עס טוט זיך א היבשע צומישעניש און מיס-אינפערמאציע איבער דעם גאנצן געשיכטע אויף אן אויפן וואס מען געדענקט נישט אזויפיל באריכט קאנפליקטן זאל באנעצן די נייעס קוועלער. סיי אפיציעלע ווערסיעס, און אפגערעדט אנאנימע קוועלער וואו עס איז ממש א מציאה צו טרעפן איין נייעס וואס יעדע נייעס קוואל זאל באריכטן די זעלבע געשיכטע.
נעכטן האט די ווייסע הויז געמאלדן אז נאכן דן זיין בכובד ראש אויב מען זאל יא אדער נישט ארויסגעבן א בילד פונעם שרעקליכסטן פארשוין אויפן פלאנעט טויטערהייט - ווארום אמעריקע האט נישט געוויזן קיין שום באוויזן אז ביל לאדען איז טויט - איז געבליבן אז מען גייט דאס יא ארויסגעבן, אבער א שווארצע קאץ איז אינצווישן אריבערגעלאפן דאס ווייסע הויז ווען פרעזידענט אבאמא האט פריער געמאלדן אז דער בילד ווערט געלייגט צווישן די קלאסאפיצירטע דאקומענטן, און וועט נישט ארויסגעגעבן ווערן. (פונעם 'בזה' גלייב איך נישט אז ער מורא געהאט, קוקט אויס אז ער האט מורא פונעם 'בבא'. האב אייך נישט געווארנט אז דער אבאמא איז אן איסלאמער גלויביגער?...)
א באזונדערע לצנות גייט אן צווישן די מיניסטארן אויב מען האט דוקא יא געוואלט אומברענגן דעם באנדיט בשעת דעם איבערפאל, אדער איז דער באפעל געווען אז מען זאל אים פרובירן אים צו כאפן אלס לעבעדיגער. ערשטע באריכטן האבן געוויסט צו פארציילן אז מען האט אים לכתחילה געזיכט צו אומברענגן, גלייך דערמאך איז דער באריכט געטוישט געווארן אז מען האט אים נישט געזיכט צו הרג'ענען , נאר צוליב דעם וואס ער האט געשטעלט א ווידערשטאנד מיט א ביקס שטעלנדיג א לעבעדיגן פרוי אלס פאנצער פון פארענט, האט מען אים דערשאסן באין ברירה. נעכטן האט דער סי.איי.עי. דירעקטאר פארעפענטליכט אז דער באפעל איז קלאר געווען 'א טויטן בין לאדען'.
דערנאך איז דער באריכט וויאזוי די אקציע האט צוגעברענט בין לאדען טויט ווידער מאדיפיצירט געווארן. זיי האבן מודה געווען אז בין לאדען איז ניטאמאל געווען באוואפנט, די אפיציעלע פרוי פאנצער געשיכטע איז געווען אויזגעזויגן פון פינגער. איי פארוואס האט מען אים אונטערגעברענגט? ווייל ער האט "געוואלט" נעמען א רעוואלווער אדער אז ער האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן...
די פאקיסטאנער רעגירונג וואס האט גענומען די אלע הויז איינוואוינער נאכדעם וואס דער אמעריקאנער רעגירונג האט מיטגענומען מיט זיך די צוויי טויטע קערפער, האבן איבערגעגעבן פאר די פרעסע אז אסאמא'ס צוועלף יאריגע מיידל האט פארציילט וויאזוי די קאמאנדאס האבן געהאט א לעבעדיגן פאטער אונטער זייער האנט, און אים דערשאסן צום טויט בעפאר די פאמיליע.
אויך האט דער לאקאלער באפעלקערונג אוועקגעמאכט די אמעריקאנער אפיציעלע ווערסיע אז בין לאדין האט געוואוינט אין א מיליאן + דאלאר'דיגען "פאלאץ". זיי זאגן אז אפשר אצינדער איז דאס ווערט אזויפיל אלס היסטארישער הויז, אבער בעפאר איז דאס ווערט געווען מערסטענס א פערטל דערפון. "דער הויז איז ווערט מערסטנס צוואנציג מיליאן רופיס, אפשר פון די סעטלייט קוקט דאס אויס אלס מיליאן דאלערדיגער פאלאץ" האט א לאקאלער ריעל עסטעיט עקספערט ערקלערט. א וואל סטריט דזשורנאל רעפארטער וועלכער האט באקומען צוריט צום ארט, האט דאס ארפגעלייגט אלץ א שטראק נאכגעלאזטע הויז. קיין זכר פון עיר קאנדישאן, און שימעל באווייזט זיך ארום און ארום.
די אלע צומישטע באריכטן טוט אנפארבן די אמעריקאנער רעגירונג אלס נישט נאר אלס די וואס פארציילן בלויז דאס וואס זיי ווילן, נאר זענען אויך גרייט צו פארדרייען געשיכעס לויט זייער געשמאק. אזא מיס-אינפארמאציע סיסטעם בפני כל עם ועדה, קען ווירקן אויף דעם אז מען וועט קיינמאל נישט גלייבן ווען דער פאסטעך וועט די קומענדיגע מאל שרייען אז עס קומט א וואלף. און אויב עס איז ביז היינט נישט דא גענוג וואס גלייבן נישט אמעריקע מיט זייערע דערקלערונגען, וועט זיך דער ציפער זיכער הייבן.
די רעגירונג גיט איבער אז אין דעם פארכאפונג האבן זיי געפונען א גאנצער שלל פון אינפארמאציע אין פארעם פון קאמפיוטערס, הארט דרייווס און אנדערע סטארעדזש שטיקלעך, וואו זיי זענען געוואויר געווארן אז אסאמא אליינס איז נאך ביז היינט געזיצן ביים רידער, און ווייטער אנגעפירט זיין ארגאנאזאציע. די פאקיסטאנער רעגירונג גיט איבער אז דער הויז פארמאגט 13 שטיבער, און זיי האבן זיך געמיט צו אוועקטראגן צוויי באפעלאוס מיט א קי מיט 150 הינער.
שכנים ווייסן צו פארציילן אז די איינוואינער אינעם הויז האט שטענדיג אויסגעקוקט אביסל מאדנע, וועלכע פלעגן זיין מיינסטענס איזאלירט פונעם באפעלקערונג, און פלעגן לעבן מיט א באשיידענהייט, און כמעט גארנישט געהאט מיט קיינעם. זייער באשיידענהייט האט זיי קיינמאל נישט פארעדכטיגט אלס עפעס ספעציעל ווערט דארט באהאלטן, אבער עס איז יא געווען אינטערסאנט פארוואס זיי האבן כמעט קיינמאל קיינעם נישט אריינגעלאזט אינעם הויף. ווען עס פלעגט אריינפליען אינעם צוים אן אומשולדיגן טאבע פון א קינד, פלעגט דאס קינד באקומען געלט צו קויפן א נייע ווי איידער אים ערלויבן דאס ארויסצונעמען. אבער אויף קיין שום פאל האבן זיי נישט גע'חלום'ט וועלכער טעראריסט וואוינט אין זייער בעקיארד.
פארשטייט זיך, אין א לאנד וואס דרייט זיך אלעס ארום פאליטיק, האט דער דאזיגער געשיכטע דאס אויך נישט פארמיטן. די געוועזענע בוש אדמיניסטראמיע באאמטע זענען אביסל אנטוישט אין באראק אבאמא פארן נעמען דעם פולן קרעדיט פאר זיך אין זיין אויפטריט פארן פאלק זונטאג אויפדערנאכט, אין די צייט וואס די בוש פאליסיס, די פאליסיס וואס אבאמא פערזענליך און אלע דעמאקראטן האבן קריטיקירט, האבן אנגעהויבן צו ציען די פעדעמער צום מייסטער טעראריסט טיף אין פאקיסטאן. ליאן פאנעטא, דער סי.איי.עי. דירעקטאר, טענה'ט אז מען וואלט מעגליך אויך ארויסבאקומען אינפארמאציע פונעם שליח אן קיין צוואנגס מיטלען וואס די דעמאקראטן האבן שארף פארדאמט אין זיינערצייט. ווידעראום דער געוועזענער פארטיידיקונג סעקרעטאר דאנאלד ראמספעלד דערקלערט, אז די וואס זאגן אז די צוואנגס מיטלען האבן נישט געהאלפען, קענען פשוט נישט קוקן דעם אמת אין פנים אריין. אבער דאס איז זיכער אז די דעמאקראטן וועלן נישט אזוי נאכאמאל קריטיקירן די רעפובליקאנער טעראר פאליסיס.
איבער פרעזידענט אבאמא פרעזענליך איז ערווארטעט א שטארקע שוואונג צו זיין ריכטונג, נאכדעם וואס ער האט געוויזן פאר אמעריקאנער אז ער איז אינגאנצן נישט אזא שוואכלינג ווי מען האט אים אראפגעלייגט. מען ערווארטעט א 13-15 פראצענטיגער שפרונג אין זיין צופרידענהייט ראטע, און טייל שלאגן גאר פאר ביז פינף און צוואנציג פראצענט, טראצדעם וואס די ערשטע אנקעטעס האבן נישט געגעבן אזעלכע שטארקע ציפערן.
כדי אנצוהאלטן דעם מאמענטום, פלאנט פרעזידענט אבאמא א באזוך ביי גראונד זערא מארגן דאנערשטאג. אין א פראבע צו פראקטיצירן אומפארטייאישקייט, האט דער פרעזידענט אויך איינגעלאדענט דעם געוועזענעם פרעזידענט בוש. זייענדיג איבערגענומען פון די לעצטע קריג קעגן בילדער וואס האט זיך אנגעהויבן פארגאנגענעם מוצש"ק, האט בוש צוריקגעוויזן דעם פארלאנג, און געלאזט וויסן אז ער פלאנט דארט צו זיין ביין צענטן יארטאג קומענדיגן סעפטעמבער דער עלעפטער.
די פאליטישע ווינט אין אמעריקע האט זיך ווי איבערנאכט געגעבן א דריי פונעם עקאנאמישן פראנט, אריבער צו אויסערן פאליסי. אין די ערשטע דעבאטע פונעם רעפובליקאנער פריימערי וואס וועט אפגעהאלטן ווערן מארגן נאכט אין דרום קאראליינע, וועט אויסערן פאליטיק גאנץ ווארשיינליך שפילן א הויפט ראלע.