אוי נעבעך נעבעך... א רחמנות אויף ר' פישעלע... ער קוקט אויס ווי אדווארי רב זצ"ל בסוף ימיו ווען ער האט מתיר געווען און געאסר'ט דעם עירוב תוך כדי דיבור און איין-צוויי יאר...
תוקן על ידי געלעכטער ב- 07/05/2011 01:16:50
נשלח ב-7/5/2011 01:28
בעסער ווי דעם ברך משה זצ"ל ווען ער האט אויפגענומען ר' זאלי
נשלח ב-7/5/2011 02:11
זייער שיין . יעצט וועלן ביידע סאטמארס וואס קוקען אזוי שטארק ארויף אויף די שר התורה הרה"ג
גאב"ד האליין שליט"א {אזוי ווי מ'האט געזעהן ביי די ווייץ פרשה ווי ביידע זענען נאכגעלויפן דעם שר
התורה} יעצט קענען ביידע סאטמארס רואיג טראגן מיט די עירוב שבת קודש.
נשלח ב-8/5/2011 07:45
רבי לעבן, גייענדיג דעם שבת אויפן גאס האט שוין גארנישט אויסגעקוקט ווי ביידע סאטמאר'ס טראגען ח"ו מיטן בבל יראה ובבל ימצא'דיגן געאסערטען עירוב, עס האט אפשר בדוחק אויסגעקוקט ווי ביידע קלויזנבורג'ס טראגן... רבי פישעלע איז פונקט גוט געווען צו שמייסן די אהרונים נאכדעם וואס האדמו"ר מהר"א האט געטוהן דעם געוואגטען שריט און איז אים געגאנגען באזוכען, און פאר עירובווילי: איך מיין אז דו האסט נישט געקענט דעם סאטמארען רבין הגה"ק מרן הברך משה זי"ע - אזוי ווי דיין חשובען דיין ר' פישעלע וואס איז מקפיד נישט אדורך צו גיין דער גאס פון ראדני ביהמ"ד - הלוואי זאל ר' פישעלע אויסקוקען ווי אים כאטש ווי אין תשס"ה א יאר פאר סאטמארער רבין'ס הסתלקות!
תוקן על ידי געלעכטער ב- 08/05/2011 08:12:32
נשלח ב-8/5/2011 15:18
איך בין פארביי געגאנגען בערך 12 אזייגער שבת אינדערפרי ביים קארנער פון בעדפארד און פען , נעבען פאפא , און דער ציבור , יונג און אלט האט געטראגען אינגרויסן. טלית בייטליך , קערידזששעס , בעגס אד''ג
אויב פאפא קהילה טראגט , איז די מערכה אדורכגעפאלענע.
פאפא , נומער 2 אין וויליאמסבורג , זאגט פאר מהרז''ל: דו ביסט קיין בעל הבית אין וויליאמסבורג!
_________________
נשלח ב-8/5/2011 15:23
אויך דער צעהלימער רב שליט''א האט געשיקט זיין שליח , הרה''ג ר' אליעזר כהנא שליט''א ר''מ בישיבת צעהלים און זוהן פון מנהל הרב בצלאל כהנא נ''י צום זיכוי הפת. (אויפ'ן לעצטן בילד , ביי די רקידה , שטייט ער הונטער רבי פישעלע) שליט''א)
נו , אויב פאפא און צעהלים זענען לטובת העירוב , זאל דער אלגעמיינער ציבור אליין מכריע זיין.
_________________
נשלח ב-8/5/2011 16:25
איך הייב הענט! אויב פאפא טראגט איז די מערכה אדורך געפאלען... כגון דא איז געזאגט געווארען דער באקאנטער ווערטל פון ר' סענדר דייטש ז"ל: פאפא איז נישט די צווייטע גרעסטע קהלה נאך סאטמאר אין וויליאמסבורג נאר זיי זענען די גרעסטע פון אלע קלענערע קהלות אין וויליאמסבורג...
נשלח ב-8/5/2011 16:36
געלעכטער ווי האט ר' פישל גע'אסר'ט דעם עירוב, אז דו מאכסט אזוי ליצנות פון אים? איך זע נאך נישט וואס דו זעסט ראונג אזוי אויף זיין מצב הבריאות פון דעם בילד אז דו טרייבסט ליצנות איך האב פערזענליך גערעדט צו ר' פישל פאר בערך 2 יאר צוריק, און ס'איז געווען סאך סאך בעסער ווי דער מצב פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בשנת תשס"ב און איך האב ב"ה געקענט דעם רבין דעם ברך משה עד זיבולא בתרייתא, איך בין נאך דעם לעצטן יאר ווי אלע יארן געווען ביי אים מיט א קוויטל, איך בין נישט אויסן דא אויסצופאקן שוואכקייטן ווייל ס'איז כלל נישט נוגע, אבער פון דיין רעדן קוקט אויס אז דו ביסט דאן געווען א בר מצוה בחור'ל
און בנוגע פאפא, קענסטו טרייבן ליצנות וויפיל דו ווילסט, איך בין נישטא זיך אנצונעמען פארן עירוב, איך טראג נישט ווען איך בין אין ווילי על פי הוראת מיין רבי האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א וואס האט אזוי געהייסן פאר בני קהלתו, אבער רז"ל וואס האט אזוי איינגעטיילט פאר גאנץ וומסב"ג אז ס'איז ביהרג ואל יעבור און מען דארף דערפאר שלעפן שייטלעך, איז עס א גרויסע דורכפאל אז א גרויסער ציבור טראגט, צו ס'איז פאפא צו צעהלים, איך קען נישט די אידן, אבער איך זע געווענליך א גרויסע ציבור טראגן
נשלח ב-8/5/2011 16:53
איך פארשטיי נאך נישט פונקליך וועלעכע נגיעה צד מהר"א האט צו דעם עירוב, ווי איז יעצט ענקער קלארען פסק פון ענקער געוואלדיגן פוסק בעל אגלי דבש וואס האט געפסקענט אז עס איז חילול שבת צו טראגן שבת אין די וויליאמסבורגער גאסען??!! הייסט דאס אז נאר ביי זיין סידור קידושין פסק האבען ענק אנגענומען אז מ'דארף מוחה זיין מיט אלע טעראריסטישע אקציעס??!!
די אהרונים האבן בלויז א נגיעה צו צייגען אז בימי מהרז''ל איז וויליאמסבורג געווארן א שטח הפקר.
מיט איסורים און חרמות אדער טעראר קומט מען נישט אן צו וויייט.
און אויב א וויליאמסבורגער עירוב באדייט ( לשיטתם ) צו שיקן א מעסעדזש פאר'ן הייליגען דברי יואל זי''ע , דאן האבן די קהילות און רבנים פון גאר שיינע קהילות געשיקט דעם קלארן מעסעדזש.
_________________
נשלח ב-8/5/2011 20:20
שיטת רבינו הקוה"ט מסאטמאר זי"ע איז קאי וקיים און ווערט נישט אונטערגעברענגט ווען א מיעוטא דמעוטא וויליאמסבורג איז מחלל שבת! שיטת רבינו הקוה"ט מסאטמאר זי"ע איז קאי וקיים און ווערט נישט אונטערגעברענגט אפילו ווען די אהרונים וואס באשטייען פון די אפפאל פון סאטמאר פרובירן אים אהערצושטעלן פארן "בעל דברי יואל"!
נשלח ב-8/5/2011 20:33
למען האמת ולמען הפונקטליכקייט . דער הייליגער דברי חיים זי''ע איז נישט קלענער געווארן דורכ'ן רופן ''דער דברי חיים''.
טאקע דאס וויל איך דיר זאגען, רבינו הק' זי"ע ווערט נישט קלענער ווען ענק רופן אים בעל דברי יואל...
נשלח ב-9/5/2011 00:23
געלעכטער כתב:
רבי לעבן, גייענדיג דעם שבת אויפן גאס האט שוין גארנישט אויסגעקוקט ווי ביידע סאטמאר'ס טראגען ח"ו מיטן בבל יראה ובבל ימצא'דיגן געאסערטען עירוב, עס האט אפשר בדוחק אויסגעקוקט ווי ביידע קלויזנבורג'ס טראגן... רבי פישעלע איז פונקט גוט געווען צו שמייסן די אהרונים נאכדעם וואס האדמו"ר מהר"א האט געטוהן דעם געוואגטען שריט און איז אים געגאנגען באזוכען, און פאר עירובווילי: איך מיין אז דו האסט נישט געקענט דעם סאטמארען רבין הגה"ק מרן הברך משה זי"ע - אזוי ווי דיין חשובען דיין ר' פישעלע וואס איז מקפיד נישט אדורך צו גיין דער גאס פון ראדני ביהמ"ד - הלוואי זאל ר' פישעלע אויסקוקען ווי אים כאטש ווי אין תשס"ה א יאר פאר סאטמארער רבין'ס הסתלקות!
תוקן על ידי געלעכטער ב- 08/05/2011 08:12:32
קודם כל, ווען די בראדוועי בעקעריי פארבערצירט א חוות דעת פין ר' פישעלע, אין דערנאך גיבט ער א בריוו וואס צייגט ווידער פאר יעדן אז שקר במילתא דעבידא לגלי' איז ביי ענק א גאנבארע מנהג, זעה איך נישט וויאזוי די ארונים האבען דערפון געכאפט א שמייס????
אין צווייטן'ס וואס אזוי די געוואגטע שריט פין גיין באזיכן ר' פישעלע? - א איד א ת''ח וואס ר' מנשה פלעגט שיקען צו אים אלע שווערע שאלות ווי יעדער געדענקט ר' פישעלע האט נישט ג'מסרט אדער גאפייניגט סאטמאר רבי'ס טאטע אדער זיין פעטער, ער האט אפי' נישט געטוהן 1% וואס די וואלדמאן, מארגענשטערן'ס האבען געטוהן פאר זיין טאטע אדער פעטער, נו, אז ענק מאכען א באבע מעשה מיט א ראדני גאס זאל ער נישט מעגן גיין באזוכען?
איך זעה אז אפילו נאך היינט צו טאגס ווען ענק ווילן פארקויפן ענקער עולם די שקרים אויף די אריזאנע ווייץ דארפן ענק פאברעצירן א פסק פין ר' פישעלע, - א זאך וואס די ארונים טוהן נישט