בית פורומים כל העולם כולו

מהרז''ל: ככל הגוים בית ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/5/2011 19:50 לינק ישיר 
מהרז''ל: ככל הגוים בית ישראל



אין פאוני בעלאוני מהרז''ל'ס יארצייט דרשה געדרוקט אין ''איד'' ,  באקלאגט זיך מהרז''ל:  אז דורכ'ן דרוקן ''זיין'' הייליגען פרצוף אדער פון אנדערע אדמורי''ם מיט גויאישע בילדער אין איין אויסגאבע ,  איז מען מערב  קודש מיט חול , און מען מאכט ''ככל הגוים בית ישראל''.


שקר מיט צביעות געקניפט און געבינדן.


אין זעלבען ''איד'' פון פרשת אמור וואו מען האט געדרוקט צענדליגער בילדער פון רבנים ואדמורי''ם פון דאהי און אר''י ,  זענען דא פיל מיט גויאישע בילדער.

אויף זייט 5 אין ''איד'' זעהט א בילד וויאזוי אין ''טיימס סקווער'' (קודש הקדשים פון מאנהעטן) האט מען געפייערט בין לאדינ'ס טויט.

בלויז פאר'ן דרוקן אין א אידישע צייטוונג , אפילו נאר איין מאל , דאס ווארט ''טיימס סקווער'' , 
 וואלט דער הייליגער דברי יואל זי''ע געזאגט שובבי''ם תורות 3 חדשים אין א ציה.


בכלל איז מהרז''ל'ס גאנצע יארצייט דרשה אנגעפולט מיט טיפשות , גיאות , בלאף , כולו פאלשקייט. 

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2011 20:14 לינק ישיר 

איך פארשטיי אז דו דארפסט נעבעך אויסגיסן דאס ווייטאג אז דיין רבי'נס בילדער וואלגערן זיך אין די גאסן, יעדער פאמפלעט וואס ערשיינט בחינם אין די געשעפטן פארמאגן פני צורת קדשו פון דיין עם הארץ'ל. נאר דער בלאט איז גאר פרום געווארן לעצטענס, און די וואך האבן זיי שוין בכלל נישט געלייגט קיין בילדער.
 
און אז דו האסט שוין יא אזוי געליינט בעיון די דרשה פון רבינו שליט"א, ליין עס איבער וועסטו זען אז ער רעדט פון זיך פערזענליך, דהיינו זיינע בילדער, אבער אז דער וויענער רב למשל לאזט נאך מ'זאל לייגן פון אים בילדער, איז דאס נישט זיין דאגה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2011 20:26 לינק ישיר 

איך האב איצט גענדיגט קיקן בעיון רבי זאלישעלס דרשה, און יא! מר געלעכטער האט א נקידה,

מען זעט וואו רבי זאלישעל פראבירט מיט אלע כוחות זיך צו מארקטען אלס א ''קדוש''

אלס א תלמוד חכם פארשטייט זיך קען ער נישט, ווייל מען דארף דאך קענען לערנען,

אבער אלס א קדוש דארף מען גארנישט קענען, נאר זיך אויסטאן די ברילן און לופטפעלט, און זיך איינבייגען דעם קאפ, (וואס קרימער אלס הייליגער איז מען, )

און יא, און מען טאר נישט לאזען כאפן קיין בילדער פון זיך, (נאר ביי די נעילת החג טישען וואו די ביזיונות זענען נישט אזוי שרעקליך) און ויהי לקדוש, הפלא ופלא!
און וועט מען סטארשעט נאך מיט מחילה איז דאס נאך א סאך מער שרעקווערדיג, ער זעט עפעס אויס וואו א קדוש פון פארצייטענס, וואו להדיל בין טמאה לטהרה, אלף פעמים, הרה''ק רבי מיכל מזלאטשוב זי''ע אבער וואו ר' מרדכי פון נישכיזער זי''ע

או איז דער רבי זאלישעל א פעיק פאני פראד!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2011 20:38 לינק ישיר 

איך הער די פורים בילדער וואס האט צירקעליריט פינעם עם הארץ איז געווען די טוירניק פאינט ווי דער עם הארץ האט אראפ געלייגט די פיס
ער קוקט אויס אויף די בילדער ווי דער שטאט'ס נער מיט די האנט אין די הייך אין מיט א האלב אפענע אןויגן ער האט קודם געלייקענט אז ער איז עס
ער איז געווען ווילד ווי א צאפ דער עם הארץ ווען ער האט זיך געטראפן אין די כל העולם כולו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2011 23:00 לינק ישיר 



יעצט געזעהן דעם ''בלאט'' מיט בילדער  , ווי רבינו שליו''ט גייט ארויף צום הייליגען אוהל.

געלעכטער , מה לי לשקר , וואס קאסט עס דען ,  צו זאגען אדער שרייבן א שקר?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2011 23:03 לינק ישיר 


זאג נאר , ''טיימס סקווער'' אין ''איד'' איז קודש מיט קודש ,  אדער קודש מיט חול?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2011 00:26 לינק ישיר 

פון וואו וועט די וועלט וויסען מהיום והלאה ,  אז מהרז''ל טוט זיך אויס די ברילן אין עירפארט? 

  פון וואו וועט די וועלט וויסן מהיום והלאה  , איבער'ן צעבראכענקייט , שפלות , און ענוה פון מהרז''ל?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2011 20:33 לינק ישיר 

פארוואס איז אנגענומען ביי יעדען בחור אין קווינס ישיבה , אז יעדער כלי קודש אין די ישיבה , נישט קיין חילוק צו א ראש ישיבה , מגיד שיעור , משגיח , אד''ג האט מער יראת שמים אין די זיילן פון די שיך , ווי מהרז''ל אין גאנצן קאפ ?

וועט זיך דער קאנצעפט בייטן מיט'ן נייעם בילדער חרם?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2011 05:20 לינק ישיר 

איך ליין זיין דרשה און טרעף די געוואלדיגע פירצות הדור ווי ער האקט אויפן "קול מבשר" ווען אין מוח בליצט מיר אויף אז דער מייסד איז נישט מער ווי א פרי פון די יושנה ישיבה
נו נו, בנים גדלתי ורוממתי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מהרז''ל: ככל הגוים בית ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext