בית פורומים כל העולם כולו

שליח פון אטיק & טייטלבוים קא. א. פרויליך אין כנסת המינים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/5/2011 21:24 לינק ישיר 

הולך_לבגץ כתב:


מיר דארפן זיין מכירי טובה פאר אונזערע פריינד שעמדו לימינינו בעת צרתינו, ס'איז נישט קיין חכמה אז ווען אונז זענען געווען שוואך אין וומ"ס און אונז האבן געדארפט חיזוק ביסטו געגאנגען שטויסן, און יעצט ווען דעם וואס די האסט געבויעט שטויס דיר והגולם קם על יוצרו, לויפסטו צוריק צו מיר.
לאמיר נישט פארגעסן זכור ואל תשכח, ווי גרויס דער הייליגער תוא"י רבי איז געווען ביז תשס"ב זיינע שבתים אין אמעריקא איז געווען מלא וגדוש, איז געקומען דער עוכר ישראל בן פראדל און האט עם געוואלט נעמען פאר א שטעקן צו שטויסן, ער האט עם געזאגט טאמער גייסטו איינשטיין ביי יצחק ראזנבערג וועסטו נישט האבן א דריסת רגל אין וומ"ס און אין סאטמאר.
יענע יארן האט מען נאך געמיינט אז ס'איז דא א אפשרות אז אזוי וועט זיין, און ער וועט אין סאטמאר מער נישט אריין גיין, אלעס ווייל דער בלוט צאפער און נועם המידות האט געוואלט מאכן פון הרבני הנגיד ר' יצחק שליט"א אזוי ווי ער האט געמאכט מיט להבדיל בין הטהרה לטומאה יושקע מוסר פון קרית יואל.
הכרת הטוב איז א סימן פון א איד, מיר זענען אידן!!!


איך וועל מסביר זיין פאר הולך_לבג"ץ, פאר וואס איך האלט אז מיר מיזען זיך נישט רעכענן מיט תוא"י, און מיר דארפן נישט גיין קאפ און וואנט מיט א מחלוקה וואס ברענגט אונז מער שאדען ווי ניצען, אלעס צוליב תוא"י

קודם א הקדמה פאר ווער עס געדענקט 

הרהג"צ ר' יחזקאל ראטה האט אסאך אסאך א גרעסערע עבר מיט אונזער קהלה ווי ר' דוד קאהן, בשעתו האט אונז עס פיל מער ווי געטיען מען האט געשפיגען בלוט דערפאר, אבער ווי נישט ווי, מען האט פארגעסן אלטע מעשוית, זיך איבערגעבעטן, און מען לעבט בשלום היינט

הרה"ג ר' בנצוין וואזנער האט אסאך אסאך א גרעסערע עבר ווי ר' דוד קאהן, מען האט געשפיגען בלוט וועלענדיג באקימען זיין טאטענס חתימה פארען סקול דיסטריקט, אבער היינט האט מען פארגעסן, און זיך איבער געבעטן, זיין דרשה איז געווען אויף קול סאטמער, אינאיינעם מיטען רבין'ס דרשות, און די באן פאר ווייטער

גאב"ד ירושלים האט אונז זייער וויי געטיען בשעת ער האט גע'דופט רח"צ מייזליש ביי די פאמעליע פינעם ברך משה, אבער האט זיך נישט גלייך וויסענדיג געמאכט ווען הגל"ן איז אריין און קארט בנוגע בני ברק, איינער געדענקט עס נאך? ניין, זיך איבערגעבעטן און די באן פארט ווייטער


און כהנ"ל איז דא נאך צענדליגער דוגמאות, וואס עס איז נישט אינטערסאנט אויסצורעכענענן, ווייל עס איז באמת נישט וויכטיג צו געדענקן אלטע מחלוקות

דער איינציגסטער מיט וועם מיר פירען א מאדענע מחלוקה על לא דבר, איז תו"א בשעת ווען ער האט אונז קיינמאל נישט עכט געשעפעט זייט ער איז געווארן רבי, זיין חטא איז 1}אז ער איז אויך געווען  די צווייטער זון,  און מען האט דעמלאטס מורא געהאט, אז אויב מען גיבט אים ארקענוג איז טייטש אז הגזל"ן איז אויך גערעכט, און די צווייטע חטא איז געווען, אז ער טשעפעט תוא"י, וואס ער איז אונזער פריינט, {ווי אזוי תוא"י א פריינט? ווייל זיין ברידער תו"א איז דאך א שונא! פארוואס? ווייל תוא"י איד דאך א פריינט! וועגן דעם איז יענער א שונא..... לאכט נישט,. ווייל דאס איז די מציאות און אויף דעם איז די מחלוקה געבויט}

מיר שיסען זיך און די פיס דערמיט, ווייל סיי קהילתנו און ירושלים, און סיי תו"א ליידט זיך און פון די רשעת המידות קאמפאני, וואס ווערט קאנטעלירט דרוך די הגזל"ן קאמפאני, ביידע ליידען אויף אנדערע אופנים, אלמלא ווען מיר זאלן ווען האבן שכל, און מען מאכט שלום מיט תו"א וואס זיי זענענן די גרעסטע היימישע קהלה נאך דושנסקי און אר"י, און דושנסקי איז דאך אויף אינזער זייט, וואלטן מיר געקענט איינעמען די עדה מיט א שטורעם, ארויסווארפן די אלטע טראבעל מעקערס, און אנהייבען א בלעטעל פון דאס ניי, הן בנוגע מלחמה מיט די ציונים, הן בנוגע אלע אנדערע זאכען וואס מיר האבן געמיינזאמע אינטערעסן, מיר קענענן זיך פארשטייען מיט תו"א זייער גוט, ווייל ביידע קהלות האבען און פארשידענע ענינים די זעלבע מהלך, ביידע רבי'ס אינטערסירט נישט וואס די גאס וועט זאגען און טיען וואס עס איז רכטיג, אפילו ווען מען באשמיצט אים, איך וועל געבן צוויי דגמאות לגבי תו"א, איינס איז די וועג ווי אזוי ער פירט די מלחמה אקעגן ציונות, ער האט ארויסגעשניטען די פארפוילטע עפל פון אינדערמיט, און ער פירט נאר כילו לשם שמים {לויט ווי אזוי ער טייטשט אפ לשם שמים}, אן די זייטיגע אינטערסן אינדערמיט די צווייטע זאך, איז די וועג ווי אזוי ער איז געגאנגען צי די הדלקה פאראיאר, און מיינע אויגן איז עס געווען א קרזשפולע און א געהויבענע אקט, עס האט אים נישט אינטערסירט וואס די גאס וועט זאגן, און ווי אזוי מען וועט לאכען פון אים, ער האט געהאלטן אז א הדלקה און מירון איז א מצווה, און א געהויבענע זאך, האט ער נישט געקוקט אויף גארנישט, אריין און און א באקס, און אזוי ארויף געפארן, איי די ליצני הדור וועלן לאכען? וואס אינטערסירט עס אים, די עיקר אז ער טוט דעם רצון השם, דרך אגב,  אזא אקט פאסט זיך אויך זייער גוט פאר רבינו שליט"א!!! אזוי אויך קען תו"א שטארק העלפן אונזער קהלה מיט די עדיסן פראיעקט, זיי זענענן און ירושלים בעסער און שטערקער אויסגעקאכט, זיי האבן גיטע קאנעקשענס, און זיי האלטן און איין בויען



צוריק צו תוא"י, תוא"י איז זייער א פיינע  און א הייליגע קהלה, אבער בשעת ווער האט זיך געשטעלט אינאיינעם מיט יצחק רז"ב, האט ער געטיען א טובה פאר זיך, נישט פאר אונז, מיר זענענן גארנישט גרעסער געווארן אז תוא"י וואס האט קנאפע 400 מעמבערס שטייט מיט אונז, און עס האך נישט באויגען דארדש באראש, זאל אונז געבן ראדני  ווייל מיר האבן תוא"י, זיכער איז עס פאר געווען א כבוד, אבער גארנישט מער פון דעים, תוא"י האט פארדינט געלט און PR דערפון עס  איז פאר אים געווען די בעסטע פינציאלע באשלוס וואס ער האט נאר געגקענט טיען, אבער דאס איז נאך נישט טייטש אז מיר דארפן זיך קריגען לכבוד דעם מיט תו"א,
קלויזענבערג פון אר"י קריגט זיך אויך מיט זיין ברידער, דארפן מיר זיין אינוואלווד און יענע מחלוקה?, ניין! די זעלבע דארפן מיר נישט זיין אינוואלווד און די צווי תולדות מחלוקה, און לעבן מיט יעדעם בשלום










תוקן על ידי have_hope ב- 19/05/2011 22:15:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 21:27 לינק ישיר 

מיין קוק....

די ארונים קוקען ניטעמאל אויף תולדות אהרן, זיי שטייען נישט אין וועג
תולדות אהרן רבי שפילט די געים אז ער איז נייטראל נאר זיינע גבאים דרייען א רעדל ארום אים

דאס אז זיי אדווערטייזן נאר אין דער איד מיינט יא 'עפעס' אין אויב האט רז''ל טעראזירט אין נישט געלאזט דעם ברך משה ז''ל גיין צום דינער פין  רב טוב 10 יאר צירוק ווייל זיי האבען אדווערטייזט אין דער בלאט ''אויך''
דאן פארוואס פארשטייסטו נישט ווען תו''א אדווערטייזט נאר אין דער איד אז ס'מיינט...
נאר וואס דען די ארונים האבען נישט קיין פראבלעם מיט תו''א רבי'ן,
אינז האמיר ב''ה גענוג פארוועם צו געבן געלט
זאל ער זיך האלטן מיט לעפקאוויטשעס אין גאדינגער'ס

אין עס האט נישט קיין שום זון די גאנצע טענה'ריי
דער עולם האלט זיך נאר אינטער ווי שמידלס גרופע איז אויף מעסער שטעך מיט תולדות אהרן אין דארף גאר גיין טאנצען מיט תולדות אברהם יצחק .  . . .
אין די זאליס מוזן דראפען שמידל כדי צו האלטן תולדות אהרן......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/5/2011 21:42 לינק ישיר 

קודם א הקדמה, איך שטים מיט יראים, אונז קוק מיר נישט אויף תולדות אהרן, זיי שטייען אונז נישט היינט צוטאגס אין וועג, און ס'אינטערעסירט נישט קיינעם וואס זיי טוען, ס'איז נאר א זייטיגע נחמה ווען ער כאפט פון די זעלבע מיט וועם ער האט זיך צוגעשטעלט פאר 10 15 יאר צוריק קעגן אונז.
יעצט צום נושא, העוו האופ, ביסט נישט גערעכט.
ר' יחזקאל ראטה האט טאקע א עבר, אבער למעשה היינט שטעלט ער זיך צו צו יעדן און צו קיינעם, און דו קענסט נישט אנצייגן א זאך וואס ער טוט ווי ער שטייט מער אויף איין זייט ווי אויף די צווייטע
פלאס, ווער ס'געדענקט ביי די הספדים אויפן רבין דער ברך משה האט ער מספיד געווען אין ב"פ און מסיים געווען אז די קהלה ווערט ווייטער געפירט דורך בנו ומ"מ וכו' וכו', מיט דעם האט ער געוויזן, איך וויל פארגעסן פונעם עבר, איך מיש איבער א בלעטל.
ר' בנציון וואזנער קען איך נישט פערזענליך, אבער אויב באלאנגט ער נישט אין סאטמאר גלייב איך אז די סיבה פארוואס ער האט נישט געלאזט זיין טאטן אונטערשרייבן יענע יארן איז כדאי נישט צו מישן די הענט אין שמוץ, ער האט געוואוסט וואסערע דרוק ס'ווארט, און ס'קען אפילו זיין אז מען האט טאקע געדרוקט אויף אים, ממילא דאס איז נאכנישט קיין סיבה צו זאגן אז ער איז א שונא.
נומער 2, ער איז ווייטער דער זעלבער פלעינער נייטראלער רב, אונז פאר מיר נישט מיט אים אויף איין וואגן, מען האט אים ס"ה גענוצט אויף זאכן וואס ער האט זיך אליין ארויסגעשטעלט נישט קענענדיג ליידן דעם שקר.
יעצט צום ירושלימער רב זאלסטו מיר אנטשולדיגן, אבער זיין סטאטוס איז פונקט ווי פאר 5 יאר צוריק, ובמחכ"ת האט ער געטון א עולה שאין כמוהו ביים זיך אריינמישן ביי די פעמילי קאורט און הייסן נישט גיין אין קאורט ווען באותו זמן האט ער ביי די הולכי הבג"ץ איינגענומען א מויל מיט וואסער, ער האט קיינמאל נישט איבערגעבעטן (ווי דו שרייבסט) אבער די באן פארט ווייטער, ער קען קומען באזוכן, מען גייט אים צוריק באזוכן, פונקט ווי תולדות אהרן.

תוקן על ידי וואלןסח ב- 19/05/2011 21:56:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 21:44 לינק ישיר 


היראים, צוויי וואכען נאכדעם וואס "דער בלאט" וועט האבן עני נייעס פון תו"א, וועט אנהייבען צו קימען עד'ס און דער בלאט, עס איז א טו וועי סטריט

און ווי איך האב געשריבען אויבן, תו"א, קען ווען זיין אינזער שליסעל ארויסצוזען די זאליס פון קארט און בני ברק

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 21:46 לינק ישיר 

העוו האופ
ביסט נישט גערעכט
דער בלאט האט נייעס פון כולל שומרי החומות אין די הייסטע צייטן, פארוואס? ווייל זיי אדווערטייזן
דער בלאט האט נייעס פון קרן עזר הגם ס'באלאנגט פאר א זאלי, פארוואס? ווייל זיי אדווערטייזן

כהנה וכהנה
און איך געדענק נאך ווער בלאט האט געהאט נייעס פון תולדות אהרן, ביז זיי האבן באשלאסן אז ווער ס'באקיאטירט זיי שרייבט מען נישט פון זיי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 21:56 לינק ישיר 


וואלןסח

איך בין נישט אזוי באקאנט ווי די, און קען אז הגאב"ד ירושלים האט טאקע נישט איבערגעבטן,

צוריק לגבי תו"א, מיט א הקדמה, די זאליס קענענן נישט דראפן שמידל, ווייל שמידעל מיט די זאליס איז איינס, עיין ערך אלימילך שטערן, דערפאר דארפן מיר אויסניצען די סוטאציע, און דראפן שמידעל ענד קאמפאני, מאכען א יד אחת מיט תו"א, און אויסרייניגען די עדה, און אנהייבען א נייע בלעטעל מיט א אחדות פון די דריי גרעסטע קהילות

_________________




תוקן על ידי have_hope ב- 19/05/2011 21:57:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 22:07 לינק ישיר 
have_hope


גערעכט, איך וויל קאמענטירען אויף דיין תגובה, אלץ איינער וואס איז נישט א אינסייד חסיד פון תו"א, נאר חסיד מוהר"א, 

די גאס קיקט יא אן מיט אפשיי און זייער נישט שיין, דאס וואס תו"א האט געטיען מיט דעם וואס ער טשעפט זיך מיט תוא"י און קימט קאמפיטען מיט אים און אמעריקא די זעלבע וואכען וואס תוא"י קימט,
איך ווייס נישט וואס דו גאס קוקט, תולדות אהרן דארף זיך נישט רעכענען מיט תוא"י, פונקט וויא תוא"י רעכנט זיך נישט און דארף זיך נישט רעכענען מיט תולדות אהרן, עס איז צוויי באזונדערע קהילות, יעדער האט זיינע מענטשן - זיינע ידידים, קיינער שטערט נישט דעם צווייטן, עס איז ענק אלעמען באקאנט, אז אינמיטן ווינטער, ווען די קעלטן זענען גרויס, און די שנייען געוועלטיגן אויף די גאסן, איז זייער שווער צו גיין אויף געלט אקציעס, דאס איז הדבר ידוע ומובן.
פאר 20-30 יאהר צוריק, ווען די מוסדות פלעגן מאכן א דינער, פלעגט זיין א אפמאך צווישן די מוסדות התורה, ווען סאטמער מאכט די אקציע, ווען דושינסקיא מאכט דעם דינר, ווען סקולען, און ווען תולדות אהרן, היינט ארבעט שוין אלעס אנדערש, וועגן דעם שטערט נישט איינער דעם צווייטן, און תו"א מיט דושינסקיא גייען אויך נישט פראגראמירן ווען אימער גייט וויא.

די עוולה איז נאך גרעסער, ווייל תו"א איז דאך דער וואס האט ערפינדען די טענה פון חזקה און מיט דעןם אפגעהאלטן תוא"י צו קימען אינמיטען יאר די זעלבע וואכען וואס ער קימט.
תולדות אהרן האט קיינמאהל נישט געבעטן קיין חזקה פון תולדות אברהם יצחק, וועגן א פשוט'ע סיבה, עס וואלט זיי פשוט נישט געהאלפן, דער טענה פון חזקה איז עכטע נארישקייטן, פונעם בית היוצר פונעם "נרדף"

און תוא"י האט אפגעטרעטען למען השלום
תולדות אברהם יצחק איז קיינמאהל נישט אפ געטרעטן למען השלום, ווען ער איז אפגעטראטן פון תו"א, האט ער דאס געטוהן געצווינגענערהייט, ווען דער בית הגדול שבירושלים פון די העדה החרדית האט אזוי געפאסקנט, פארקערט - דער בית דין שבירושלים האט געשריבן דעמלטס בשבחם פון תולדות אהרן, וואס האבן אוועק געגעבן אבנין פאר תוא"י 'למען השלום'


און אנגעהויבן צי קימען אנפאנג יאר, פליצליניג האט תו"א אינגאנצן פארגעסן פון די טענה, אנגעהויבן צי רייטען אויף תוא"י און זיי דערגיין די יארען בשעת זיי קימען קיין אמעריקא, דאס איז נועם המידות נוסח הגזל"ן, הגל"ן דינן האט די זעלבע פירוש אויף נועם המידות,
וויא אויבן דערמאנט, פונקט וויא די זאליס קענען אונז אהרונים נישט שטערן מאכן געלט, ווען זיי וועלן מאכן א אקציע אין די זעלבע צייט וויא מיר מאכן, די זעלבע שטערט נישט די אקציעס פון תו"א, די געלט קאמפיין פון תוא"י - וואס יא - עס איז פאני צו שפילן 'נרדף' - מען פייניקט מיר - מען רודף'ט מיר.

צום שלאס, די אלע טענות אפילו אויב עס איז שייך צו האבן, האט גארנישט צו די רבי'עס, זיי פלאנירן? זיי פארען זיך ארום דעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/5/2011 22:11 לינק ישיר 

גערעכט, דיין תגובה איז נישט ווערט אפציווענדן, ווייל דו אליינס טוסט עס מיט גרויס הצלחה, יעדע שורה פון דיין תגובה איז זיך סותר מיט א אנדערע שורה

גיב מיר א קאל, ווען דו שטייסט אויף פון שלאף

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 22:20 לינק ישיר 

גערעכט
אפשר לייגסטו ארויף דעם בריוו

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 22:27 לינק ישיר 

חברים, איר רעדט נארישקייטן וועגן דעם בלאט

דער בלאט כדי זיך צו טשעפן מיט תו"א האט מכתיר געועהן א "כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן וויליאמסבורג"

דער בלאט האט נישט געוואלט פארשטיין, אז תו"א וועט סוף סוף מיזן אריינשטעלן עד'ס אינעם בלאט, נאר עס דארף גיין מיט שכל - פאוואליע, דער בלאט האט געוואלט א עד - "תיכף ומיד" - און ווען ער דאס נישט מאקומען די וואך, איז די אנדערע וואך שוין געווארן אויסגערופן א מלחמת קודש - מלחמת ג'יהאד קעגען תולדות אהרן.

דער בלאט האט געברענגט "נייעס" פאר כלל ישראל וועגן די "שמחת בית התועבה" פון תולדות אהרן, אשמחה וויא טויזנטער אידן קומען זיך צוזאם, און מען פרייט זיך פארן אייבערשטן, על טהרת הקודש והצניעות, געטרויעט מען זיך אזוי צו שרייבן? - און ווער איז געוועהן טאקע די שמוציגע קאמפיינער קעגן די שמחה? ווייטער אונזערע "ידידים" אטיק & טיטלבוים קא.

רבותי עט'ס ווילט נאך טשענז'?

און אפשר קענען מיר ארוינים טאקע טראכטן, א אנדער וועג, וויא האט וואלן געשריבן, מיר דארפן נישט תו"א? אפשר פונקט אזוי דארפן זיי אונז נישט?, אבער איך מיין אז דער פארלוסט איז פאר אונז די ארוינים מער וויא פאר תו"א. - תו"א מאכט היינט צו טאג געלט - זיי מאכן גרויס געלט, זיי האבן אוועק געשטעלט א בנין - א פראייעקט פון 17 מיליאן דולר, און גיין שוין יעצט צום צווייטן בנין, חברים - זיי האבן דאס באוואוזן אהן אונז - אהן די אהרונים.

מאידך גיסא, ווער נאך וויא תו"א קען פאר אונז זיין ידידים, ווער קען פאר אונז זיין א מיליטער, ווען מען דארף, סאטמאר האט זיך קיינמאהל נישט געסם'ט מיט תו"א, נישט ווען דער ברך משה זי"ע איז געוועהן די ערשטע מאהל - און די צווייטע מאהל, תו"א זענען דעמלט'ס געוועהן העומדים בראש המחנה, און רעדט נישט קיין נארישקייטן אז מיר דארפן נישט תו"א, אויב מיר דארפן ר' יחזקאל ראטה, אויב מיר דארפן דעם סקולענער רבי'ן, אויב מיר דארף שוה"ח, אויב מיר דארפן דושינסקיא, וואלט געוועהן פאר אונז גאנץ געשמאק און איינגענעם, אז אויך תו"א זאל נישט זיין קעגן אונז.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/5/2011 22:41 לינק ישיר 

גערעכט, געב מיר א דאטום ווען ס'איז געווען דער אדמו"ר מתו"א וומסב"ג, איך מיין אז נישט פאר תשס"ב ס"ג
און דאס איז געווען אין די צייטן ווען ס'איז געווען נאך חטאים חוץ אדווערטייזן אין דער בלאט, יענע צייטן ווען ער האט געהאט צייט צו באזוכן דעם רבין נאר 1 ביינאכט אדער שבת נאכמיטאג א האלבע שעה פארן זמן
און שמחת בית התועבה? אויך 10 יאר שפעטער
נו וויפיל צייט דארפסטו פאר אים?

דאס אז תולדות אהרן דארף נישט אנצוקומען צו אונז מיט געלד, דאס ווייס איך אויך, אבער לעומת זה דארפן מיר נישט אנקומען צו אים אויך נישט
ס'איז היינט תשע"א נישט תשמ"ג
סאטמאר באשטייט ב"ה איר וועלטל אן תולדות אהרן און אן סקולען און אן שומרי החומות
אז סקולענער רבי באזוכט דעם רבין איז עס ס"ה א באנוס, אונז לעב מיר נישט אויף דעם, והראי' ווען ער האט נישט באזוכט, צו ער איז נישט געקומען אויף א חתונה האט מען עס אויך אראפגעשלינגען
סקולענער רבי (איך מיין נישט אים איך מיין זיינע שטוב מענטשן) האט אנגעהויבן צו קומען באזוכן דעם רבין, ווען זיי האבן געזען אז ס'קראצט אין די לינקע פאה ווען ער קומט נישט, והוא הדין תולדות אהרן.
האלטסט טאקע אז אונז האב מיר נישט געקענט אנגיין אן ר' יחזקאל ראטה? אונז זעמיר ממש אונטערגעגאנגען? א מכה!, ער איז ס"ה א באנוס.
ס'איז נישטא היינט קיין מחנה נישט היינט קיין עדה, בדרך הטבע וועט די עדה נישט צוריקבאקומען איר גלאנץ ווי אמאל, מען רייסט זיך ביי די קעפ פון אלע זייטן, וזהו, דאס איז עס, דאס איז א חלק פון די משנה אין סוף מס' סוטה.

און נעם דיך איין כלל אין קאפ אריין, אלע היינטיגע רבי'ס און רבנים זענען ווי טשעק'ס, איינער איז א מיליאן דאלער'דיגע טשעק, איינער איז א האלב מיליאן דאלער'דיגע טשעק און איינער נאך ווייניגער, דעקונג? האט כמעט קיין איינער, קיין איינעם קענסטו נישט אויפקעשן, ס'איז א וועלט פון פאליטיק, און יעדער טוט וואס אים איז גרינגער, און קיינער (כמעט) גייט זיך פאר דיר נישט צורייסן, קיינער גייט זיך נישט מטריח זיין פאר דיין כבוד.
אחד היה אברהם, תולדות אברהם יצחק רבי, ער האט דאס יא געטון, ער האט געטון א אקט וואס איך ווייס נישט אויב ס'איז דא נאך איינער וואס האט עס געטון אין די לעצטע 10 יאר אזא אקט, זאל מיר אונז זיך גיין צוזאמען שטעלן מיט זיינע שונאים? דאס פאסט פונקט גוט פאר די זאליס

תוקן על ידי וואלןסח ב- 19/05/2011 22:45:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 22:45 לינק ישיר 

וואס איז זיין כוונה מיט קימען 1 ביינאכט, אדער א האלבע שעה פארן זמן ערש"ק?
ווי אזוי ער שטעפעט ער דערמיט? און וואס פאר א פוינט וויל ער ארויסברענגן דערמיט?
און וועם שטעלט ער צופרידען דערמיט?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 23:05 לינק ישיר 


דאס קומען צו רבינו שליט"א נאכן באשטעלן א באזוך אויף 11 אזייגער איז דער קדוש מרחם אנגעקומען נאך 12, און מיט א תמימות'דיגע שמייכל האט ער זיך פארענפערט, דער שארמעשער האט מיר אויפגעהאלטן, היש לך ביזיון גדול מזו?

דאס איז תולדות הארון.

אגב
לגבי די לאנגע מגילה פון נעמען וואס די האסט אויס גרעכנט, די אלע האבן זיך מיט אונז געשלאגן, אבער זיי האבן נישט קיין אייגענע פאליטיק, ר' יחזקאל ראטה האט זיך געשלאגן, יעצט וויל ער שלום מאכן זייער פיין, ר' חיים לייב כ"ץ האט זיך געשלאגן, יעצט וויל ער שלום מאכן זייער פיין.

דא איז דא א פאליטיק, בו בזמן וואס תו"א האט געשטויסן און שטויסט עד היום הזה, האט תוא"י גמאכט א שריט וואס האט עם אפגעקאסט אסאך געלט און איך זאג עס מתוך ידיעה נישט מתוך סברה, יעצט אז א היימישער איד האט 1000 דאלער צו געבען פאר א מוסד אין א"י, דארף ער מדיני הכרת הטוב געבען פאר תוא"י די געלט.

תו"א דארף נישט אונזער געלט (כלשון גערעכט) זייער פיין, אונז געבען טאקע נישט, אונזער געלט וועט גיין פאר די וואס בעת ווען ר' יצחק איז געווען בעת צר און תוא"י איז געווען דער גלאנץ, יעדער איז געלאפן צו עם, ער איז געווען דער רשכבה"ג, ווען אין ליזענסק האט מען געמאכט מטבעות איז ער געווען צווישן טאהש מיט סעקולן, דעמאלס האט ער פארקוקט פון זיך און מחזק געווען ר' יצחק.

די שאדן דערפון בשעתו איז געווען, נישט א באזוך ביי רבינו הק' בעל ברך משה, נישט די זאלן אין צענטער פון שטאט, פאשקעווילן, בזיונות, אבער ער האט עס געטוען און אונז תלמידי רבינו טארן עם נישט פארגעסן די טובה.

און איך קען זאגן בפה מלא, אז ווען ער ברעכט זיך דעמאלס צום טעראר וואלט סאטמאר אנדערש אויסגעקוקט, משכנות הרועים מיט דושינסקי וואלטן נישט געקומען באזוכן רבינו שליט"א.

און לאמיר שוין נישט רעדן פון א שאדן פאר זיין גאנצע קהילה ווען אפרים שטערן האט יענעם יאר אראפ גענומען רוב מנין ובנין פון תוא"י משפחות נישט צו באקומען מער די חלוקה פון עונג שבת ויו"ט ערב פסח, א זאך וואס ביי עם אין קהילה האט עס געברענג א שווערע קלאפ.

און אדרבה, זאל דער בעל הארון איינמאל קומען דאווענען אין הופער, אדער מאכן א באזוך ביי ר' יצחק (אן לייגן א עד אין דער בלאט). דאס וועט אפשר מיינען איבערגבעטן, נישט אז מיינע שונאים וואס די האסט געבויעט שטויסן דיר, ווערסטו מיין חבר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 23:16 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:
און נעם דיך איין כלל אין קאפ אריין, אלע היינטיגע רבי'ס און רבנים זענען ווי טשעק'ס, איינער איז א מיליאן דאלער'דיגע טשעק, איינער איז א האלב מיליאן דאלער'דיגע טשעק און איינער נאך ווייניגער, דעקונג? האט כמעט קיין איינער, קיין איינעם קענסטו נישט אויפקעשן, ס'איז א וועלט פון פאליטיק, און יעדער טוט וואס אים איז גרינגער, און קיינער (כמעט) גייט זיך פאר דיר נישט צורייסן, קיינער גייט זיך נישט מטריח זיין פאר דיין כבוד.
אחד היה אברהם, תולדות אברהם יצחק רבי, ער האט דאס יא געטון, ער האט געטון א אקט וואס איך ווייס נישט אויב ס'איז דא נאך איינער וואס האט עס געטון אין די לעצטע 10 יאר אזא אקט, זאל מיר אונז זיך גיין צוזאמען שטעלן מיט זיינע שונאים? דאס פאסט פונקט גוט פאר די זאליס




איך הער וואס דו זאגסט, עס איז א שטארקע פוינט

לעומת האלט איך, אז אויב מען גייט מיט תו"א, קען מען זיך היבש העלפן און ארה"ק,  בפרט און בני ברק

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 23:46 לינק ישיר 

ווי מער א תגובה אלס מער שטותים רעדסטו, אנטשולדיגט פאר די אויסדרוק

אפשר זאגסטו מיר וואס מען קען בענעפעטירן אין בני ברק דורך תולדות אהרן?
מיר האבן גרעסערע קשרים אין בני ברק ווי אים, און אלעס האט זיך אויפגעהאלטן צוליב די עדה וראשי', וואס קען תו"א צולייגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שליח פון אטיק & טייטלבוים קא. א. פרויליך אין כנסת המינים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.