דאכט זיך אז ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט מען גע'משפט טויזענטער רוצחים, זיי האבן געגעבן פארגיטיגונגס געלטער, מ'האט אויפגעשטעלט אימצאליגע ארגעניזאציעס צום ביישפיל UN, NATO... מ'האט באקומען די מדינה של גהינם, און מיט אלעם איז מען זיי נישט מוחל קיין כל שהוא, נאר אינז ווארטן אויפן יודע בגוים לעינינו... היטלערס טויט האט בכלל נישט געשטילט די נקמה געפילן, נאר ווי מ'זאגט אויף אידיש: נאך שיין! נאך לעבן זאל ער??, לעניננו אונזער בין לאדין דער ארכי טעראריסט ווי די צייטונגען האבן עם באטיטלט האט געהארגעט טויזנטער מענטשן, אראפ געווארפן די שטאלץ פון אמעריקע, און די ענטפער אויף דעם איז געווען אז מ'האט עם געכאפט און געהרג'עט נאך 10 יארע, איז דעס בכלל וערט צו ווערן אנגעריפן נקמה? איך וואלט געשריבן ענדערש "נידערלאגע".
|
|