בפקודת הקודש: ציוניסטישער פאן אויף אהרונישער שול אין בני ברק!
די אהרונים האבן פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט איבער די הייליגע פקודה וואס איז ארויסגעקומען פון דזשיגאן עם הארץ, אז מ'זאל פארדרייען דעם תהילים סדר ה' אייר, וויבאלד מ'זאגט די קאפיטלעך פון הלל.
היינט ווערט מען געוואויר אז אין ארץ ישראל, אין זיין פעסטונג בני ברק האט גאר דער דזשיגאן עם הארץ געגעבן א פארקערטע פקודה, מ'זאל לייגן א ציוניסטישן פאן אויפן שול אין בני ברק, און אזוי ארום וועט מען קענען ווייזן פאר די עירי' אז מ'לעבט גוט מיט זיי, כדי זיי זאלן נישט געבן קיין פערמיטן פאר די זאלי'ס צו בויען.
ווען דער רב הקהלה הגה"צ ר' אלי' כץ שליט"א איז אנגעקומען אין בית המדרש, האט ער אויסגעדרוקט זיין שארפן אפשיי, און פארלאנגט מ'זאל דאס זאפארט אראפנעמען, אז נישט וועט ער מוזן אוועקגיין דאווענען. די אהרונים האבן אים געזאגט אז אויב וויל זאל ער זיך גיין לחיים ולשלום, זיי האבן א פקודה פון זייער דזשיגאן אז דאס מוז פארבלייבן.
שומו שמים צו וואו זיי האבן זיך דערקייקעלט!
_________________
|
|