בית פורומים כל העולם כולו

רבינו שליט"א מיט איין ציל: להעמיד הדת על תילה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/5/2011 21:44 לינק ישיר 
רבינו שליט"א מיט איין ציל: להעמיד הדת על תילה


היות עס עס איז יעצט הימל און ערד מיט פיקטשערס,ווייל מען האט אפגעשפארט די בעדפארד ביעמס {ביהמ"ד החדש}. האט הגזל"ן גע'אסר'ט פיקטשערס, איז אינטערסאנט אנצומערקן די קאנטראסט מיט וואס די צוויי רבי'ס זענענן פארנומען

כ"ק רבינו שליט"א האט זיך גענימען איין ציל, להעמיד הדת על תילה, אפצוראטעווען און אויפבויען אידשקייט, כדי מען זאל האבען מיט וועם צו גיין קעגן משיח, אפגעזען וואס די גאס וועט זאגען, און זיך נישט רעכנדיג צו עס פאסט יא אדער עס פאסט נישט, לייגט ער זיך אריין יעדן צווייטען טאג נאכאמאל און א טאפ הייס וואסער, אבי מען קען אויפטיען פאר אידשקייט, און איך וועל געבן אפאר דוגמאות.

די שארט קאט דרשה:
ווי באוויסט איז מען אדורוך א שטיק צייט צוריק שווערע פראבלעמען בנוגע צניעות וד"ל,  די פראבלעם איז געווען, סיי און וומסב"ג  און סיי און קר"י, די פראבלעם האט גארנישט געהאט מיטען רבין פרעזענליך, עס איז געווען מער א וועלטליכע פראבלעם ווי א קר"י פראבלעם, און דער ציבור איז געשלאפען, עס האט קיינעם נישט אינטערסירט, און קיינער האט גארנישט געטיען דערוועגן, קיינער איז נישט געווען ביזי דערמיט,
אחד היה אברהם, די רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט שרייען אז עס ברענט א פייער! און ער האט פארפירט און געשריגען אז ווי קען א טאטע זיך גיין לייגען שלאפן ביינאכט, בשעת זיין גרויסע טאכטער איז נישט אינדערהיים, דער רבי האט געמאנט און געשריגען, דער רבי האט ביי די דרשה'ס געשריגען צו די עזרת נשים, און זיך געבעטן אז מען זאל וואטשען די קינדער, און די רבי האט געמיזט רעדן אפן ברחל בתך הקטנה,  כאטש אז עס איז זייער שווער געווען פאר אים, דאך כדי דער עולם זאל זיך אויפוועקן פינעם בערן שלאף האט ער עס געמיזט טיען,   ביז די ציבור האט זיך אויפגעוועקט,  און מען האט זיך גע'עפענט די אויגן, און עס איז געווארען דראסטישע שנוים לטובה, טאטעס זענענן געווארען באוויסטזיניג צו די פראבלעמען, און מען האט אנגעהויבן צי וואטשען די קינדער, מען האט אנגעהויבען צו לייגען א אויג אויף זייטיגע פראבלעמען, און די מנוולים האבן זיך געמיזט איינהאלטן

עמער'ס מיט לצנות, בלעטער מיט פאשקעווילען, האט מען געשאסן פון זלמן לייב'ס לאגער קעגן רבינו שליט"א, מען האט געשריבען קעגן רבינו שליט"א מבית הגזל"ן ערגער ווי דער גרעסטער עוכר ישראל טרויט זיך שרייבען, דער פארווערטעס איז נאך געווען גאלד צו ליינען קעגן ווי אזוי די "דער איד" האט דאן געשריבען קעגן רבינו שליט"א, אלעס צוליב די דרשה!!!

פאר רבינו שליט"א איז עס אנגעגאנגען? א פייג! ער האט איין ציל, להעמיד הדת על תילה, ווי א געטרייער מנהיג האט ער זיך אויפגעשטעלט צו פירען זיין עדה, אפגעזען צי עס פאסט יא אדער עס פאסט נישט, און אפגעזען, אז קיינער האט עס נישט געטיען ביז דעמלאטס,

די זעלבע פראבלעמן איז געווען און עס איז נאך דא און וומסב"ג , האט הגזל"ן עפעס געטיען בנוגע די פראבלעם?? ניין! פארוואס?


 צניעות - דאסטערס

יעדער וואס האט נאר אביסעלע יראת שמים ווייסט די שרעקליכע ירדה וואס עס איז אריינגעקימען בנוגע צניעות  בכלל, און ביי דאסטערס בפרט, און לאוו דווקא די פרומע, יעדער שרייט די זעלבע, אז עס איז כמעט  נישט מעגליך צו טרעפן א כשר'ע דאסטער און די געשעפטן, און ווייטער די זעלבע פראבלעם עס איז נושא וואס איז שווער צו רעדן,
אחד הי אברהם רבינו שליט"א און אנגעהויבען צו פארפירען, און אויפקלערן דעם ציבור אז מען מוז שוין האבען א תיקון, איז עס דען זיין פרעבלעם מער ווי א צווייטענס? ניין!! וואלט אים דען נישט גרינגער געווען ווען ער טוט עס ווען נישט? יא! עס וואלט זיכער גרינגער געווען! עמערס מיט ליצנות ווערט געגאסן דערוועגן אויף זיין חשבון, אינטערסירט אים עס? ניין! פארוואס? ווייל ער האט איין ציל, להעמיד על הדת על תילה
האט הגזל"ן עפעס געטיען דעוועגן? ניין! פארוואס??

בחורים ביי חתונות


אומצאליגע פראבלעמען פלעגט פארקימען צוליב דעם אז די בחורים פלעגן גיין צו חתנות, , און ווייטער די זעלבע מעשה, עס איז א נושא פון וואס עס איז זייער אומבאקוועם צו רעדן פאר א חסידישער ערליכער איד, עס איז זייער שווער זיך צו שלאגען מיט די בחורים עס אויסציפירען,
אחד היה אברהם, רבינו שליט"א, האבענדיג זיין ציל, חהעמיד הדת על תילה, האט אים נישט אינטערסירט, וואס די גאס וועט זאגען, און ווי שווער די בחורים וועלן מסכים זיין, ער ווייסט איין זאך, ער איז א מנהיג הציבור, און עס איז א אחרוית,

די זעלבע פרעבלעמן קימען היינט פאר ביי הגזל"ן אויך! האט ער עפעס געטיען דערוועגן, ניין! פארוואס?

אריזאנע ווייץ

רבינו שליט"א מיז באמת נישט אנקימען צי די ווייץ, ווייל ער האט סיי ווי געקליבען זיינע ווייץ, העכסטענס וואלט ער געקענט נעמן פאר זיינע מצות ווייץ פון אריזאנע, און לאזען דעם עולם נעמען ווייטער פון לאנג איילענד, ווי נישט ווי פלעגט מען דאך אלע יארען נעמען פון לאנג איילענד, ממילא איז עס נישט זיין געשעפט, אסאך שלאפלאזע נעכט וואלט ער זיך איינגעשפארט, אסאך אסאך עגמת נפש וכדומה,
אחד היה אברהם רבינו שליט"א, עס האט נישט אינטערסירט וואס די גאס וועט זאגען, אויב מען קען מען אויפטיען פאר אידשקייט, איז ער דא, להעמיד הדת על תילה, דאס איז זיין ציל, איי מען באזיניגט אים און די גאסען דערפאר?יבוא בעל הכרם. אים גייט עס נישט אן,

שחיטת גסות

שוין יארען וואס רבינו שליט"א האט נישט געגעסן קיין בהמה פלייש, די גאנצ סוגיא איז אים באמת נישט נוגע, סיי ווייל ער מאכט נישט קיין געלט דערפון, און סיי ווייל ער עסט סיי ווי נישט קיין בהמה פלייש, {ואכמ"ל אבער יארען צוריק האט הגזל"ן געהעצט דערמיט רבינו שליט"א דעם ברך משה מיט טענה אז ער האלט זיך פרימער פינעם טאטען, און פארקערט דער ברך משה האט שטארק הנאה געהאט דערפין, והדברים ידועים} און סיי ווייל די עגמת נפש ופזרות הנפש איז עס נישט ווערט אפילו ער זאל ווען מאכען דערפין צען מיליאן דאלער
אחד היה אברהם רבינו שליט"א כנ"ל אז מען אויפטיען פאר אידישקייט, איז ער דא און דאס איז זיין ציל, להעמיד הדת על תילה, אפגעזען וואס מען וועט זאגען פון בית הגזל"ן

און די זעלבע איז געווען מיט די מקווה און וומסב"ג וואס ער האט פאראכטן, און געשאפען הינדערטער טויזענטער דאלער דערפאר, כאטש עס איז נישט געווען זיין פראבלעם
מען קען שרייבען און שרייבען און נישט פארטיג ווערען, הצד השווה שבהן, רבינו שליט"א, האט א ציל, להעמיד הדת על התילה,

און זיין ברידער שלאפט נישט ביינאכט ווייל מען מאכט פיקטשערס







תוקן על ידי have_hope ב- 03/05/2011 21:57:44




תוקן על ידי have_hope ב- 03/05/2011 21:59:29




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2011 22:16 לינק ישיר 

העוו האופ = זאלי.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2011 22:28 לינק ישיר 

די זאלישע אפדריקן פון די תגיבה פון הרב האטס בטחון, איז שרעקליך בולט, עס שרייט ארויס פון זיך זאלישקייט,

מר' האסט בטחון, איר זענט צו אויבערפלעכליך, לייג אריין א ביסל מער קאפ, וואו אזוי צו פארמאסקירן די זאלישע ריעונות מיט וואס די פראבירסט נעבאך אן ערפאלג צו קאכן דא אונעם פורום!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2011 22:51 לינק ישיר 

אנטשולדיגטס מיר, קען זיין איך בין צו אויבערפלעכליך, אבער - אן נעמען א שטעלונג וי עס באלאנגט מר. העוו האופ - בהשקפה ראשונה זע איך דא נישט קיין שום זאלישע אפדרוקן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2011 23:18 לינק ישיר 

וואלן ס"ח,

 ווי ביי יעדע חסידות איז דא ביי אונזערע חסידות אויך טייל מענטשן, וואס ליידען אויף סעלף קאנפידענטס און די חסידות, אדער אנדערע שוואכקייטען, און כדי איבערצוקומען זייערע שוואכקייטען וועלן זיי אייביג זיכען צו זיין אווער פראטעקטעט, ווייל זיי זענענן מיט זיך אליינס נישט זיכער, ווי, וואס, און ווען, און עס איז לאוו דווקא ביי חסידות, טייל מענטשן האבן עס אויך  און פרענזילכע לייף אויך, אז זיי וועלן אייביג זיין אויף די אפענסיוו. כדי איבער צו קימען די אייגענע שוואכקייט, און דערפון קימט זייער שטארקייט מיר צי אטעקירען

_________________



תוקן על ידי have_hope ב- 03/05/2011 23:27:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2011 23:45 לינק ישיר 

העוו האופ - נייס טריי.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבינו שליט"א מיט איין ציל: להעמיד הדת על תילה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext