בית פורומים כל העולם כולו

שליח פון אטיק & טייטלבוים קא. א. פרויליך אין כנסת המינים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/5/2011 23:16 לינק ישיר 

 

מיינוגס פארשידענהייטען איז אייביג געווען ביי כלל ישראל, און בפרט ביי סאטמער, {עס איז דא די באקאנטע ווערטעל, אז ווי עס איז דא דריי אידן באנאזאם, דארט איז דא פיר מיינוגען}

והא ראיה פון די אויסגאבע "דער בלאט",  איך גלייך עס צו קויפן און איך ליין עס א יעדע וואך, לעומת זה, האב איך חברים וואס זיצען צוזאמען מיט מיר בי שלוש סעדות ביים רבין, און זיי גלייכען נישט דער בלאט, וועט דען איינער זאגען אז יענער איז א זאלי, ווייל ער גלייכט נישט די בלאט?, אדער אז איך בין א שטערקערע ארוני, ווייל איך ליין עס יא?? ניין! נאר וואס דען? איינער האט ליעב ארענדש און איינער האט ליעב עפל, און עס איז נישט קיין שום סתירה, און עס איז נאך נישט טייטש דערפאר אז די אנדערע איז נישט גוט, און עס איז גיט באקאנט, אזא א שטיק צייט צירוק, האבן טייל פון די הנהלה און וומסב"ג געוואלט האבן א קאנקערונט צום "דער בלאט", זענענן זיי געווארען זאליס דערמיט? ניין! ווייל און אזא גרויסע קהלה מוז נישט יעדער זיין איינשטומנוג מיט יעדעם, און דאס געפינט מען שוין און די תורה, יפקוד השם איש על הרחות

 

די מיינוגען וואס איך שרייב דא בדרך כלל, איז דאס וואס איך רעד ווען איך האב איבריגט צייט ביי קראה"ת ביים דאווענענן ביי רבינו שליט"א און ביי שלוש סעדות, און לויט די אפשאצונג פון מיר און מיינע חברים, איז דאס די מיינוג פון איבער א דריטל סאטמער, איך האף אז מען גייט נישט זיי נישט אלע אפסטעמפלן אלץ זאליס, ווייל אויב יא, וועט די רבי זיצען מיט זייער אסאך זאליס ביים טיש

איך קען גראדע פארשטיין א מהלך, אז אפילו אויב מען האט טענות אויף א סיסטעם, ליפערט מען עס נאך נישט אויס און פובליק, אבער און דעם איז אויך דא מיינוגס פארשידענהייטען



תוקן על ידי have_hope ב- 20/05/2011 23:21:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2011 03:49 לינק ישיר 

איך בין הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט דיר לגבי די סידו"ק מערכה, עס האט בכלל נישט אויסגעפעהלט, און אונז נאר מבזה געווען קבל עם ועולם!

נעקסטיים דארף מען שטעלן ביים רודער אביסל קליגערע מענטשן ווי קר"י קעפ...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2011 22:05 לינק ישיר 

have_hope כתב:
א קליינע דוגמה, איז די סידור קידושין אישו, 60 פראצענט סאטמער זאגט שוין היינט, הלוואי ווען מען הערט זיך ווען צי ר' געציל און אנדערע קליגע אידן, און מען הייבט ווען נישט אן די קאמף. נאר מען ערקלערט ווען גלייך, אז וויבאלד אז עס איז זיכער נישט און גלילות קען מען גארנישט טיען, און אנשטאט האט מען געפענט א פארלוירענע קאמף. מבזה געווען רבינו שליט"א איבעראל אז ער איז נישט בעה"ב ביי זיך און שטאט, בשעת ווען טאון אוו וואדברו איז ניטאמאל קר"י, און וואס האט מען היינט דערפון?? אז די זאליס קענענן שוין יעצט עפענענן זייער זאל אויף לארקין, און בקרוב ממש, וועט זיך דוד עקשטיין מאכען א חשבון, אז עס איז א שאד צי ספענדן די טיניט, צו אדווערטייזען יעדע איינציגע בני יואל חתונה, און די סידור קידושן אישו וועט מען לייגען או דער זייט און איין פאלדער מיט די דרשות קעגןקאשוי און באשלידיגען.............................. אז אדער זיי זענענן שולדיג און די דורכגעפאלענע מערכה 


העוו האופ איז שטראק אומצופרידן פון די "חשד" וואס מהאט אויף אים ארויפגעשמורט אז ער איז א פארטיי-שפילער, אין די צייט וואס ער האט בלויז "מיינונגס פארשידנהייטן" מיט געוויסע "היידפארק שרייבער", זאת ועוד, רוב היימישע אידן זענען מיט די טעמעס אזוי ווי אים.

אלזא לאמיר נעמען פון איין שטיקל 4 פאקטן, מעשי ידי אומן פון העוו האופ, און דערנאך וועלן מיר באשליסן ווער עס באצאלט אים די געהאלט:

----------

1) "הלוואי ווען מען הערט זיך ווען צי ר' געציל און אנדערע קליגע אידן, און מען הייבט ווען נישט אן די קאמף".

אויב זענט איר א תושב קר"י, א היימישער איד , וואלט איר געוויסט אז בלויז איין איד אין קרית יואל האט געוואלט פארשווייגן די זאך. ער הייסט דוד עקשטיין.

דער וואס האט אים באוואויגן אז דאס צו איגנארירן איז אומדערהערט עפ"י תורה, דאס איז הגאון הגדול דומ"ץ קר"י שליט"א. (דער קר"י'ער דיין'ס מיינונג איז געווען, אז יעדער וואס גייט צו אזא גע'אסר'טע חתונה, זאל נישט קענען האלטן זיינע קינדער אין די סאטמארע מוסדות!)

----------

2) וויבאלד אז עס איז זיכער נישט און גלילות קען מען גארנישט טיען.

אזוי זאגט העוו האופ, און ווער נאך? רוב אנ"ש. מיר הערן וואס איר זאגט...

1) די הלכה זאגט אנדערשט. 2) איך ווייס באמת נישט צו א דריטל בני יואל האלט אזוי...

----------

3) אנשטאט האט מען געפענט א פארלוירענע קאמף.

דהיינו? דאס אז מער ווי האלב בנ"י\זאליס מאכן היינט חתונה אין מאנסי\וומסב"ג, דאס איז א דורכפאל?

על כגון דא אמרו, מיט אזאנע דורכפעלער, ווער ברויך געווינסן.

----------

4) די זאליס קענענן שוין יעצט עפענענן זייער זאל אויף לארקין.

אצינד גיט א דריי מיטן פינגער: ווען עס זאל ווען פארשוויגן ווערן די פסולע חתונות, און גאנץ בני יואל וואלט דארט חתונה געמאכט, וואלט די לארקין זאל מיטאמאל געקענט אין באטראכט קומען. אצינד אז מען האט דאס געאסרט מיט א מערכה, און רוב שונאים ווילן נישט חתונה מאכן דארט, און די זאל אייגנטומער וויינען אויפן טאג וואס זיי האבן דאס געעפנט, אצינד איז שוין לארקין דא מיט א גרין לייט אויף "בקרוב ממש".

----------

אונזער טייערער חבר, איר זענט בארעכטיגט צו שרייבן וואס איר ווילט, און שפילן צו וועלכע פארטיי איר באגערט, אבער: נישט נעמען צום הארצן ווען מען אנטדעקט אייך. ס'איז א העכסט נארמאלע זאך.

הצלחה אויף ווייטער, ידידך FiveBoro.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2011 22:37 לינק ישיר 


fiveboro
דשאסט פאר די רעקארד, דער דיין האט ניטאמאל געזאגט וואס מען האט געוואלט הערן פון אים, דו ווייסט עס, איך ווייס, און יעדער ווייסט עס, און עס אינטערסאנט וויאזוי דו פראבירסט דא אויף היידפארק איבערצומאכן היסטאריע

פרט על הכלל כילו יצא, אז די ביסט נישט גערעכט מיט דיין תגובה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2011 23:19 לינק ישיר 

העוו האופ
האסט נאך האפענונג, האנדל דיך איין א נייע ניק, ווייל מיט די ניק האסטו שוין פארשפילט

וואס דער דיין האט געזאגט ברבים איז אירעלעווענט, במציאות איז ער געווען דער וואס האט געזאגט אז מען זאל עס נישט פארשווייגן.
און דאס וואס די שרייבסט אז יעצט קענען שוין די זאליס עפענען לארקין קאסט א לאך
ווייל מיר געדענקן נאך ווען פאר א יאר האבן זיי געשוואוירן אז אויף סיון תש"ע איז די זאל אפן, און מיר האלטן שוין א יאר שפעטער

יעצט א זייטיגע נקודה למחשבה אזוי מענינא דיומא
ס'איז לעצטענס נתחדש געווארן א מעשה אז די רבי ז"ל זאל האבן געזאגט אויף א ווארט פון מהרי"ץ דושינסקיא וועגן ל"ג בעומר אין מירון, זאל דער רבי האבן געזאגט אויף זיך כהאי לישנא "איך וואלט ווען אויך נישט געדארפט דארטן גיין" כאילו דער רבי זאל האבן נתחרט געווען אויפן גאנצן פארן קיין מירון צו רבי שמעון.
איך גיי נישט דא אריינגיין אינעם עומק הענין אבער סתם א נקודה
לו יהא אז די מעשה איז אמת, וואס לויט דעם קומט אויס אז דער רבי האט געהאלטן אז מען טאר נישט פארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר, בנוסף וואס דער רבי האט געהאלטן אז מען טאר נישט פארן קיין א"י (א מקור בכתב ביטע?), קומט אויס אז כהיום יום ווען 60 70 פראצענט סאטמארע אידן (פון אלע דריי פראקציעס) פארן אדער זענען שוין געפארן ל"ג בעומר קיין מירון, קומט אויס אז דער רבי האט באנקראטירט ח"ו?

צוריק צום נושא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2011 23:30 לינק ישיר 


בנוגע פארען אויף מירון,

מי לנו גדול כרה"ג ר זלמן לייב פליעפ שליט"א, וואס פלעגט כמעט יעדעס איינציג יאר פארען אויף מירון
איצט ווען זיי מאכען אזא טראסק "קעגן" פארען אויף מירון, בלייבט נאר איבער זיך צו וואנדערן, וואס זיי האלטן באמת, אויב טאר מען נישט פארען, פארוואס איז די דיין אלע יארען געפארן,? און אויב מעג מען יא פארן, וואס פשט פון די אלע כרוזים יום יום??

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2011 23:38 לינק ישיר 

העוו האופ
ברענג ארויס וואס נאך קרענקט דיר

כ'פארשטיי דארפסט דיך אריינשלעפן צו רוב פין די זאלי קאזינס חתונות ביז מאנסי אדער וומ''ס ווייל נאר די זשיהאדס ווילן דערווייל ניצן די יום החופה פין אייגענע קינדער צו שפילן מיט פייער, טראץ וואס א חתונה אין בני יואל קען מען האבען כמעט בחינם....

אבער פין פאליטישע שטאנפוקנט האט יעדער געשריגן מ'זאל נישט אנהייבן די מערכה
דער דיין שליט''א וועם רביה''ק - דער מיסד העיר האט געשטעלט אלס פוסק אויף די שטאט, האט אבער געפילט אן אחריות אין ארויס מגדרו אין מרעיש עולמות געווען אז מ'דארף טוהן וואס די תוה''ק פארלאנגט ע''פ פסקו פין רביה''ק ז''ל מיסד העיר ומרא דאתרא
אויף וויפיהל די תורה'דיגע מערכה זאל נאר האבען אויפגעטוהן איז עס א רחניות'דיגע געווינס,







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2011 23:39 לינק ישיר 

have_hope כתב:

בנוגע פארען אויף מירון,

מי לנו גדול כרה"ג ר זלמן לייב פליעפ שליט"א, 

_________________



זיין ברודער - ענקער פוסק מנשה פילאפ פין די צייטונג אין דער איד......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2011 23:42 לינק ישיר 
אברהם פרוליך

FiveBoro כתב:
מלך_מלפים, איך זעה יעצט אז די סייט "ככר השבת" האט אויך צוגעטראפן צום שקר פון בחדרי וואס איז אויסגעטראכט געווארן למפרע כדי צו געבן שטאף פאר די ארונים. האבן זיי אויך געמיינט אונז? אדער זיי האבן אייגענע פריוואטע חשבונות מיט פרויליך:



און נאכמער, איינער פון די מגיבים דארט האבן אויך מכוון געווען מדעתא דנפשיה אז פרויליך איז פון די הויפט קנאקערס ביי די טעראריסטן:

שהסיקריקים האלו ובראשם פרויליך וקלמנוביץ חולי הנפש ומוגי הלב ...



און חמת הדת די וואך, רימען זיי שטארק אויס פרוליך אלץ די שליח פון די קנאים און די ערליכע אידן און ירושלים

ווער עס גיט ארויס "חומת הדת" דארף מען דא נישט דערציילען, זעט אויס אז זיי האבן נישט געוויסט די נייעס  ביים ארויסגעבן די גלוין די וואך

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 00:01 לינק ישיר 


היראים - וואלן סח, איך האב באמת מער נישט געוואלט קאמענטירען און די נושא, איך זע אבער אז איך האב נישט קיין ברירה

++

עס האט יעדער געוויסט אז צום סוף וועט מען זיכען אויף ווען אנצושמירען די מערכה

אבער לאזטץ ארויס דעם דיין, ער איז דער איינציגסטער פון די אלטע גווארדיע וואס עס אונז נאך איבער געליבען און ער איז באמת גארנישט שולדיג, אביסל מענטשליכקייט מעג מען האבן, ער האט גענוג געטריי געדינט אלע יארען

_________________




תוקן על ידי have_hope ב- 23/05/2011 00:05:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 00:08 לינק ישיר 

אז די רעדסט שוין יא פין א דורכגעפאלענע מערכה
וועל איך דיר געבן א בעסערע משל וואס אפי' דיינע זאלי חברים וועלן מודה זיין (פארשטייט זיך: ווען איך הער נישט)

געווען איז עס ווי שונאי סאטמאר האבען זיך געהויבן די קעפ
אז רז''ל איז געקומען אויף וומ''ס אין ס'האט אויסגבראכען א ריזיגער פייער אין סאטמאר
וואס האט אטאמאטיש ציבראכען די כח פין סאטמאר
אין זיי האבען געקענט גרינדען די עירוב אין וומ''ס נגד פסק פין רביה''ק ז''ל
(עס איז כדי צו באמערקן די באקאנטע פאקט אז די מיסדי העירוב זענען געוען פין די גרעסטע שטיצער צו ברענגן רז''ל קיין וומ''ס אין זענען געווען די ערשטע צו ווערן מעמבערס אין סאטמאר זינט די מחלוקה,
עטליכע יאר שפעטער ווען די עירוב מערכה האט זיך אנגעהויבן האבען זיי אפי' געצייגט פאר יעדן זייער קהלישע ביללס)

דער גרויסער חכם וואס האט נאך דעמאלטס פראבירט צו שפילן פרומער האט געוואלט גיין א שריט ווייטער ווי נארמאל
אין געמאכט א נייע חוב קדוש אז מ'דארף שיקן די בחורים אין יונגעלייט שבת נאכמיטוג אין די גאסען נאכשרייען פרויען אין מיידלעך וואס טראגען מיטן עירוב אין האבען אריינגלייגט זייער עצת בלעם אינעם מצות מחאה ה''י
(מ'רעדט נישט דא פין הוכיח תכיח, מ'רעדט פין נאכשרייען אלס מחאה...)
די ניגון איז דעמאלטס געגאנען אז אזוי וועט מען אפשטעלן דאס טראגען אין ווייזן אז לא אלמן ישראל, סאטמאר האט נאך אלס א כח..

יעדער געדענקט די ערשטע פאר וואכען וואס פאר א חילול ד' די געשלעגן אויף די וומ''ס גאסען האבען אפגעקאסט, וויפיל ארעסטן אין חילול שב''ק עס איז פארגעקומען צווישן ענקערע בחורים אין שב''ק,
די גרויליגע התנהגות פין ענקערע בחורים פלעגט אזוי אנהאלטן וואך נאך וואך אין האט זיך פאר גארנישט אפגעשטעלט, בחורים פלעגן ארומרינגלען פרויען אין מיידלעך אין שרייען מות יומת וכדומה
אמאל האט אפי' א מקנא קנאות הנציחון געריסן א שייטל פין א פרוי אויף ראטליזש סט' ווייל זי האט געשטופט א קעריזש..... אין נאך ענליכע גרויליגע מעשים וואס איז עקעלדיג צו באשרייבן

עס האט גענומען א שטיק צייט אין די טאטע'ס האבען געזוהן וואס מ'טוט מיט זייערע קינדער
היינט צו טאגס אפי' מ'מאכט מעכטיגע אסיפות אין ויואל משה יערליך צו העצן די יוגנעט צו באנייען די חוב קדוש פין נאכשרייען, איז אבער נישטו מער ווי עטליכע י' צ' מיט כ' פין קווינס וחבריו וואס פאלגען

אפגערעדט אז די שמיציגע מערכה האט נישט אפגעהאלטן די אלע וואס האבען געוואלט טראגען
ווייל זיי האבען געפיהל אז זיי האבען די טראסט אין זייערע דיינים וואס האבען זיי ג'פסקנ'ט אז מ'מעג טראגען
(זעהט אויס אז זייערע דיינם זענען נישט קיין ליצים אין טוישן נישט זייער מיינונוג יעדע מאנטוג אין מיטוואך)

די גרעסטע שפיל איז א ענקערע רבנים וואס העצן די יוגענט נאכצושרייען אלס חוב קדוש, זיי אליין שפילן שיינע יודן אין טינקן זיך נישט די הענט אין שמיציגע וואסער..... אין שרייען נישט

דאס איז טיישט פארשינקענע פיש געגסן אין פין שטאט געפלויגן
ליידער טראגען היינט די פרעמדע קהילות אין די מאסען, די מערכה האט ניש געהאט קיין 1% סוקסעס
עס האט נאר געוויזן פאר די גאס די חינוך וואס מ'צוהט אויף ענקערע בחורים
אין ווי די עצת בלעם קען ווערן אזא חוב קדוש ה''י




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2011 00:11 לינק ישיר 

מיינע ידידים, ביטע נישט קאמענטירן אויף העווהאופ.

מיר ווייסן וואס ער וויל, און ער האט די רעכט צו פרובירן שפילן אליינס, בינו לבין עצמו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2011 00:19 לינק ישיר 

have_hope כתב:

היראים - וואלן סח, איך האב באמת מער נישט געוואלט קאמענטירען און די נושא, איך זע אבער אז איך האב נישט קיין ברירה

++

עס האט יעדער געוויסט אז צום סוף וועט מען זיכען אויף ווען אנצושמירען די מערכה

אבער לאזטץ ארויס דעם דיין, ער איז דער איינציגסטער פון די אלטע גווארדיע וואס עס אונז נאך איבער געליבען און ער איז באמת גארנישט שולדיג, אביסל מענטשליכקייט מעג מען האבן, ער האט גענוג געטריי געדינט אלע יארען

_________________




תוקן על ידי have_hope ב- 23/05/2011 00:05:10




ענק זענען טאקע געבליבן מיט גאנצע געווארדיע
אנגעהויבן ביי שלמה יענקל, מנשה פילאף, הרב טעננבוים גענדיגט ביי יודעלע וויינשטאק אין אפי' מיט יוסל וואלדמאן.......

שטאלציר מיט ענקער געווארדיע

אויב רעדסטו פין דיינים ומוצי''ם, וואס זענען געווען דיינים פאר די פאליטיק זענען ענק מיט קיינעם נישט געבליבן חוץ די וואס פלעגן באקומען פעיראל פין וומ''ס קהל אויף וואס ענק האבען זיך משתלט געווען - די זעלבע וועלכע רוב פין זיי האבען קיינמאל נישט געהאט  קיין גיט ווארט אויפן ברך משה ז''ל (איידל גערעדט..)
סאטמאר האט בשנת תשנ''ט שוין געהאט איבער 10 דיינם אין מוצי''ם,
אין דאס אז די זאליס האבען צאמגענומען זייערע דיינים ומוצים וואס זיי האבען געהאט אין האבען  באשלאסען צו שפילן ''בית דין'' מיט א''ג חברי ביד''ץ מאכט גארנישט גרעסער ענקערע מוצי''ם אפי' מיט די פורים טיטול ''חבר ביד''ץ דק....''
ניטעמאל האט די בית דין א מינומום רעספעקט אפי' ווען זיי וואלטן ווען יא געהאט די זכי' צו האבען 1 דין תורה וואלט עס נישט אויסגעקוקט בעסער ווי די קאראפטירטער משפט שלום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2011 00:21 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
מיינע ידידים, ביטע נישט קאמענטירן אויף העווהאופ.

מיר ווייסן וואס ער וויל, און ער האט די רעכט צו פרובירן שפילן אליינס, בינו לבין עצמו.


גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2011 13:05 לינק ישיר 
דא האסטו


have_hope כתב:
גערעכט
אפשר לייגסטו ארויף דעם בריוו

_________________




תוקן על ידי גערעכט ב- 23/05/2011 14:01:24




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שליח פון אטיק & טייטלבוים קא. א. פרויליך אין כנסת המינים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.