White House says Obama to make late-night address to nation at approx. 10:50pm
_________________
נשלח ב-2/5/2011 06:21
Al-Qaeda leader Bin Laden 'dead'
Al-Qaeda founder and leader Osama Bin Laden is dead, according to US media reports citing officials.
The US is in possession of Bin Laden's body, the reports say. President Barack Obama is due to make a statement shortly.
Bin Laden is top of the US most wanted list.
He is accused of being behind a number of atrocities, including the attacks on New York and Washington on 11 September 2001.
The al-Qaeda leader was killed in a mansion outside Islamabad in an operation based on actionable US intelligence, CNN reported.
נשלח ב-2/5/2011 08:31
128 מאנאטן נאכן דערקלערונג פונעם אמעריקאנעם דעמאלס'דיגער פרעזידענט דזשארדזש בוש אז אמעריקע וועט כאפן דעם מייסטער טעראריט אסאמא בין לאדין טויט אדער לעבעדיג, האט אמעריקע ענדליך געלייגט די האנט אויפן קערפער פונעם וועלטס גרעסטער טעראריסט, אין א שנעלער העכסט געהיימער אקציע אויף די גאסן פון א דערפל נעבן איסלאמאבאד, די הויפט שטאט פון פאקיסטאן, דורך א צאל געהיימע קרעפטן אנגעפירט דורכן אמעריקאנער מיליטער וועלכע האלטן שוין אן אויג א לענגערע צייט אויפן געביידע וויסענדיג ווער עס געפינט זיך דארט. וואו בין לאדין איז געכאפט געווארן טויט נאך א שיסעריי אויסטויש און ער איז דערמארדעט געווארן מיט א קויל אין קאפ.
אמעריקע האט נישט אנאנסירט די דראמאטישע נייעס ווילאנג מען האט נישט אדורכגעפירט א די.ען.עי. טעסט אויפן קערפער פונעם ארכי-טעראריסט וואס געפינט זיך אצינדער אין אמעריקאנער הענט. די פאראייניגטע שטאטן האט אויך ארויסגעגעבן א שרעקליכן בילד פונעם געזיכט פונעם על קאידא גרינדער טויטערהייט, למען ישמעו ויראו.
אמעריקאנער בירגער שפירן א ספעציעלע נצחון אין מארד פונעם 54 יאריגער מערדער, נאכדעם וואס בין לאדין האט דערקלערט אן אפענע קריג קעגן אמעריקע קנאפע דרייצן יאר צוריק בעת ער האט באוויזן צו באמבאדירן צוויי אמעריקאנער אמבאסאדעס אין אפריקע אין 98'. נאכן באמבאדירן דעם יו.עס.עס קאול מיליטערישער שיף אין 00' האט ער באוויזן צו אומווארפן די צוויי מעכטיגע צווילינג געביידעס אינעם עיר רבתי ניו יארק, צוזאמען מיט פיר אמריקאנער פליגער דערונטער איינס פון זיי אלס א מיסל אינעם פענטעגאן, די אמעריקאנער מיליטערישער הויפטקווארטיר, אומברענגענדיג אלס אינאיינעם דריי טויזנט אמעריקאנער בירגער, אן אטאקע מיט וואס בין-לאדען האט אפיציעל געלייקענט אלס מעשי ידיו.
פרעזידענט אבאמא האט אין א דראמאטישער אויפטריט שפעט אויפדערנאכט דערקלערט א זיג פאר די פאראייניגטע שטאטן, און זיך באדאנקט פאר אלע אינעם מיליטער וואס האבן זיך די אלע יארן אפגעגעבן צו אפירזוכן דעם מאן וועלכער האט מיט זיינע מיליאנען דאלארן נישט געקענט געפונען צו טון עפעס בעסערס דערמיט אויסער אומצוברענגן ציווילע בירגער. ער האט אויך ארויסגעברענגט אז אמעריקע איז נישט אין קיין קריג מיט די איסלאמער ביי וועם בין לאדין האט זיך פארגעשטעלט אלס פארטרעטער. דער פרעזידענט האט ארויסגעברענגט פאר די וועלט אז מיט אמעריקע פאנגט מען זיך נישט אן, ווען די וועלט זעהט אז יוסטיץ איז געווארן סערווירט.
טראצדעם וואס אין המצוה נקראת אלא על שם גומרה, קען מען אבער ווייט נישט איגנארירן דעם געוועזענעם פרעזידענט בוש וועלכער איז געווען דער גרינדער פונעם קריג קעגן טעראריזם, נאכדעם וואס דער סימבאל פון טעראר האט פארזיכט דעם טעם וואס ער געגעבן צו שפורן פאר טויזענטער אנדערע, און זיך געטראפן אונטער א קאלוזשע בלוט. נאכן באקומען א פרעזענליכן טעלעפאן רוף פון פרעזידענט אבאמא איבערגעבענדיג די נייעס, האט פרעזידענט בוש האט זיך פרעזנליך באדאנקט פאר פרעזידענט אבאמא און די אלע וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט זיין לעבענס שטרעבונג. דער געוועזענער פרעזידענט האט ארויסגעברענגט אז היינט זעהט מען אז נישט חילוק ווי לאנג עס געדויערט, אבער צום ענדע ווערט יוסטיץ דערגרייכט.
מיטן אומקום פון בין לאדען קען די וועלט אביסל אפאטעמען ווען מען זעהט ווי דער מולטי מיליאנער און וועלטס מייסטער טעראריסט איז שוין נישט בין החיים, און זיינע 50 קינדער וועלן זיך זעצן שבעה נאך זייער ברוטאלער פאטער.
נשלח ב-2/5/2011 09:12
אברהם בער יאקאבאוויטש מיט משה דוד נידערמאן זענען געפלויגן קיין וואשינגטאן צו בעטן ביי אבאמא מען זאל לייגען בין לאדין אין פאללאק'ס לאט
נשלח ב-2/5/2011 18:49
דוד עקשייט איז געפלויגן קיין וואשינגטאן בעטן מען זאל אים גיבן בין לאדינס בלוט, ער איז שוין זייער דארשטיג
נשלח ב-2/5/2011 21:01
אין די צייט וואס אמעריקאנער בירגער יובל'ן און שאלן פאר פרייד, האט זיך איבער די לעצטע צוועלף שטונדן אביסל אויסגעקלארט ס'בילד איבער וויאזוי די פאן טרעגער פון די פרייע וועלט האט באוויזן צו אויסמעקן דעם ארכי טעראריסט אסאמא בין לאדען פונעם וועלטס מאפע.
זינט פרעזידענט בוש האט ארויסגעגעבן דעם פארארדענונג פאר איבער ניין יאר צוריק אפצורוימען דעם נומער איינס מענטשליכער שונא פונעם כדור העולם, האט אמעריקע געטאפט גראדע ווענט ווען עס האט געקומען צו פאקטישע שריט אז די וועלט זאל זיין ביל לאדען ריין.
פאר צוויי יאר צוריק האבן די אמעריקאנער ענדליך דערשנאפט אינפארמאציע אז בין לאדען געפונט זיך ערגעצוואו אין די באוואוינטע פאקיסטאן, נישט וואו מען האט געמיינט ביז דאן אז ער געפונט זיך אין די בערגיגע שבטים טיילן ביים אפגאניסטאן גרעניץ. אבער עס געדויערט ביז פארגאנגענעם אוגוסט למספרם צו באקומען עפעס ממשות'דיגע באווייזן פונעם ציל.
היינט פארטאגס, אום 1:30 (3:30 נעכטן זונטאג ביי אונז אין ניו יארק) ווען די גאנצע געגענט איז געווען פארטיפט אין א טיפן שלאף, האבן פיר מיליטערישע העליקאפטער געקומען צופליען דירעקט פון אפגאניסטאן, און אנידערגעלאזט 40 פון די העכסט עליטע פונעם אמעריקאנעם מיליטער באקאנט אלס נעיווי סיעלס קאמאנדאס, געשטורמט די געביידע, און נאכדעם וואס דער ארכי טעראריסט האט זיך נישט געהאלטן ביים אונטערגעבן נאך א פארבעטונג, איז דער מערדער געשאסן געווארן אינעם געזיכט. כן יאבדו כל אוביך ד'.
אונטער פערציג מינוט איז די גאנצע אקציע געווען פאריבער, ווען קיין איין איינציגע פאטאליטעט האט זיך געפונען צווישן די אמעריקאנער (ווארום זיי האבן גאנץ זיכער נישט געווען אנגעטון מיט נאכט קליידער...) בעת אינעם פייער אויסטויש האבן זיי אפגערוימט דעם 24 יאריגער זוהן פון בין לאדען און על קאידא פירער האמזא, צוזאמען מיט נאך צוויי מענער און א פרוי וואס איז גענוצט געווארן אלס פאנצער. אזויווי די אקציע האט זיך אויסגעצאלט פי כמה, האבן די מיליטערלייט נישט פארלאזט קיין טרער בשעת זיי האבן בעפארן פארלאזן דעם ארט געברויכט פארניכטן איינע פון די העליקאפטער, ווען עס האט געוויזן מעכאנישע פראבלעמען.
אמעריקאנער פירער האבן ארויסגעברענגט זייער חסד של אמת, און האבן דורכגעפירט די הלוית המת לויט די איסלאמישער באהאנדלונג (כ'מיין, לויט וויאזוי מ'ברויך זיי צו באהאנדלען...), און נאכן נעמען באווייזן פונעם גרויליגן קערפער, האבן זיי דאס תיכף באגראבן אינעם זאלציגן (פונקטליך וויפיל מפ"מ ווייס איך נישט) ים (גיי גלייב זיי) נישט אנגעבענדיג קיין שום דעטאלן (זיי פארגינען נישט דעם ביזת הים), כדי די איסלאמער זאלן דאס נישט פארלאנגען. די די.ען.עי. טעסטן וואס זענען היינט ארויסגעגעבן געווארן (נישט ווי אויבן געשריבן) האט טאקע געוויזן אז דער שונא פונעם פרייען וועלט האט באקומען זיין פארדינטן סוף.
עס שטעלט זיך ארויס אז דער בילד וואס דרייט זיך ארום אויפן נעץ איז אן פאלשער בילד וואס דרייט זיך שוין ארום עטליכע יאר, און ביזדערווייל איז נאך אין דעבאטע אויב מיליטער זאל ארויסגעגעבן די בילדער פונעם קערפער. סיידן די בילדער פון די בלוט ים'ען צווישן די בילדער פונעם פאלאץ, האט אמעריקע נישט געוויזן קיין הארטע באוייזן (נו, רוף דעם לאבראטאריע!)
עס איז ערווארטעט אז די על קאידא גרופע וועט קרוינען דעם איצטיגן נומען צוויי פירער איימאן על זאווארי אלס ממלא מקום. (אויסער אויב עס וועט ארויסקומען א ווידיא קליפ פון אסאמא אז ער געפונט זיך נאך בתוכינו...)
אידן איבער די וועלט געבן אפ א שבח והודאה פאר'ן רבש"ע אז פון הימל האט מען צוגעפירט אז דער צורר היהודים אסאמא בין לאדען האט באקומען זיין פארדינטן ענדע. אין זעלבע צייט זענען ערליכע אידן מתפלל אז די אונטערצונדער פונעם פייער ליידער די וואס פארופן זיך אלס אידן באשיצער זאלן שוין אויך באקומען זייער פארדינטן סוף וכל הרשעה כלה בעשן תכלה, כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ.
נעכטן האט די ווייסע הויז געמאלדן אז נאכן דן זיין בכובד ראש אויב מען זאל יא אדער נישט ארויסגעבן א בילד פונעם שרעקליכסטן פארשוין אויפן פלאנעט טויטערהייט - ווארום אמעריקע האט נישט געוויזן קיין שום באוויזן אז ביל לאדען איז טויט - איז געבליבן אז מען גייט דאס יא ארויסגעבן, אבער א שווארצע קאץ איז אינצווישן אריבערגעלאפן דאס ווייסע הויז ווען פרעזידענט אבאמא האט פריער געמאלדן אז דער בילד ווערט געלייגט צווישן די קלאסאפיצירטע דאקומענטן, און וועט נישט ארויסגעגעבן ווערן. (פונעם 'בזה' גלייב איך נישט אז ער מורא געהאט, קוקט אויס אז ער האט מורא פונעם 'בבא'. האב אייך נישט געווארנט אז דער אבאמא איז אן איסלאמער גלויביגער?...)
א באזונדערע לצנות גייט אן צווישן די מיניסטארן אויב מען האט דוקא יא געוואלט אומברענגן דעם באנדיט בשעת דעם איבערפאל, אדער איז דער באפעל געווען אז מען זאל אים פרובירן אים צו כאפן אלס לעבעדיגער. ערשטע באריכטן האבן געוויסט צו פארציילן אז מען האט אים לכתחילה געזיכט צו אומברענגן, גלייך דערמאך איז דער באריכט געטוישט געווארן אז מען האט אים נישט געזיכט צו הרג'ענען , נאר צוליב דעם וואס ער האט געשטעלט א ווידערשטאנד מיט א ביקס שטעלנדיג א לעבעדיגן פרוי אלס פאנצער פון פארענט, האט מען אים דערשאסן באין ברירה. נעכטן האט דער סי.איי.עי. דירעקטאר פארעפענטליכט אז דער באפעל איז קלאר געווען 'א טויטן בין לאדען'.
דערנאך איז דער באריכט וויאזוי די אקציע האט צוגעברענט בין לאדען טויט ווידער מאדיפיצירט געווארן. זיי האבן מודה געווען אז בין לאדען איז ניטאמאל געווען באוואפנט, די אפיציעלע פרוי פאנצער געשיכטע איז געווען אויזגעזויגן פון פינגער. איי פארוואס האט מען אים אונטערגעברענגט? ווייל ער האט "געוואלט" נעמען א רעוואלווער אדער אז ער האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן...
די פאקיסטאנער רעגירונג וואס האט גענומען די אלע הויז איינוואוינער נאכדעם וואס דער אמעריקאנער רעגירונג האט מיטגענומען מיט זיך די צוויי טויטע קערפער, האבן איבערגעגעבן פאר די פרעסע אז אסאמא'ס צוועלף יאריגע מיידל האט פארציילט וויאזוי די קאמאנדאס האבן געהאט א לעבעדיגן פאטער אונטער זייער האנט, און אים דערשאסן צום טויט בעפאר די פאמיליע.
אויך האט דער לאקאלער באפעלקערונג אוועקגעמאכט די אמעריקאנער אפיציעלע ווערסיע אז בין לאדין האט געוואוינט אין א מיליאן + דאלאר'דיגען "פאלאץ". זיי זאגן אז אפשר אצינדער איז דאס ווערט אזויפיל אלס היסטארישער הויז, אבער בעפאר איז דאס ווערט געווען מערסטענס א פערטל דערפון. "דער הויז איז ווערט מערסטנס צוואנציג מיליאן רופיס, אפשר פון די סעטלייט קוקט דאס אויס אלס מיליאן דאלערדיגער פאלאץ" האט א לאקאלער ריעל עסטעיט עקספערט ערקלערט. א וואל סטריט דזשורנאל רעפארטער וועלכער האט באקומען צוריט צום ארט, האט דאס ארפגעלייגט אלץ א שטראק נאכגעלאזטע הויז. קיין זכר פון עיר קאנדישאן, און שימעל באווייזט זיך ארום און ארום.
די אלע צומישטע באריכטן טוט אנפארבן די אמעריקאנער רעגירונג אלס נישט נאר אלס די וואס פארציילן בלויז דאס וואס זיי ווילן, נאר זענען אויך גרייט צו פארדרייען געשיכעס לויט זייער געשמאק. אזא מיס-אינפארמאציע סיסטעם בפני כל עם ועדה, קען ווירקן אויף דעם אז מען וועט קיינמאל נישט גלייבן ווען דער פאסטעך וועט די קומענדיגע מאל שרייען אז עס קומט א וואלף. און אויב עס איז ביז היינט נישט דא גענוג וואס גלייבן נישט אמעריקע מיט זייערע דערקלערונגען, וועט זיך דער ציפער זיכער הייבן.
די רעגירונג גיט איבער אז אין דעם פארכאפונג האבן זיי געפונען א גאנצער שלל פון אינפארמאציע אין פארעם פון קאמפיוטערס, הארט דרייווס און אנדערע סטארעדזש שטיקלעך, וואו זיי זענען געוואויר געווארן אז אסאמא אליינס איז נאך ביז היינט געזיצן ביים רידער, און ווייטער אנגעפירט זיין ארגאנאזאציע. די פאקיסטאנער רעגירונג גיט איבער אז דער הויז פארמאגט 13 שטיבער, און זיי האבן זיך געמיט צו אוועקטראגן צוויי באפעלאוס מיט א קי מיט 150 הינער.
שכנים ווייסן צו פארציילן אז די איינוואינער אינעם הויז האט שטענדיג אויסגעקוקט אביסל מאדנע, וועלכע פלעגן זיין מיינסטענס איזאלירט פונעם באפעלקערונג, און פלעגן לעבן מיט א באשיידענהייט, און כמעט גארנישט געהאט מיט קיינעם. זייער באשיידענהייט האט זיי קיינמאל נישט פארעדכטיגט אלס עפעס ספעציעל ווערט דארט באהאלטן, אבער עס איז יא געווען אינטערסאנט פארוואס זיי האבן כמעט קיינמאל קיינעם נישט אריינגעלאזט אינעם הויף. ווען עס פלעגט אריינפליען אינעם צוים אן אומשולדיגן טאבע פון א קינד, פלעגט דאס קינד באקומען געלט צו קויפן א נייע ווי איידער אים ערלויבן דאס ארויסצונעמען. אבער אויף קיין שום פאל האבן זיי נישט גע'חלום'ט וועלכער טעראריסט וואוינט אין זייער בעקיארד.
פארשטייט זיך, אין א לאנד וואס דרייט זיך אלעס ארום פאליטיק, האט דער דאזיגער געשיכטע דאס אויך נישט פארמיטן. די געוועזענע בוש אדמיניסטראמיע באאמטע זענען אביסל אנטוישט אין באראק אבאמא פארן נעמען דעם פולן קרעדיט פאר זיך אין זיין אויפטריט פארן פאלק זונטאג אויפדערנאכט, אין די צייט וואס די בוש פאליסיס, די פאליסיס וואס אבאמא פערזענליך און אלע דעמאקראטן האבן קריטיקירט, האבן אנגעהויבן צו ציען די פעדעמער צום מייסטער טעראריסט טיף אין פאקיסטאן. ליאן פאנעטא, דער סי.איי.עי. דירעקטאר, טענה'ט אז מען וואלט מעגליך אויך ארויסבאקומען אינפארמאציע פונעם שליח אן קיין צוואנגס מיטלען וואס די דעמאקראטן האבן שארף פארדאמט אין זיינערצייט. ווידעראום דער געוועזענער פארטיידיקונג סעקרעטאר דאנאלד ראמספעלד דערקלערט, אז די וואס זאגן אז די צוואנגס מיטלען האבן נישט געהאלפען, קענען פשוט נישט קוקן דעם אמת אין פנים אריין. אבער דאס איז זיכער אז די דעמאקראטן וועלן נישט אזוי נאכאמאל קריטיקירן די רעפובליקאנער טעראר פאליסיס.