רבותי טייערע, ברשותכם לאמיר מאכן אביסל סדר אין דעם נושא.
פאקטן: 1. אריין גיין אינעם כנסת המינים, איז לויטן הייליגן 'דברי יואל' – 'ויואל משה' זי"ע א דבר חמור מאוד, עס קומט אויס לויטן הייליגן רעבין ארגער וויא אריין גיין אין א קלויסטער ח"ו. 2. זיך צו טרעפן מיט ממשלה פערזאנ'ס, איז שטענדיג געווען אן אנגענומנע זאך, וויא די וועלט זאגט "אז מען דארף דעם גנב – נעמט מען אראפ פון בוים". 3. מען האט קיין ברירה קיינמאהל נישט געאהט, ווען מען האט געוואלט בויען א בנין, א מוסד, א.ד.ג, האט מען וויא פארשטענדליך גאדארפט האבן די פערמיטס, פון די שטאט ראט – פונעם גאווערמענט, און עס איז קיינמאהל קיין שאלה וועגן דעם נישט געוועהן. 4. נעמען געלט פון די מדינה, אדער פון די שטאטראט, פאר מוסדות, פאר סערוויסעס א.ד.ג. – אדער פאר יעדע דבר שבקדושה, איז פון אייביג אהן געוועהן אסור ביי אונזערע היימישע קרייזן, די ממשלה מיט די שטאט ראט, האבן פארשידענע פראגראמען, וואס טיילן געלט פאר פארשידענע צוועקן, אזוי וויא זיי געבן געלט פאר ספארט'ס – טעיאטער'ס – א.ד.ג, וויא דאס ווערט אנגעריפן ביי זיי "תקציבי תרבות" = פראגראמען פאר קולטור, די זעלבע זאך האבן די 'פרומע' חברי כנסת אויסגעארבעט אז די ממשלה זאל טיילן געלט אויך פאר "אידישע קולטור", לדוגמא, מען טיילט געלט פאר ספרי קודש, פאר מוציאים לאור, פאר דרשות, פאר הקפות שניות, פאר שמחת בית השואבה, א.ד.ג.,די סארט געלטער איז שטענדיג געוועהן ביי אונז מאוס, און מען האט זיך פון דעם מתנזר געועהן. 5. מירון: פון אייביג אהן פלעגן כהנים גיין מתפלל זיין אין אתרא קדישא מירון, עס איז געוועהן חילוקי דעות ביי אונזערע גדולי ישראל זי"ע, צו אין די מערה אינעווייניג, מעגן כהנים אריין גיין, אדער נישט, דעת קדשו פון הייליגען רבי'ן בעל דברי יואל זי"ע, איז געוועהן, אז כהנים טארן נישט אריין גיין אין די מערה. 6. דער תו"א רבי זי"ע, האט זיך געפירט אזוי וויא דעתו פונעם רבי'ן זי"ע, און איז נישט אריין אין די מערה, ער איז עטליכע מאהל געוועהן אין אתרא קדישא מירון, און ער פלעגט מתפלל זיין ביים פתח המערה, אונטען (לעבן הכנסת אורחים), אדער פלעגט ער גיין אויפן דאך פון די מערה, אזוי פירט זיך אויך דער היינטיגער תו"א רבי, דער ברודער דער תוא"י רבי, פירט זיך יא אריין צו גיין און די מערה, לויט די גדול"י וואס האבן דאס מתיר געוועהן. 7. תו"א היינט צו טאג, פירט האן דעם גרעסטן הדלקה אין אתרא קדישה מירון, עס האט זיך אנגעויבן אויף זייער א קליין פארנעם, אין מיט די יארן איז דאס אויס געוואקסן אלס זייער אגרויסע שמחה, וויא עס זענען זיך משתתף צענדליגער טויזנטער יודען, מיט א שמחה עילאה, מיט גרוס התרגשות, למעשה קען מען זאגן, אז די הדלקה פון תו"א איז דער גרעסטער צוזאמענקום פונעם היימישן ציבור, מיט א געוואלדיגע אחדות טאנצט מען האנט ביי האנט – האקסל ביי האקסל, לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. 8. תו"א האט נישט ווייניג שונאים, וואס קענען די זאך נישט אראפ שלינגען, און קענען דאס נישט פארגינען, און האבן פאר צוויי יאהר צוריק, פלוצלינג "מגלה" געוועהן 'קברים – ביינער – און מערות', וויא באוואוסט איז דער תו"א רבי א כהן, און אלס כהן אויב 'טרעפט' מען קברים, איז דאך די גאנצע מעשה פארמאכט, צום זאך גערעדט: די שונאים פון תו"א וייסן וויא צו טרעטן אויף די ריכטיגע הינער אויגן, דער תו"א רבי איז דאך א ירא שמים או א תלמיד חכם, (אשאד אריין צו גיין און א וויכוח איבער דעם), אקיצער תו"א שונאים, וואס ווערט אנגעפירט פון די באקאנטע "אטיק & טייטלבוים קא." האבן זיך גענומען זיכען קברים, לכתחילה אויפן שטח וויא תו"א צינדט די הדלקה, ווען עס איז נישט געגאנגען, האט מען אויסגערופן אויף גאנץ מירון, אלס אגרויסן בית הקברות, יעצט שריי אז די האסט נישט קיין טאכטער. 9. כיהודה ועוד לקרא, האבן די אויבן דערמאנטע 'אטיק&טייטלבוים' געברענגט צו זייערע כוחות הג' ר' דוד שמידל, אלס דער 'שולחן ערוך' לענייני קברים בארץ הק', ר' דוד האט זיך צו געשטעלט צו זיי כמובן (סיבה דערפון אין אנדער געלעגנהייט), אין 'מאשר' געוועהן אז גאנץ מירון איז אגרויסער בית הקברות, ווען די דיינים פון די העדה החרדית האבן געפרעגט ר דוד'ן, ווען זענט איר געוועהן די לעצטע מאהל אין מירון, האט ער גענפערט אז מיט אסאך יאהרן צוריק, האבן אים די רבנים געפרעגט, איז פון וויא ווייסט איר וואס עס גייט דארט פאר, האט ר' דוד גענפערט, אזוי האבן מיר די עסקנים געזאגט, האבן אים די רבנים געזאגט, אויב אזוי וועלן מיר חוקר ודורש זיין די עסקנים, און איר ר' דוד זענט איבעריג דא. 10. פאר ל"ג בעומר תש"ע, נאך דעם וואס מען האט ממציא געוועהן, קברים – ביינער – מיט מערות, האט דער תו"א רבי נישט געוואלט אריין גיין אין קיין ספקות, און האט מחליט געוועהן, צו פארן צו דעם הדלקה מיט א אוהל חוצץ, בכדי צו יוצא זיין מדי ספק, למרות וואס די רבנים וואס ער האט אנגעפרעגט ביי זיי, האבן אים געזאגט, אז ער דארף נישט אין אכט נעמען וואס די בעלי מחלוקת טענהע'ן, כהנים זענען שטענדיג געפארן קיין מירון, עם כל זה, איז דער תו"א רבי געפארן מיט א אוהל חוצץ ('כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איין שלאפן' און קענען האבן פון וואס חויזיק צו מאכן). 11. די עסקנים פון תו"א, זענען משך די גאנצע צייט געשטאנען אין קאנטאקט, מיט יעדן וואס מען האט נאר געקענט, רבנים וגדולי ישראל זענען געקומען קיין מירון צענדליגער מאהל, די רבנים האבן דארכגענישטערט דעם 'בורמה וועג' (דאס איז דער וועג וואס דער תו"א רבי פארט), די רבנים האבן געברענגט זייער חוות דעת, פארן בי"ד פון די העדה החרדית, און דער בי"ד נאכן אויסערן די אלע צדדים, סיי פון די רבנים, סיי פון אתרא קדישא, און אויך די עסקנים פון טהרת הכהנים, האבן וויא באקאנט מחליט געוועהן און געפסק'נט, אז אין דרך בורמא איז נישט דא קיין שום חששות, לגבי די אנדערע וועגן, האבן זיי נישט באקומען קיין גענוג אינפראמיישן. 12. פון די אנדער זייט – משך די גאנצע צייט, ביז בי"ד האט ארויס געגבן זייער דעת תורה, האבן תו"א עסקנים אהן געפרעגט ביי די "טהרת כהנים", תו"א האט זיי מציע געוועהן צו מאכן כיפין על גבי כיפין, תו"א זענען געזעצן מיט אתרא קדישא, צו זוכן פתרונות, וויא פארשטענדליך האבן די אויבן דערמאנטע פראקציעס, אלעס אפגעווארפן – וויא ערווארטעט – ווייל די מטרה איז געוועהן איינס, תו"א רבי זאל קיין הדלקה נישט צינדן, רבנים – תלמידי חכמים האבן אלס פראבירט צו זעהן וואס מען בכל זאת דורכקומען מיט זיי – כלום – גארנישט – נאדא, 13. סוף פסוק וויא אויבן דערמאנט, האט דער בי"ד הגדול שבירושלים, ארויס געגעבין זייער פסק, וואס האט אראפ גענומען אלע ספיקות, פונעם 'דרך בורמה' וועג, און לכאורה הכל על מקומו יבוא בשלום. 14. לכאורה האבן מיר געשריבן, יא לכאורה וואלט אזוי געדארפט צו זיין, נאך א פסק פונעם בי"ד הגדול, ווער וועט קומען מערער זיין, - אבער לא – ניין, די אטיק & טייטלבוים קא., הייבן נישט אזוי שנעל הענט, זיי האבן אנגעויבן צו הערשט מאכן פשט'לאך אינעם פסק פון בי"ד, פארפירט מיט פאשקעווילן מיט ביליגע לצנות, געזוכט מיט אלע כוחות, וויאזוי צו פאר טוטשן די מוחות, און אריין ברענגען א בלבול ביי יעדן, זיי האבן אפיר געזוכט רבנימ'לאך, וואס זאלן זעהן צו אסר'ן וואס דער בי"ד האט מתיר געוועהן, גענומען האבן זיי צו הילף דעם באקאנטן אברהם פרויליך, און דא פלוצלונג האבן זיי געטראפן דעם פתרון, עס האט נישט געדויערט מער וויא 3 שעה, און מען איז אויף געקומען מיט א געוואלדיגן פלאן: 15. מען איז ארויס געקומען מיט א פתרון פון כיפין על גבי כיפין, דאס וואס האט נעכטן נישט געקענט זיין בשום פנים ואופן, איז פלוצלונג געווארן דער מלאך המושיע, וואס האבן די אט&טיי קא. געוואלט פארדינען דערפון? זייער פשוט, 1 געלט גרויס געלט, מען וועט ארויס גיין מיט א גרויסן שנאר קאמפיין, ווער נאך וויא "אונזערע ברודער" פון חו"ל, וועלן פארשטיין די נחיצות פון די זאך, 2 מען וועט האבן וואס ווייטער צו קאמפיינען, און ממשיך זיין מיטן בלבול המוחות. 16. און אז מען קען אויכעט באקומען געלט פון די מדינה, פונעם "קולטור אפטיילונג", איז דאך ממש א מציאה מן השמים, די געלט האט דאך א דין פון א 'מציל מן הארי', וויא טענה'ט דער בעלזער, עס איז א מצווה ארויס צו נעמען פון זיי וואס מער, איי – מען וועט דאך שרייען אויף דיר שייגץ, וויא געטרויסטו זיך צו נעמען געלט פון די ציונים? שטענדיג וועט מען קענען ענפערן, מען וועט ענפערן, למחצה לשליש ולרביע, און בכלל מען קען דאך אויך לייקענען, והכל על מקומו יבוא בשלום דאס זענען די פאקטן, זאל יעדער האפ לערנען וואס ער וויל, שטענדיג וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן זיך מתווכח זיין אויף אזא נקודה, אדער אויף א אנדער ניואנס, איך ערווארט נישט פון וועם וואס האט א שנאה, זאל אנעמען וואס איך שרייב, אבער דאס אלעס זענען די טרוקענע פאקטן
תוקן על ידי גערעכט ב- 18/05/2011 18:09:54
 |
|
|