בית פורומים אידישע געדאנק

ר' אביש ספינקער באזוכט ביים בער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/5/2011 03:21 לינק ישיר 

ביתצדיקים כתב:
ערליכע אידן פון איבער די וועלט קענען דאס נישט פארשווייגען!

די פילע חסידים פון הרה"ק מספינקא זי"ע שטייען ווי גלעמט פון די געפערליכע מעשי נבלה וואס דער בן-חציף האט אפגעטוהען, אבער פון די אנדערע זייט שטייען אלע ערליכע חסידים פון ספינקא רבי זי"ע און זאגען: פארדעם האבען מיר זיך אפגעשאקעלט פון דעם נידריגען פערשוין פאר קנאפע 13 יאר צוריק נאכען פטירה פון אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע!

מיר האבען שוין דעמאלטס געזעהן דעם חורבן פון אויפנעמען דעם בור ריק במקום אביו, כאטש דו האסט פארכאפט דיין הייליגען'ס טאטענס שול\הויז און באגנב'ט דיינע ברידערס כ"ק האדמורי"ם שליט"א שלא ביושר הן ע"פ תורה והן ע"פ דינא דמלכותא, דאך האבען מיר אלעס מוותר געווען און אלעס איבערגעלאזט כדי נישט צו זיין מיט דיר אונטער איין דאך און קענען ווייטער מגדל זיין אונזערע דורות אזוי ווי אונזער רבי האט אונז געלערנט אהן קיין שינוים!

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 12/05/2011 02:46:15



אן קיין שינוים????

לויפן יעדע שני וחמישי אויף מקומות הקדושים אין אייראפע איז יא געווען די רצון פונעם ספינקער רבי זי"ע ?

אנפירן א ריזן פראפעגאנדע אפאראט ביי יעדע קליינע נארישע שמחה איז יא געווען די רצון פון ספינקער רבי זי"ע

שטיין און לאכן צום יעדן בילדער נעמער און נאך זיי באשטעלן און באצאלן פארן פאבליצירן די בילדער איז יא געווען די רצון פון ספינקער רבי זי"ע

מאכן אזא שוידערליכע איבערקערעניש און טראסט ביי די שמחה פון א קינד איז יא געווען די רצון פון ספינקער רבי זי"ע

זיך צו באשרייבן יעדען צווייטן טאג אין די צייטונגען איז יא געווען די רצון פון ספינקער רבי זי"ע

איבערדרייען די שטאט מיט א סיום הש"ס (אגב האט דער רבי זי"ע דריי מאל געענדיגט ש"ס און האט יוצא געווען מיט א לחיים נאכן דאווענען אלס סיום) איז יא געווען די רצון פון ספינקער רבי זי"ע


וכהנה וכהנה די פילע צענדליגער שינוים (למשל תשליך אחר ר"ה) וואס ווערט טעגליך געמאכט אלס למען המצב והטראסק להגדיל שמו הגדול איז אויך נישט געווען די רצון פונעם הייליגען רבין זי"ע במילא וואס ביסטו אזוי אנטלאפן מיט 13 יאר צוריק????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 03:21 לינק ישיר 

יעצט פארשטיי איך שוין אלעס!
 
איך האב זיך אלצ געוואונדערט ווי קומט צום הייליגען ספינקא רבי זצוק"ל צו האבן אזא קינד אוואו אים.
 
יעצט איז אלעס פארענטפערט געווארן ווי אזוי עס קען קומען א א.ג. "זיהן" און זאל אזוי חוצפה'דיג זיך אנפייפן אויפן טאטען וואס האט באוויזן הונדערטער מופתים און געווען באקאנט אלץ א אמת'ע צדיק.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 03:46 לינק ישיר 

א מוראדיגע מעשה

ביתצדיקים כתב:
א גאר אינטערעסאנטע מעשה ווערט יעצט פארציילט דורך פילע ספינקא חסידים איבער'ן אויבערדערמאנט'ן ענין - וואס דאס איז פשטות דער איינציגסטער לימוד זכות אויפן רעב אבישעל דידן: דאס איז פארקומען יענעם טאג וואס צו הרה"ק מספינקא זי"ע איז געבוירען געווארען למזל טוב זיין צווייט'ן בן זכר, אריין קומענדיג צום שיעור מיט זיין לאנג יעריגער חברותא הרה"ח ר' מרדכי האניג ז"ל מחשובי וזקני החסידים האט זיך דער ספינקא'ער רבי זי"ע אנגערופען מיט גרויס צער און ווייטאג: "מ'האט ליידער פארטוישט מיין קינד אין שפיטאל"! רבי מרדכי פלעגט דאס אסאך פארציילען און איז געווען מרגלא בפומיה ווי מ'קען דאס איבער פרעגן זיינע חשובע קינדער און אייניקלעך וואס האבען עס אליינס געהערט פון רבי מרדכי ע"ה, קומט אויס פון די מעשה אז דער איז שוין גארנישט קיין קינד פון ספינקא'ער רבי זי"ע עס קען גאר זיין אז ער איז א פאלנער מעקסיקאנער! אויב אזוי זאל ער ווייטער גיין צום בעלזער לשמחת לב אביו איוואן פון מעקסיקאו! ומצא מין את מינו...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 04:06 לינק ישיר 

אז דו מאכסט מיך רעדן וועל איך דיר שוין איינמאל זאגען ווער עס איז משנה!

גיין אויף מקומות הקדושים מיט מאכן גרויסע חתונות איז נישט קיין שום שינוי און קיין שום עבירה נישט...!

נישט עפענען קיין אידיש ספר משבת לשבת און נישט קענען קיין צורת האלף בית דאס הייסט משנה געוועהן און דאס איז די פארקערטע וואס זיין הייליגע טאטע האט געטוהן...!

אפזיצען גאנצעטע טעג און וואכען אין פליישמאן'ס אויף וואקאציע אהן דאווענען מיט מנין רח"ל דאס הייסט משנה געוועהן און דאס איז די פארקערטע וואס זיין הייליגע טאטע האט געטוהן...!

אויסרייסן גאנצעטע שטיקער תורה פון לא תגנוב, כבד 'את' אביך דאס הייסט משנה געוועהן און דאס איז די פארקערטע וואס זיין הייליגע טאטע האט געטוהן...!,

און נאך צענדליגער זאכן וואס די האר פון קאפ וועלן זיך אויפשטעלן וואס בעז"ה וועל נאך ממשיך זיין, ובעיקר האחרון הכביד באזוכען דעם מנהיג-חציף אנקעגן וועם זיין טאטע האט געחתם'ט בכתב יד קדשו דאס הייסט משנה געוועהן און דאס איז די פארקערטע וואס זיין הייליגע טאטע האט געטוהן...!

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 12/05/2011 04:41:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 05:02 לינק ישיר 

בית צדיקים
באזוך א דאקטאר מיט דיינע דמיונות, דאס קען נאר א שפיצער דמיונען
איך האלט נישט ביים רעדן אויף אנדערע קינדער פון ספינקער רבין זי"ע אבער מעשיות איז דא גענוג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 05:02 לינק ישיר 

קונצען, מיר האבן שוין לאנג געהערט א גוטס פין דיר, פתח פיך, ווי אלוועיס אינדשזוי איט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 05:12 לינק ישיר 

ער זאגט דאך א מקור, גיי פרעג זיך נאך פאר דו שרייבסט

וואלןסח כתב:
בית צדיקים
באזוך א דאקטאר מיט דיינע דמיונות, דאס קען נאר א שפיצער דמיונען
איך האלט נישט ביים רעדן אויף אנדערע קינדער פון ספינקער רבין זי"ע אבער מעשיות איז דא גענוג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 05:15 לינק ישיר 

על הכלל כולו יצא
http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2849485&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 07:37 לינק ישיר 

בית צדיקים, איך האב נישט געמאכט ר' אביש פאר א צדיק וואס איז נישט משנה, אבער די וואס די שרייסט אז די ביסט אנטלאפן צוליב די האסט געוואלט "ספינקא אן קיין שינו" דאס האסטו ליידער נישט געטראפן....

גיין אויף קברי צדיקים איז טאקע נישט קיין עבירה אבער אין ספינקא איז דאס געווען א גרויסע עבירה, דער ספינקא רבי זי"ע האט קיינמאל נישט געלאזט פארן אויף מקומות הקודשים, ווען אימער איינער איז זיך געקומען געזעגענען האט ער אים געזאגט: כי אל פועל ישועות אתה דער אויבערשטער איז אויך א פועל ישועות האסט נישט וואס צו פארן.


ארויסגעבען א סי די מיט נגונים פאר מען מאכט חתונה איז נישט קיין עבירה אבער אין ספינקא איז דאס געווען א ריזן עבירה ווער עס ווייסט ווי אזוי דער רבי זי"ע האט געהאקט אויף טעיפס, ער האט קיינמאל נישט געלאזט האבן א טעיפ ריקארדער אין שטוב נאר מצשב"ק און חודש אדר (!), ער האט אייביג געפייערט קעגן טעיפ'ס אפי' תורה טיעפ'ס, ווי באקאנט האט ער נישט אראפגעשלינגן ווען ער האט געהערט אז מען ריקארדירט אים די ס"ג תורות, די געוואלדעס וואס ער האט די צייט געמאכט... 

זיך באשרייבן אין ציינטונגען איז נישט קיין עבירה אבער אין ספינקא איז דאס א ריזן עבירה האט ער געהאט מסירות נפש ממש פאר יעדע שמחה האט ער אנגעזאגט נישט צו שרייבן אין ערגעץ, ווען ער האט אמאל געהערט אז די איד גייט באשרייבן זיין שמחה האט ער געשיקט דעס גבאי ר' ש.ק. זאל זיי גיין צאלן גרויס געלט אבי מען זיך נישט שרייבן פון אים. (אגב דער איינציגסטער קינד וואס האלט דאס אן איז ר' אביש וואס מען הערט קיינמאל נישט פון אים אין די צייטונגען, גענוג מעורות קומען פאר ביי אים, למשל לעצטענס, חברת תהילים פאר איבער הונדערט קינדער, פתיחת שערי ההיכל החדש מלבוש צבי, שבת התוועדת פאר די בחורי חמד, וכו' און קיינמאל באשרייבט ער זיך נישט, איך מיין אפי' זיין חתונה האט מען נישט באשריבן) 

א בילד איז נישט קיין בירה אבער אין ספינקא איז עס געווען א ריזן עבירה והדבר ידוע לכל באי בית ספינקא, גיין לייגן יעדען טאג אין די מאגאזינען, ובפרט לעצטענסט האבן א שותפות און איינע פון די נייע  בילדער מאגעזינען הייסט משנה געווען מדרך אבות.

איבערדרייען די שטאט ביי א שמחה איז נישט קיין עבריה אבער אין ספינקא איז דאס געווען א ריזן עבירה די פארגאנגענע חתונה אין ווילאמסבורג האט געעקלט יעדען נארמאלע ספינקא חסיד אפי' וואך דאווענען אויף פענן סט. (אויך פארגון אים עס מיטן גאנצען הארץ, אבער ספינקא איז דאס נישט)  יעדער ווייסט ווי אזוי ער פלעגט חתונה מאכן בהצנע לכת, און די נאנטע געדענקן וויפיל עס האט אים געבליטיגט די נ"ח חתונה וואס מיט קייטן האט מען אים געשלעפט צו די חתונה....

די אלע זאכן האט ער געפאדערט פונעם צבור און פארלאנגט, און ווער עס פירט זיך נישט אזוי איז משנה מדרך אבות!!! די פאריוואטע עבירות וואס די לייגסט אויף ר' אביש אפי' עס זאל ווען יא זיין אמת.... איז דאס זיין פריוואטע עבירה וואס איז נישט נוגע בכלל פארן כלל... אבער פירן די קהלה מיט נייע אפונים פון עקלדיגע מצב און פאמפ איז א ווייטאג פאר יעדער עכטכ ספינקער חסיד.... אוי ווען די רבי ז"ל וועלט ווען דאס געזען....


צום לעצט נאכאמאל איך ווייסט נישט אויס ר' אביש האט יא גיט געטוהן אדער נישט מיטן גיין צום בעלזער, אבער דאס איז זיכער ער איז נישט געגאנגען פאר פאן! ער האט זיך מטריח געווען צו פארן אויף ארה"ק מציל זיין נפשות מישראל, (די פרטים קען מען נישט מעלה זיין על הכתב, אבער פרעגסט יעדען נאנטע מענשט פון ר' אביש וואס האט מיטגעהאלטן זיינע פעולות ) און יעצט האט ער זיך אנגעשטויסן אין פראבלעמען וואס ער האט געדארפט אנ קומען צו הויכע פענסטער אין בעלז, וואס נאר ביים בעלזער קען ער דאס אויספוילען... איז דאך עס א עבירה לשם שמים........  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 13:16 לינק ישיר 

ראשית כל פאר איך גיי זיך מטפל זיין מיטן אפענפער'ן די שטותים והבלים וואס דער שרייבער אונטערן נאמען 'קנאקעדיג' שרייבט, ווי עס קוקט ווארשיינליך אויס ביסטו פון די סארט וואס ווייטאגען אויף די מצב ווי דער בן-חצף מיט זיינע פארבליבענע נאכשלעפערס געפינען זיך, לדוגמא זיך אומקוקענדיג אויפן ביטערען מציאות אז נאכדעם וואס עס איז ענק שוין יא געלונגען צו פארכאפען דעם ארטיגען קיעפ סטריט ביהמ"ד מיט די דירה און די בית החיים אין ניו דזשורסי און אזוי אויך די ירושה\חפצים - דאס אלעס איז א קיימא לן פון ווערד פון שווערע מיליאנען דאלארען - און וואס ער זיצט דארטן בגניבה וגזילה איעדע מינוט, און נאכדעם וואס עס איז אים געלונגען ארויס צו ווארפען און פארטרייבען זיינע ברידער'ס פון באקומען זייערע אייגענע ירושה - רעכטן, מיט דעם אלעם, זעהט מען דארט קלאר וואספארא נערישע חשבון ער האט נעבעך געמאכט, זיך נישט רעכענענדיג זיך מיטן בלויזן פאקט אז נישט צו דעם אדרעס 192 קיעפ סטריט זענען הונדערטער אידען געקומען הערן שלש סעודת תורות! ניין, נישט צו דעם אדרעס 192 קיעפ סטריט זענען הונדערטער אידען פון אלע עקן פון שטאט געקומען מיטהאלטן הקפות! ניין, נישט צו דעם אדרעס 192 קיעפ סטריט זענען טויזנטער אידען פון איבער די וועלט זיך געקומען געזעגענען אל הקודש פנימה אין פריידן און אין ליידן!, די פילע הונדערטער און טויזנטער אידן וואס האבן איבערגעטרעטן דעם שוועל פון דעם אויבערדערמאנטן אדרעס 192 קיעפ סטריט זענען געקומען צום צדיק אמת כ"ק מרן הרה"ק מספינקא זי"ע, יא! זיי האבען געוואלט כאפען א בליק אויף זיין הייליגן צורה, יא! זיי האבען געפילט פאר א זכי' אריין צו גיין צום רבי'ן זי"ע פאר א ברכה און מקבל זיין הדרכה בעבודת השם וכדו', יא! פארדעם איז עס געווען א תל תלפיות שהכל פונים אליו, אבער ווי נאר דער צדיק איז נסתלק געווארען און דער בן-חצוף האט פארכאפט דעם שול איז געווארען כבה נר ישראל און פנה הודה פנה זיוה ופנה הדרה, הונדערטער אידן מסלתה ומשמנה פון די ספינקא קהלה אין שפיץ פון די זקני הקהלה נישט קענענדיג צוקוקען דעם גרויסן בזיון וחילול המקום וואס זיי האבען ליידער צוגעזעהן מיט פארווייטאגטע הערצער ווי די הערליכע קהלה ספינקא איז בחורבנה, די קהלה וואס זיי האבען אויפגעבויעט מיט בליט און שווייץ, און האבען געמאכט דעם ריכטיגן שריט און פארלאזט דעם פלאץ און איבערגעלאזט דעם הייליגן שול מקום שהתפלל אותו צדיק, איבער געלאזט דעם בנין וואס א גרויס חלק פון זיי האבן זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער, און אנגעהויבען צוריק איבער פרישען די הערליכע ספינקא קהלות לשם ולתפארת, אלעס כדי צוריק צושטעלן און צוריק אויפהייבען די נאמען פון 'ספינקא', און האבען פריש מקבל מרות געוועהן יעדער פון זיין רבי געפונענדיג און אים א טרייסט און א המשכה פון זיין פאטער מרן זי"ע, איבריג צו זאגען ב"ה ווי מ'זעהט כהיום פירען כ"ק האדמורי"ם שליט'"א -די אנדערע קינדער פון הרה"ק מספינקא זי"ע- אהן און שטייען בראש פון הערליכע קהלות בישראל איינער איז באקאנט מיטן כח התורה איינער מיטן כח העבודה און איינער איז גאר ברייט באקאנט מיטן געוואלדיגן כח פון גמילת חסדים, די בתי מדרשים פון כ"ק האדמורי"ם שליט"א -וואס זענען טאקע געבויעט געווארען בדמי"ם תרתי משמע און טראגן נאך מיט שווערע חובות דערצו- דינען אלס א תל תלפיות אין שטאט וויליאמסבורג און האט נאך די גלאנץ און טראגט מיט זיך מיט א דמות דיוקנו פון בית מדרשו של אותו צדיק זי"ע און אלע בתי מדרשים וואס זענען געבויעט געווארען דורך כ"ק האדמורי"ם שליט"א זענען שוין במשך די 13 יאר פון איר עקזיסטענץ'ען עטליכע מאל פארברייטערט געווארען בליע"ה און יעדן טאג וואס זיי שטייען הייבט עס אויף דעם כבוד פון הרה"ק מספינקא זי"ע און ברענגט צוריק די שיינקייט פון 'ספינקא' און ב"ה זיי וואקסען און בליעהן לשם ולתפארת מיט א געוואלדיגען הצלחה און אויסטערלישע סייעתא דשמיא. זה לעומת זה: אצינד וועלן מיר צוריק קומען צום פארכאפטן קיעפ סטריט שול, ווי געשריבען נאכן פטירה פון הרה"ק מספינקא זי"ע א חלק ניכר פון ביהמ"ד איבער הויפט די הונטערטער אידן מבקשים וואס פלעגן קובע מקום זיין אין יומא דפגרא'ס, ימים טובים, ימי השובבי"ם וכדו' האבען שוין געקושט די מזוזה פון אינדרויסען טאקע פון דעם 192 קיעפ סטריט בנין און מיט דעם האבען זיי געשלאסען זייערע לעכטיגע און שיינע זמנים פון דעם אויבערדערמאנט'ן פלאץ, אצינד נאך די טיילונגען, א בליק פון דער קיעפ סטריט ביהמ"ד אינעווייניג: צווישען די מענטשען וואס זענען דארט געבליבען זענען צוטיילט עטליכע קאטאגאריעס מענטשען, 1) מענטשען - טייל פון זיי חשובע אידן - וואס זענען געווען איינגעשטעלט אין די קהלה, גבאים, שמשים, ראשי הקהלה, וואס כדי נישט צו פארלירען זייערע פאסטען'ס און שטעלעס האבן זיי זיך בעל כרחם געמוזט צושטעלן %100 צו די פרישע ווערטשאפט, 2) מענטשען וואס האבען אינוועסטירט און אריין געלייגט גאר שווערע געלטער פארן ביהמ"ד אין שפיץ פון א גאר חשובע באוויסטע משפחה פון די ספינקא קהלה, וואס נישט האבענדיג דאס הארץ עס איבערצולאזען האבען זיי ענדערש אפגעמאכט צו מקבל זיין דעם עות הגלות און מיטמאכען אלעס וואס זיי האבען מיטגעמאכט ביז יעצט דורכן פרישן בן-חציף, 3) איז פערזענליכע נאנטע ידידים פרענד"ס בלע"ז וואס זענען שוין לאנגע יארען בקשרי ידידות היות ער האט אזויפיל יארען געדינט אלס פאקטישער מענעדזשער פונעם גרויסן בנין און איז געווען דער אויסשליסליכער יוצא ונכנס בבית אביו זי"ע און יעדער האט געציטערט פון אים (...) און האבען אייביג געהאט טובות פון אים און זיי פלעגן אים געטריי אויספירען זיינע שמוציגע שליחות'ער אנטקעגן ווער עס איז נישט געגעאנגען מיט אים\זיי אין שפאן 4) דאס איז שוין א מיעוטא דמעוטא, פשוטו כמשמעו וואוילע תמימות'דיגע נאכשלעפערס בעיקר פון די פרישע יוגענט תס געדענקן שוין נישט די מעשים טובים פון זייער רבי אין די יוגענט, איידער מיר ענדיגען חלק א' פון דעם נושא, פאקטישער מציאות פון דעם בנין: צו גרויס פאר אזא קליינעם ציבור! ווען מרן מספינקא זי"ע איז נסתלק געווארען האט מען דעם בנין געקענט עטליכע מאל פארגרעסער'ן, תשע"א: דערווייל נאך נישט אויסגעברייטערט מיט קיין איין איינציגן אינטש דעם היכל הביהמ"ד נאר אדרבה מ'קען עס נאך אייננעמען! יעצט קען מען שוין אנהייבען צו פארשטיין וואס דער שרייבער טוט וויי און פארוואס ער שפייט בליט! המשך יבוא בעז"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 16:11 לינק ישיר 

בארואיגט אייך בארואיגט אייך!!!!! איך שפיי נישט קיין בליט, אויב איינער שפייט בליט ליין נאכאמאל איבער די לעצטערע תגובות און זאג מיר ווער עס שפייט בליט. ס"ה האסטו שרעקליך פיינט ר' אביש וואס אין תגובה עקסטער האסטו געשריבן מיט א שרעקליכע האס אן קיין איין ווארט ענטפערן וואס איך האט געפערעגט, נאר תיכף זיך גענומען פריש שימפען אין די וועלט אריין.


הקיצור  אין איין ווארט! די קוקסט מיר אויס ווי א בעל דמיון! דאס ווי ווילסט אז עס זאל פאסירן חלומ'סטו אז עס האט פאסירט! 

די וואלסט טאקע זייער געוואלט אז הונדערטער אידן זאלן האבן געקושט די מזוזה אינדערויסן, ליידער האט דאס נאך נישט פאסירט, אמת, שובבי"ם תורות, הקפות, לשנה טובה, צייטן וואס די גאנצע שטאט פלעגט שטראמן צום רבין זי"ע, דאס איז שוין טאקע נישט דא, אבער וואס האסטו פארלאנגט? אז נאך פטירה  פונעם רבין ז"ל זאל ווייטער די גאנצע שטאט קומען צו לויפן צו די קינדער? די רבי ז"ל איז געווען א איד פונעם פאריגן דור צדיק תמים ועובד השם וואס נאר כאפן א בליק אויף זיין צורה האט זיך אלעס געלוינט.
 
אבער אינעם וועכענדליכען סדר היום און מידי שבת בשבתו איז דער ביהמ"ד אויף קיעפ סט. איבערגעפאקט מיט אריבער צוויי הונדערטער אידען יעדען שבת און יעדעם יו"ט! (אן דעם וואס מען לייגט בעריקעד"ס אויף ווייט קארנער פענן, מיט א טאוועל "אריינגיינג פאר די מענער צו די הקפות" "אריינגיינג פאר די פרויען צו די הקפות" )  אז די ווילסט עס איסער צייגן פאל אריין אויף קעיפ סט. נישט קיין חילוק ווען און וועלכע תפלה און איבערצייג דיר דאס מיט די אייגענע אויגן.
אמת, עס איז דא מענטשען וואס זענען אוועקגעגאנגען, אבער איז אפי' א פראצענט? דאס רופסטו אן הונדערטער? דאס רופטו אן זקני הקהלה?
איך דריי זיך ב"ה גענוג אין ביידע גרעסערע ספינקא בתי מדרשים און זיך שוין צענדליגער מאל איבערצייגט די מציאות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 17:48 לינק ישיר 

וואס איז פשט פון די בילד פון ר' אביש אויפן דעקל פון "די וואך"?

קנאקעדיק כתב:
א בילד איז נישט קיין בירה אבער אין ספינקא איז עס געווען א ריזן עבירה והדבר ידוע לכל באי בית ספינקא, גיין לייגן יעדען טאג אין די מאגאזינען, ובפרט לעצטענסט האבן א שותפות און איינע פון די נייע  בילדער מאגעזינען הייסט משנה געווען מדרך אבות.


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 12/05/2011 18:10:52





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 17:51 לינק ישיר 

זיין חתונה איז געווען פיין באשריבן אין בלאט, אגב, קענסטו מיר אפשר דערציילן וואספארא פאליטיק עס גייט פאר מיט דעם נייעם היכל מלבוש צבי? עפעס זענען די שטיינמעטץ ברידער זייער נישט צופרידן דערפון


קנאקעדיק כתב:

זיך באשרייבן אין ציינטונגען איז נישט קיין עבירה אבער אין ספינקא איז דאס א ריזן עבירה האט ער געהאט מסירות נפש ממש פאר יעדע שמחה האט ער אנגעזאגט נישט צו שרייבן אין ערגעץ, ווען ער האט אמאל געהערט אז די איד גייט באשרייבן זיין שמחה האט ער געשיקט דעס גבאי ר' ש.ק. זאל זיי גיין צאלן גרויס געלט אבי מען זיך נישט שרייבן פון אים. (אגב דער איינציגסטער קינד וואס האלט דאס אן איז ר' אביש וואס מען הערט קיינמאל נישט פון אים אין די צייטונגען, גענוג מעורות קומען פאר ביי אים, למשל לעצטענס, חברת תהילים פאר איבער הונדערט קינדער, פתיחת שערי ההיכל החדש מלבוש צבי, שבת התוועדת פאר די בחורי חמד, וכו' און קיינמאל באשרייבט ער זיך נישט, איך מיין אפי' זיין חתונה האט מען נישט באשריבן) 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 17:56 לינק ישיר 

אין אנדערע ווערטער ר' אביש פלאנט ארויסצוגעבן א בריוו אז זיין טאטע האט צוריקגעצויגן?

דישיגוטער כתב:
על הכלל כולו יצאhttp://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2849485&forum_id=21016


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 12/05/2011 18:08:02





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 19:46 לינק ישיר 

עס איז אמת אז טייל פין די ספינקער ברודערס זענען מצליח, אבער עס האט גאנישט צוטאן מיט זייער טאטן. רוב פון זייער טאטנס נאנטע געשוואיורענע מענטשן זענען געבליבן אינעם קיעפ ביהמ"ד - נישט קיין חילוק פארוואס. 
און לעומת זה די אידן וואס פלעגן סתם אזוי אריינפאלן מפעם לפעם צום טיש אדער שלש סעודות, האבן בדרך כלל מיט זיינע קינדער גאנישט איינגעלייגט.
סך הכל האבן זיי אנגעפאנגען פון סקרעטש מיט נייע מענטשן, און מיט א גענצליך נייע אופן פין הנהגה, און יעדער בר דעת ווייסט און זעהט אז עס איז בכלל נישט קיין המשך פין זייער טאטן. עס קען זיין וואויל און חשוב אבער מיט די אמאליגע ספינקא האט דאס נישט קיין שייכות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' אביש ספינקער באזוכט ביים בער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.