התרוממ'תדיגער שבת אין אנטווערפן מיט הגה"צ אבד"ק דקהלתינו בוומסב"ג שליט"א
ליל שב"ק
מיט גאר שווערע געפיהלן האבן אנשי שלומינו תושבי אנטווערפען, ווי אויך די חשוב'ע געסט שיחי' זיך געקענט שיידן פונעם געהויבענעם שב"ק וואס איז נארוואס אפגעראכטן געווארן אין אנטווערפען יצ"ו, אינאיינעם מיטן אורח הדגול הגה"צ דער וויליאמסבורגער רב שליט"א.
ערב שב"ק אריינקומענדיג בהיכל בית מדרשינו האט זיך אנטפלעקט א מחזה הוד, זעעהנדיג א פוהל געפאקטער ביהמ"ד, כולם נקבצו ובאו לך, ווען דערביי באגריסן זיך גאר ווארעם ידידים וחסידים פון אלע עקן וועלט.
ארום צען צו צעהן איז דער רב שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו צו תפלת מנחה. דער רב שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה און פארגעדאווענט מיט גרויס התרוממות הנפש.
מיט קבלת שבת איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק ראזענבערג הי"ו סגן ראה"ק דקהל יטב לב ד'סאטמאר, וועלכער האט פארגעדאווענט מיט גרויס נעימות.
נאכן דאווענען האט זיך געשלענגט א לענגערע רייע ביים "גוט שבת" זאגן, ווי אויך אידן וועלכע זענען געקומען שלום נעמען פון איבער די גאנצע שטאט.
די סעודת ליל שב"ק איז דערנאך אפגעראכטן געווארן אין א געהויבענע אטמאספערע בבית האכסניא אין שטוב פון מוה"ר הערשל ווייס הי"ו.
נאך די סעודה איז דער רב שליט"א אריבערגעקומען אין ביהמ"ד, ווי עס איז געפראוועט געווארן די "באטע" אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, שבח יקר וגדולה וכבוד יתנו לקל מלך יוצר כל, ווען די באטע איז פארענדיגט געווארן אזוי שפעט ווי צעהן נאך דריי ביינאכט.
ויהי ביום השב"ק
שבת אינדערפרי איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען אום האלב צעהן. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען האברך החשוב מוה"ר ישעי' יעקב דאסקאל הי"ו, און צו תפלת שחרית איז דער רב שליט"א צוגעגאנגען. און ביי הויעך שמו"ע איז צוגעגאנגען הרבני הנגיד הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו פון וויען.
א שטילקייט האט געהערשט אינעם היכל הביהמ"ד ווען דער רב שליט"א איז ארויף ביים ארון הקודש, און אנגעהויבן משמיע צו זיין דברי הדרכה והתחזקות פאר אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר.
בראשית דבריו האט דער רב שליט"א מקדים געווען איבער די שם טוב פונעם ביהמ"ד וואס איז פקי' שמי' אלס א חסיד'ישער ביהמ"ד, און איז בבחי' כולך יפה רעיתי. און האט דערמאנט וואס אביו הגדול דער רב שליט"א האט באפוילן איבערצוגעבן אז מען זאל זעהן נישט נאכצולאזן נאר אדרבה זיין בבחי' מוסיף והולך.
דער רב שליט"א האט דערמאנט בפרטיות עטליכע ענינים, און דערביי געטייטשט שיינע געדאנקן און מאמרי חז"ל בעניני דיומא.
די עליות איז צוטיילט געווארן פאר ראשי ונכבדי קהלתינו הק' קהל יטב לב ד'סאטמאר פון איבער די וועלט, און שישי האט עולה געווען דער רב שליט"א.
מוסף האט פארגעדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' אלי' בצלאל שרייבער הי"ו מטובי קהלתינו הק' אין לאנדאן יצ"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבה בהיכל בית מדרשינו לרגל די שמחת הולדת הבת ביי האברך החשוב מוה"ר נח צבי לעווי הי"ו, חתן הרה"ג ר' חיים יודא רוטנער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה.
אויך האט דער ציבור געוואונטשן מז"ט פאר הרה"ג ר' שלום יצחק שעהר שליט"א ר"מ בישיבה קטנה, לרגל די שידוך שליסן פון זיין טאכטער עב"ג החתן נ"י בן מוה"ר שמואל יצחק קליין הי"ו פון ירושלים עיה"ק, בן הרה"ג ר' חיים שלום שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' בבני ברק.
כמעשהו בליל שב"ק כך מעשהו ביום השבת ווען די סעודה איז פארגעקומען אין א געהויבענע אטמאספערע בראשות פון רב שליט"א, בבית הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק'.
בשעה שהחכם יושב ודורש
שב"ק נאכמיטאג אין די באשטימטע שעה איז די היכל הביהמ"ד בליץ שנעל פוהל געווארן עד אפס מקום - עס האט נישט געהאלפן אז די היכל הביהמ"ד איז ספעציעל אויסגעליידיגט געווארן פון רוב טישן און איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן אריינצונעמען אין זיך א גאר גרויסער ציבור - פון די הונדערטער אידן וועלכע זענען געקומען זיך צוהערן צו די דברי פי חכם חן פונעם אורח הדגול דער וויליאמסבורג'ער רב שליט"א.
דער רב שליט"א האט אנגעהויבן בדברי פלפול אין די סוגי' פון עשה דוחה לא תעשה, און איבער די סוגי' פון "נבילה וטריפה לא יאכלו הכהנים", ווען דער רב שליט"א האט באופן נאה מקשר געווען חבל בחבל ונימא בנימא.
דאן איז דער רב שליט"א אריבער צו דברי אגדה, און האט מעורר געווען דעם ציבור איבער די כלים מכלים שונים וועלכע טארן זיך נישט געפונען ביי א איד, און איבער'ן אויסלעשן די טעלעפאן ביים דאווענען.
א לענגערע צייט האט דער רב שליט"א דערנאך מעורר געווען בענין קביעת עתים לתורה, וועלכע איז די איינציגסטע זאך וואס האלט דעם מענטש ביי אידישקייט.
דער רב שליט"א האט דאן ארויסגעברענגט לשבח די שטאט אנטווערפען, וואס מיט דעם אלעם וואס א גרויסער טייל פונעם ציבור מוטשעט זיך על המחי' ועל הכלכלה, עם כל זה איז עס נאך אלץ א ארט פון ווי עס גייט ארויס שווערע סכומים פאר אלע ערליי צדקה צוועקן, און איז אויסגערופן אין די וועלט איבער אירע מעשי צדקה וחסד וגמילות חסדים.
דער רב שליט"א האט דאן אויך מעורר געווען בעניני אמונות ודיעות, איבערן התבדלות מרשעים, בנוגע די נגע הציונית בכל שום וחניכא דאית להו.
דער רב שליט"א האט דאן אויסגעפיהרט מיט ווארעמע ברכות און וואונטשן פארן גאנצן ציבור. (מיר טוהן דערמיט קלארשטעלן אז מיר האבן נאר אראפגעשריבן פונקטן פון די דרשה, און עס איז מעגליך אז מיר האבן עפעס פארזעהן אדער אויסגעלאזט, ואתכם הסליחה).
דאן איז דער רב שליט"א ארויף צום היכל העזרת נשים דבית מדרשינו, ווי עס זענען מדי שבוע בשבוע פארזאמלט צענדליגע ילדי תשב"ר אין די ראמען פון "חברת תהלים", ווי דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די קינדער.
חדו השתא בהאי שעתא דבי רעוא דרעוין
ביני לביני האבן די עסקנים אנגעגרייט דעם היכל הביהמ"ד פאר סעודה שלישית.
כנהוג בהיכל בית מדרשינו איז די שלש סעודות אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט, ווען דערביי האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי כיבושין והתעוררות צו גיין בדרכי ה' ותורתו הק'.
במשך דעם גאנצן שב"ק זענען די מיילער פון די חשובע געסט, געווען פוהל מיט לויב אויף קהלתינו הק', הן מצד די ווארעמקייט און הכנסת אורחים וואס דער ציבור האט ארויסגעוויזן, און הן איבער די שיינקייט און פראכט פון די קהלה, וועלכע איז ממש א יחיד במינו אין דעם הינזיכט ווען אלע מתפללים ולומדים זענען כולם אהובים כולם ברורים, זקני הקהלה, חשובע בעלי בתים, ואברכים יקרים המסולאים בפז.
המשך פונעם סדר היום מוצאי שב"ק די המשך פון באזוכן ביי רבני ודייני העיר שליט"א, זונטאג, און איבערהויפט די גרויסע מעמד "הנחת אבן הפינה" צום בנין ביהמ"ד הגדול און די מקוה טהרה דקהלתינו הק', וועט אי"ה נאכפאלגן.
•♦•

באזוך פון הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א אין אנטווערפן
לרגל די מעמד הנחת אבן הפינה צום בנין ביהמ"ד החדש
באזוכט ביי הגאון ר' אלי' שטערנבוך שליט"א ראב"ד אנטווערפן
אום ערש"ק


טיילווייזער בילד פון ברכהמ"ז מוצש"ק נאך שלש סעודות


ביי הבדלה בבית האכסניא אין שטוב פון מוה"ר הערשל ווייס הי"ו


באזוכט ביי האדמו"ר מ'ספינקא אנטווערפן שליט"א


באזוכט ביי האדמו"ר מ'שאץ אנטווערפן שליט"א


באזוכט ביי האדמו"ר מ'זימיגראד שליט"א

באזוכט ביי הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו אנטווערפן שליט"א







באזוכט ביי הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א


באזוכט ביי הרה"צ רמ"א רייך שליט"א צ'פשעווארסק

האדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א ביי ביקור גומלין ביים רב שליט"א
ווערן געזעהן: הרבני הנגיד מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק דקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג, הרבני הנגיד מוה"ר פרץ לעפקאוויטש הי"ו ראה"ק דקיט"ל אנטווערפן, און הרבני החסיד מוה"ר שלום אליעזר פראנקעל הי"ו, גזבר קיט"ל




ביים ספעציעלן באנקעט לטובת קרן הבנין ביהמ"ד החדש
ווערן געזעהן הגאוה"צ רבני קהלתינו לאנדאן און מאנטשעסטער שליט"א



די מודעות אויף שב"ק אויף די ווענט אין ביהמ"ד

די בוי פלענר פון ביהמ"ד החדש


♦♦♦