אוי רבי יקותיאל הערש איז מער נישט דא!
דאס איז א שרעקליכע פארלוסט פארן דור, ווי וועט מען נאך קענען ווייזן פאר אונזערע קינדער ווי אזוי אן עכטער חרסידישער איד מיט אלע מפרשים האט אויסגעקוקט.
ווי וועט מען קענען ווייזן א איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען למען קדושת שבת קודש, ווען ער האט זיך אראפ גענומען זיין פינגער נישט צו דארפן גיין אין מיליטער מחלל שבת צו זיין.
אוי א איד וואס איז געווען דבוק אין מרן רביה"ק זי"ע, און אים מהנה געווען מיט זיין חרסידישע נגינה, רביה"ק זי"ע פלעגט אנצייגען אויף ר' יקותיאל הערש אז דאס הייסט אן אמת'דיגער ירא שמים.
איצט לאחר פטירתו ברויך נאכמאל ארויסגעברענגט ווערן די שרעקליכע רציחה ושפיכת שמים באופן נורא, וואס די זאלי קא. האבן געטאן מיט דעם איד, צוליב וואס ער איז נישט געגאנגען אין זייער שפאן.
די בלוט ווערט פארגליווערט ווען מען דארמאנט זיך די "יקותיאל הערש" מיטונג וואס איז פארגעקומען בייי רז"ל טייטלבוים אינדערהיים אויף ווילסאן נאכדעם וואס ער איז געווארן רב אין ווילי, דארט האט מען אפגעמאכט אז מען גייט יקותיאל הערש טרינקען דאס בלוט באופן מבהיל.
און גלייך נאך יענע "יקותיאל הערש" רציחה מיטונג, האט מען אוועק גענומען דאס ליינען פון ר' יודל ווערצבערגער, און מען האט געשטעלט דעם בהמה מרדכי דוד ווידער זאל ליינען אנשטאט אים, דערנאך האט מען אוועק גענומען די אודה פון ר' יקותיאל הערש, וואס ער האט נאך געהאט די חזקה דאס צו זינגען ביי מרן רביה"ק זי"ע, און מען האט אנגעהויבען צו זינגען אנשטאט די נגינה פון ר' יקותיאל הערש, האט מען עס פארטוישט מיט די דעסער טיאטער נגונים.
ר' יקותיאל הערש איז געקומען שבת אין שול האבן די זאליס באגאסען זיין זיץ מיט האניג, און שמשון גאלד פון איין זייט און רז"ל הויז בחור משה וואלף קליין האבן אים געטרינקען דאס בלוט, שמשון האט אים געשריגען א שאד היטלער האט דיך נישט געהרגט, משה וואלף האט אים געציפט און געשטיפט.
אזוי איז אנגעגאגנען די רציחה יארן לאנג, ווי די רשעים אפען באפעל פון רז"ל האבן געטרינקען דאס בלוט פון רבי יקותיאל הערש מיט די גרעסטע רציחה ושפיכת דמים.
ה' ינקום דמו!
 |
|
|