יערליכע מסיבה אין בארא פארק לטובת כולל למצויינים ויואל משה אין ירושלים עיה"ק
אין די טעג קומען פאהר די טעטיגע הכנות צו די יערליכע אקציע לטובת די בארימטע כולל למצויינים ויואל משה לצדקת ר' מאיר בעל הנס, וועלכער קומט אי"ה פאהר דעם קומענדיגן וואך מאנטאג אין בארא פארק.
היי יאהר – צוליב די גרעסערע פארלאנג אין נתינות אין וועלכען די הנהלת הכולל נויטיגט זיך אצינד - וועט דער מסיבה געפראוועט ווערן אויף א גרעסערן פארנעם, און צו דער געלגנהייט וועט זיך אי"ה פערזענליך משתתף זיין הגה"צ אבד"ק דקהלתינו ב'וויליאמסבורג שליט"א וועלעכער וועט אי"ה אויפטרעטן.
אנשי שלומינו אין בארא פארק נעמען אויף אין די טעג בסבר פנים יפות דעם מסי"נ מנהל הכולל הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פויגעל שליט"א וועלכער קלאפט אצינד אהן אין די טירן פון נגידים בעם.
-הכונו למסיבה!-
•♦•

תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 16/05/2011 22:32:35