בית פורומים כל העולם כולו

היסטארישער סוקסעס אין ראוז קעסיל - ביימעלעך ארבעטן ב"ה.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/5/2011 20:54 לינק ישיר 
היסטארישער סוקסעס אין ראוז קעסיל - ביימעלעך ארבעטן ב"ה.

די ביימעלעך האבן פיין געארבעט ב"ה !

נעכטן נאכט איז פארגעקומען די פארטי פאר די צענטראלע סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג, ווי טויזענטער פרויען האבען זיך באטייליגט ארויסצוהעלפן די לעידיס אקזולערי פין די מוסדות,

די היי יאריגע פארטי האט זיך איבערגעחזרט די זעלבע ווי די לעצטע פאר יאר אין א בחינה פין מוסיף והולך אין טראץ וואס מ'האט יאר געלייגט בלויז בענקעלך איז די גרויסע ראוז קעסיל זאל געווען קליין בליעה''ר פין מאסן נשים צדקניות, וועלכע האבן געהאלטן אין איין שטראמען, אז אין גרויסן זאל איז נישט געווען קיין פלאץ.


די דעפרעסטע זאליס וועלכע רעדן זיך נאך איין אז זיין פירן וויליאמסבורג, האבן אנגעהויבן א טוויטער קאמפיין
צו שתדל'ן אז העלט דיפארטמענט זאל אפשפארען דעם ראוז קעסיל זאל, מיט די האפענונג אז די פארטי וועט בטול ווערן.

און דעמאלטס זענען די ארונים קאפוט, און זאלי האט שוין "ראסט" סטריט שול.

זיי האבן געקאלט אז די ראוז קעסיל איז זאלציג (מלוחים מאוד), און ס'איז פארפעסטיגט, און אז "בין לאדין" איז דארט.


די העלט דעפארטמענט האט עס טאקע אפגעשפארט נאכמיטאג.

די עסקנים האבען גלייך געזעהן אז ס'איז ערנסטע פראבלעמען פאר די פארטי, אין דא קען גיין אסאך ארבעט לטמיון, פאר אזא צוזאמקום גרייטן זיך א ריזיגע שטאב פאר וואלענטורן וואכען לאנג פאר די פארטי, ווי עס קומען זיך צוזאם טויזענטער נשים צדקניות. מ'האט זיך גלייך אריינגווארפן אין די ארבעט, אז די זאל קענען זיין אפען אויף ביינאכט.

יא, - הודו לה' כי טוב. ב''ה אויף ביינאכט איז שוין דער זאל געווען צירוק אפען ווי דער פארטי איז אפגעהאלטן געווארען מיט א זעלטענע סוקסעס, די גאנצע זאל האט פארמאגט בלויז בענקלעך וואס האבען נישט געדעקט דעם גרויסען געברויך בליעה''ר.

נידערמאן און זיינע אגענטן ''שתדלנים'' האבען אבער נישט געקענט אייננעמען דעם דורכפאל, האבען זיי אינטערגענומען א ''מסירה דריוו'' אין ארומגעשיקט מעסעזשעס אין גערופן אויף טוויטער און אויף זייער מותר'דיגע היידפארק פארום דער עולם זאל זיך אנרופן ווארעם אין רופן 911 אין 311 אז די זאל ברויך זיין פארמאכט.

(די טוויטער מעסעזש פין די מוסרים בלשון סגי נהור: Don't CALL 311 to 570 flushing avenue that they are serving a rich party even its has been closed down by the health department).

דער עסקן און כלל טוער נפתלי משה אינדיג האט גלייך געזען וואס דא טוט זיך מיט די 311 רופן. האט ער שנעל באשטעלט... "ביימעלעך"... די זעלבע ביימעלעך אונטער וועלכע אלע פריצות קומען פאר אין UTA'ס עטרת בלעם, און אויב די זאליס רעדן זיך איין אז אזוי קען מען זיך באהאלטן פון הייליגן באשעפער, אויב זייערע ביימעלעך איז גוט צו פארשטאפן די אויגן פון אלע "הייליגע קנאים", איז עס דאך עס זיכער גוט פאר די פשוט'ע אינספעקטאר'ס.

די ביימעלעך האט געטאן די ארבעט ב"ה.  די אינספעקטאר'ס זענען געקומען יעדע פאר מינוט, ווי די זאליס האבן פארלאנגט, אבער ווי עס שטייט ביי לוט:
ואת האנשים אשר פתח הבית הכו בסנורים מקטן ועד גדול וילאו למצא הפתח.

און די זאל איז ב"ה געבליבן אפען,
און ב''ה די גאנצע צוזאמקום גארנישט געשטערט געווארען די סוקסעס איז ב''ה געווען למעלה מן המשוער.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2011 21:51 לינק ישיר 

אינצווישן האט יונה געגעבן א געזונטן ציפ פאר האדא אין ויקץ ממשנתו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2011 21:54 לינק ישיר 

מיך ווידערט נאר, וואס טראכטן די מענטשן א גאנצן טאג אז זיי האבן אזאנע ווילדע חלומות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2011 22:58 לינק ישיר 

אז די מסירה איז נישט געלונגען, וועט מען ענדערש לייקענען די גאנצע זאך, בבחינת כופר הכל.

מלך, גלייב מיר ס'איז בעסער אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2011 23:16 לינק ישיר 

נאך אזא מעכטיגן געווינס האף איך אז ס'קומט נאך א קול סאטמאר אין בלאט די וואך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2011 23:29 לינק ישיר 

ס'איז עטליכע געווינסן ווי מיר זעהן.

1) אז די ביימעלעך האבן פיין געארבעט
2) אז די זאל איז ב"ה געווען פול געפאקט און א געוואלדיגע סוקסעס 
3) אז ענקער מסירה דריוו, האט געארבעט אזוי גוט וויפיל משפט שלום האט ענק דעליווערט. נאכאמאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2011 23:52 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:
אינצווישן האט יונה געגעבן א געזונטן ציפ פאר האדא אין ויקץ ממשנתו.


ר מלך עצה טובה פין א גיטע פריינד
די לעצטע שטיק שרייסטו דא ווען די האסט נישט וואס צי זאגן ,אדער די קענסט נישט אפרעגן/אפווענדן וואס איינער שרייבט   

"ר יונה האט געגעבן א ציפ"  אויסער דעם האסטו נישט וואס צי פארקויפן

אז די האסט נישט וואס צי ענטפערן שווייג בעסער ,ווייל אז נישט געסטו פאר א יעדעם די איינדרוק אז ר יונה איז יא גערעכט 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2011 10:16 לינק ישיר 



תוקן על ידי געלעכטער ב- 11/05/2011 10:19:55




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2011 20:23 לינק ישיר 

מלך, די פאלגענדע נייעס אין אנדערן פארום קוקט דיר אויס צו זיין אמת, דארט ביסטו גארנישט מגיב

בפקודת הקודש: ציוניסטישער פאן אויף אהרונישער שול אין בני ברק!

די אהרונים האבן פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט איבער די הייליגע פקודה וואס איז ארויסגעקומען פון דזשיגאן עם הארץ, אז מ'זאל פארדרייען דעם תהילים סדר ה' אייר, וויבאלד מ'זאגט די קאפיטלעך פון הלל. היינט ווערט מען געוואויר אז אין ארץ ישראל, אין זיין פעסטונג בני ברק האט גאר דער דזשיגאן עם הארץ געגעבן א פארקערטע פקודה, מ'זאל לייגן א ציוניסטישן פאן אויפן שול אין בני ברק, און אזוי ארום וועט מען קענען ווייזן פאר די עירי' אז מ'לעבט גוט מיט זיי, כדי זיי זאלן נישט געבן קיין פערמיטן פאר די זאלי'ס צו בויען. ווען דער רב הקהלה הגה"צ ר' אלי' כץ שליט"א איז אנגעקומען אין בית המדרש, האט ער אויסגעדרוקט זיין שארפן אפשיי, און פארלאנגט מ'זאל דאס זאפארט אראפנעמען, אז נישט וועט ער מוזן אוועקגיין דאווענען. די אהרונים האבן אים געזאגט אז אויב וויל זאל ער זיך גיין לחיים ולשלום, זיי האבן א פקודה פון זייער דזשיגאן אז דאס מוז פארבלייבן. שומו שמים צו וואו זיי האבן זיך דערקייקעלט!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2011 22:40 לינק ישיר 

דער זון פון ''הרב'' כ''ץ האט אונטער געשטעלט א אפגעפארענער בחור וואס דרייט זיך ביי די אזוי גערופענע ביהמד''ר פון די זאליס און בני ברק ער זאל אויף הענגען דעם פאן אין מיט'ן די נאכט כדי ער זאל קענען מאכן א בילד פון דעם און ער זאל עס קענען צושפרייטן אלץ נקמה און די קהלה וואס האט זייער ליב זיין טאט'ן .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היסטארישער סוקסעס אין ראוז קעסיל - ביימעלעך ארבעטן ב"ה.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext