, וואס איז אינטערעסאנט איז די ווינט וואס זיי מאכן דערפון, כמעט יעדער רבי רעדט פון צניעות, וואס איז דא געשהן?
ער גייט עפענען קאמפאניס, ער גייט טון ווייסעך וואס, עכ"כ אז מען קען מיינען אז סאיז נישטא צו באקומען קיין צניעותדיגע מלבישים, אין דער וועלט ווארט אויף ר' אהרענען זאל מאכן א גשעפט פון צניעות כדי יודישע פרויען זאלן האבן וואס אנצוטון, דער איז במחילת כבודו טאטאל משוגה, טויזענטער הייליגע יודישע קינדער גייען אנגעטון גאר ערליך אין צניעותדיג, אמת עס איז דא וואס נישט, אין מען דארף כסדר מעורר זיין, אבער פון מעורר זיין ביז עפענען קאמפאניס דארף מען זיין א קי צו פארשטיין.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2011 01:59 |
|
| |
ווארט נאר ווארט, אין אפאר יאר ארום (אויב די דאסטער מערכה וועט נישט האבן געפייגערט פריער), וועלן די אהרונים טרומפירן ווי ווייט דער אהרן האט געראטעוועט דעם דור, און וואספארא אויפטו ער האט אויפגעטון, אזוי ווי זיי זאגן יעצט אויף דעם חמץ וואס מ'האט פופציג יאר געגעסן פון בראדוועי, אזש ס'וועט זיך קענען דאכטן אז די פרויען זענען געגאנגען אן א קליידונג ביז צו זיין דרשה,
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2011 09:07 |
|
| |
תוקן על ידי liner1 ב- 06/05/2011 09:09:40
|
|
|
|
|