מהומות אין אר"י צום 63סטן יארטאג פון גרידונג פון די מדינה
היינט זונטאג איז 63 יאר פון ווען די מדינה האט ארויסגעטריבן טויזענטער פאלעסטינער פון זייערע היימען
די רעזולטאטן זענען ווי פאלגענד:
איינער טויט, צענדליגער פארוואונדעט אין תל אביב נאכדעם וואס א פאלעסטינער טראק דרייווער האט זיך גענומען קראכן רעכטס און לינקס אין צענדליגער קארס, א באס, און אין א שולע, דער דרייווער איז ארעסטירט,
4 סיריער טויט, צענדליגער פארוואונדעט נעבן די גרעניץ מיט סיריע נאכדעם וואס איבער 1000 סיריער זענען אריבער די גרעניץ צוצוהעלפן זייערע פאלעסטינער ברידער מיט די פראטעסטן און מדינת ישראל האט זיך גענומען שיסן אויף זיי
4 לעבעזאנער טויט, 11 פארוואונדעט נעבן די גרעניץ מיט לבנון
50 פאלעסטינער פארוואונדעט נעבן די עזה גרעניץ
|
|