בית פורומים כל העולם כולו

שליח פון אטיק & טייטלבוים קא. א. פרויליך אין כנסת המינים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/5/2011 19:48 לינק ישיר 


איך האב נישט געבטען די בריוו, א צווייטער האט עס געבעטן, ממילא שיק עס ווייטער

__

צום נושא פון תו"א, כמעט יעדער וואס עס איז שוין געווען א בר דעת ווען די מחלוקה צווישן תו"א און תוא"י איז פארגעקימען, געדענקט די אלע שגץ שטיק וואס עס איז פארגעקימען דעמלאטס, מען קען נישט נישט אזוי שנעל, און אזוי פרי איבער שרייבען היסטאריע, עס טוט נאר בעקפייערען, און עס וועט האבן אזא פנים ווי פארמעגליך מיט זיינע ארטיקלען,

און יעדער פארשטייט אז א בריוו פון די עדה איז כמעט גארנישט ווערט, פאר די זעלבע סיבה וואס זיי האבן נישט געהייסן די זאליס ארויסגיין פון קארט און בני ברק, ודו"ק

מיין מיינוא איז, אז מען דארף פארגעסן פון די מחלוקה, ווייל סוכ"ס איז די מחלוקה נישט געווען קעגן אונז, און פאקטיש איז ער פון די גרעסטע קהילות, דארף מען זיך נישט קריגען מיט אים, אבער דאס מיינט נאך נישט אז דאס וואס דארט איז פארגעקימען איז נישט ענליך צו וואס עס איז פארגעקימען און סאטמער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 20:01 לינק ישיר 

אוו אופ

עס וואלט מיר געווען אינטערסאנט וועלכער בעל פלוגתא וואלט נישט געטאנצט אין די גאסן מיט אזא בריוו, אויף דעם אויפו קענסטו אוועק מאכן אלע דין תורות מימות יהושע בן נון, טו נאר א קוק קעגן וועמען דו טרויעסט זיך צו שרייבן, קעגען הגאון הגדול ר' ישראל יעקב פישר זי"ע, הגאון הגדול ר' בנימין רבינוביץ זי"ע, הגאון הגדול ר' אברהם דוד הורביץ זי"ע - ולהבחל"ח, הגאון הגדול ר' משה שטערנבוך שליט"א.

יא מיסטער, עס איז געוועהן א שמוציגע קאמפיין קעגן תולדות אהרן, בערך אזוי וויא קעגן רבינו שליט"א, בערך אזווי אתרא קדישא פירט יעצט אהן דא און דארט, תולדות אהרן האט געהאט איין איינציגן 'חטא' - יא איין היינציגן חטא, זיי האבן נישט געוואלט ר' ש"י אלס רבי, א שרעקליכע זינד, דו תו"א חסידים האבן נישט געוואלט מסכים זיין מיט א חלק פון ברוקלינער אידן - צו נעמען ר' ש"י אלס רבי, די אלע איבעריגע, איז די זעלבע סארט חטאים קעגן דבינו שליט"א.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2011 20:06 לינק ישיר 


ווי וואלןסח האט שוין אויבן געשריבען, די רבנים זענענן באמת ת"ח גאונים וצדיקים וישרי לב, אבער די קאמפאני איז קארעפטירט, נאך א זאך,

עס איז נישט געווען קיין קאמפיין קעגן תו"א,
נאר עס עס איז אנגעפירט א  קאמפיין דורוך תו"א,

כאפסט די חילוק? דאס איז די מציאות,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 20:19 לינק ישיר 

זאג מיר אוו אופ

וויא אלט ביסטו געוועהן דעמלטס? עס וואלט געפאסט אז דו האסט אנגעפולטע ביכער מיט די היסטארי פון דעם טיילונג פון תו"א.

תו"א רבי זי"ע האט איבער געלאזט א צוואה, דער בית דין פון די העדה החרדית, האט חוקר ודורש געוועהן די צוואה, דער בי"ד האט מאשר געוועהן די צוואה, און רוב מנין ורבו בנין פון תו"א חסידים האבן מקבל מרות געוועהן פון דעם צוויטן זוהן ר' דוד שליט"א - פון דא און ווייטער מעגסטו אליין פארשטיין - אז דער צד השני האט נישט געוואלט בלייבן אין זייט און שווייגן, און וואס קלאפט נאך בעסער - וויא דער "נרדף שפיל"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2011 21:46 לינק ישיר 

א שנעלע סך הכל וואס קומט מיר ארויף אפען זיכרון, איבער וואס תולדות אהרן האט אלס געטאן קעגן סאטמאר.

1) זיי לייגן נישט קין מודעות אין דער בלאט, נאר אדרבה ווען איינמאל האט א נדבן אריין געלייגט א מודעה פון תולדות אהרן אין דער בלאט, האבן זיי געלייגט אין דער איד אן הכחשה אז ח"ו זיי זענען נישט עובר אפען איסור חמור פון מרן בעל ברך משה...

2) אבער... אפאר וואכן שפעטער, ווען זיי האבן געמאכט זייער אבן הפנה פאר זייער נייע בילדונג האבן זיי געמאכט א דשורנאל ווי זיי האבן אריין געלייגט מזל טוב פון בני יואל, חרדים וכו', דעמאלס איז נישט גילטיג געווען די איסור פון בעל ברך משה...

3) תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז ר' ישראל חיים מנשה זאל ווערן גאב"ד אין ירושלים.

4) תולדות אהרן האט דעמאלס אראפ געשלעפט דעם אלטן ר' נפתלי ראזענפעלד, וואס האט שוין נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער געפינט זיך, צו קענען שטימען פאר ר' ישראל חיים מנשה התמנות.

5) תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז מען זאל ארויס ווארפען ר' נחמן יאקאב פון די עדה.

6) תולדות אהרן האט געשטעלט דעם אכזר עקשטיין, ארויס צו פארן אויף אמעריקא גיין נאך געלט פאר די עדה החרדית מקפח זיין די פרנסה פון ר' נחמן יאקאב, - די סוף זיינע איז געווען ביטער ווען ער האט געכאפט א סטראוק.

7) תולדות אהרן רבי האט געפירט א שבת אין קרית יואל פאר אלע שונאים ומושחתים, טראץ וואס מען האט אים געבעטען אז ער זאל נישט קומען.

8) תולדות אהרן רבי איז דער זנב פון יחזקאל בראך, און טוט אלע וואס ער הייסט אים.

9) תולדות אהרן רבי איז געוקמען באזיכען רבינו שליט"א נאכן באזיכען דעם מישמאשער, און געקומען 2 שעה שפעטער ווי אפגעשמיסט.

10) תולדות אהרן רבי קומט יעדעס יאר אויף ווילי, אין דאווענט אינעם גע'גנב'טען ראדני ביהמ"ד.

11) ווען רבינו שליט"א איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געשיקט בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאסמבורג שליט"א צו טיילן געלט פאר אלע מוסדות על טהרת הקודש, האט תולדות אהרן געזאגט אז זיי נעמען נישט פון די געלט, און אוודאי קען ער נישט קומען באזיכען, ווייל יחזקאל בראך און מעכיל שלעזינגער לאזן נישט.

12) פאר 8-9 יאר צוריק ווען אין ר' דוד עקשטיין איז געגאנגען זאגן א גוט שבת פאר תולדות אהרן רבי ווען ער איז געווען אין ראדני, און מען האט אים צושלאגען פאר זיין נאז, איז ער געשטאנען אין געשמייכעלט, טראץ וואס ר' דוד עקשטיין פלעגט זיין פון זיינע גרויסע שטיצערס.

13) תולדות אהרן פלעגט זיצן און מאכן פאשקאווילען מיט יצחק ווייס און נחום אטיק ווי אזוי צו פיקסען סאטמאר.

אזוי איז דא נאך אין נאך שאי אפשר לפורטם.

איך האב ארויס געברענט די נקודות נישט אז סאטמאר צוקארצט זיך פון תולדות אהרן, עס איז נישט דא איין אהרוני וואס שלאפט נישט ביינאכט ווייל תולדות אהרן איז מוחרם אין סאטמאר, סאטמאר האט גארנישט וואס צו דערלייגען פון מחרים זיין תולדות אהרן, עס איז פארקערט, תולדות אהרן דארף פון סאטמאר געלט געלט געלט, טא איז מען פטור פון אפאר 100 ירושלימער שנארערס.

נאר וואס איז געשעהן די לעצטע יאר, תולדות אהרן זענען געשלאפען אין איין בעט מיט די עקעלדיגע מצורעים שונאי סאטמאר, די זאליס, יצחק ווייס נחום אטיק, סיקרוקין, ווי זאגט די וועלט אז מען שלאפט מיטן קעציל אין בעט סוף כל סוף וועט ער דיך צו גראטשנען.

און דאס האט פאסירט, די שלעכטע מענטשן, ווען זיי האבן אפגעמאכט אז תולדות אהרן פאלגט זיי נישט 100 פארצענט האבן זיי זיך גענומען צו די ביינער פון תולדות אהרן, די זעלבע קאמפיאטערס וואס האבן געמאכט די פאשקאווילען קעגן סאטמאר, האבן אנגעהויבען צו קאנאקען פאשקאווילען קעגן תולדות אהרן, און זיי ניצן אלע כוחות צו באשמיצען תולדות אהרן.

אזוי ווייט כאפט אייך גוט אן...!

תולדות אהרן האט אריין געלייגט באהאלטענע ווידיאו אפאראטען אינעם אפיס פון יצחק ווייס, אטיק, טייטלבוים, פאר איבער א יאר צייט, - אנשטאט וואס די אהרונים וואלטן עס געדארפט טאן - און זיי האבן געכאפט די חברה ביי די ארגסטע רח"ל, תולדות אהרן האט מיט די סחורה אין די האנט געסטראשעט די זאליס אז יצחק ווייס מיז פליען, אז נישט געבן זיי ארויס די הייסע סחורה וואס זיי האבן אויף אים, ובפרט די איבער 50 טעלעפאן קאלס ווי ער רעדט מיט זיין חבר ר' חיים הערש טייטלבוים, עס האט נישט גענומען 2 טאג, און יצחק ווויס איז געפלויגען ווי א הינט פון דער איד...!

איצט קומט תולדות אהרן צו לויפען צו סאטמאר אז מען זאל זיי העלפען, סאטמאר זאגט ברוך שפטרני מיר האבן נישט געוויינט נאך אייך ווען איר האט געטרעטן אויף אונז, איז איצט וועלן מיר שטיין אין אין די זייט און הנאה האבן ווי עס רייסט זיך ביי די קעפ מיט די זאליס אטיק וכת דילי'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2011 21:58 לינק ישיר 

איך גראטוליר 'פאפיטעס' פארן אראפלייגן די פארלאפענע פאקטן זייער אמת'דיג און ריכטיג.

בנוגע צו תולדות אהרן ברויך בלייבן מוחרם לעולם ועד, דאס וועט מען דן זיין ווען אלע פון זיי וועלן אמת'דיג זוכן א וועג ארויס פון די זאלונישע שמוץ, איך מיין אז מען האלט נאכנישט דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2011 23:05 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:
WOW WOW WOW!!!

יעצט האב איך שוין צוויי מוחזק שקרנים וואס זאגן די זעלבע זאך, איטס געטינג בעטער ביי די מיניט, פריער האב איך נאך געהאט א ספק צו סאיז אמת

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 17/05/2011 21:19:17



 
אינעם חומת הדת די וואך ווערט שטארק אראפגעלייגט די הייליגע פעולות פון פרויליך און עמטליך באטיטעלט אלס שליח אתרא קדישא, אפשר זענען זיי די דריטע מוחזק שקרנים אינעם בילד???

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 01:47 לינק ישיר 

אינעם גליון "עשה אותה נקי'" (גליון ד') יו"ל ע"י תולדות אברהם יצחק, זענען זיי מגנה פעולות וואס זענען געטוהן געווארן ביום ל"ג בעומר מבזה צו זיין כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א, און זיי שרייבן אז ס'איז דא (...) וואס פרובירן צו שטערן און מבטל צו זיין דעם נייעם מהודר'דיגן און העכסט אויסגעהאלטענסטן וועג וואס איז געבויעט געווארן אין אתרא קדישא מירון כיפין ע"ג כיפין. שלא כדרכם גייען זיי אביסל אריין אין מגנה זיין זייערע מתנגדים, און זיי ברענגען אראפ מדב"ק פונעם תוא"י רבי'ן שליט"א נאכן פירוד לאחר פטירת אביו הגה"ק זצ"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 10:57 לינק ישיר 
פאפיטעס שרייבט

שנעלע סך הכל וואס קומט מיר ארויף אפען זיכרון, איבער וואס תולדות אהרן האט אלס געטאן קעגן סאטמאר.

1)
זיי לייגן נישט קין מודעות אין דער בלאט, נאר אדרבה ווען איינמאל האט א נדבן אריין געלייגט א מודעה פון תולדות אהרן אין דער בלאט, האבן זיי געלייגט אין דער איד אן הכחשה אז ח"ו זיי זענען נישט עובר אפען איסור חמור פון מרן בעל ברך משה...

1.א) דער צד השני של המטבע: עס איז קיין שום עוולה, ביי א מחלוקת – און נישט קיין נפקא מינה וואסארא מחלוקת, זיך צי האלטן פאסיוו, תולדות אהן מיטן נישט אריין לייגן עד'ס אינעם בלאט, האט זיך געפירט "בשב ואל תעשה עדיף" – עס בפירוש נישט פון די אויפגאבעס פון תו"א צו גיין נאכקוקן די חתימה פונעם ברך משה זי"ע, וואלט דער בלאט גהעאט אביסל שכל – און נישט זיך געיאגט, וואלטן געהאט אביסל געדולד, נישט גלייך נאכן ערשטן – צווייטן וואך געפנט א פראנט קעגן תו"א, מיט די צייט וואלט זיך תו"א נישט געקענט מתעלם זיין פונעם בלאט – נישט געקענט מתעלם זיין פון אזא גרויסן ערליכן ציבור, נישט געקענט זיך שטעלן איינזייטיג.

נאר "פחז כמים" – וויא נאר דער בלאט איז ערשינען, האט תו"א געדארפט תיכף ומיד, אנהויבן צו אדווערטייזן, נישט זיי לאזן בכלל זיך איבער טראכטן, א מינוט – עס זענען דא נאך פראבלעמען דא, לאז א אטעם כאפן – וויא לויפט איר – פאוואליע, ניין – וועט אירש וין יעצט אריין געבן עד'ס איז אוקיי, אז נישט ביזטו מיין שונא – אין מיר וועלן עפענען שוין א מלחמה קעגן ענק – וכך הווה

חברים טייערע, פון יעדן אספעקט וואס מיר וועלן דאס קוקן, וועלן מיר שטענדיג ווערן או געקלאפט פירסט "תו"א לייגט נישט קיין עד'ס אין בלאט" – מיט דעם הייבט זיך דאס אהן, און מיט דעם וועט זיך דאס ענדיגן, ווען תו"א וועט בעז"ה אריין לייגן עד'ס אינעם בלאט, וועלן זיי ווערן אונזערע בעסטע פריינד.

בכל אופן האבן מיר אהרוינים מיט די אייגענע הענט האפ געסטעמפלט תו"א אלס אונזערע שונאים, אין יעדן געלגנהייט האט דער בלאט געזוכט וויאזוי צו מאכן חויזיק פון תו"א, געזוכט שטענדיג פון אונטער דער ערד, חסרונות – און מער וויא איינמאהל געשריבן גרויליגע שקרים, ו "שמחת בית התועבה" יוכיח.


2)
אבער... אפאר וואכן שפעטער, ווען זיי האבן געמאכט זייער אבן הפנה פאר זייער נייע בילדונג האבן זיי געמאכט א דשורנאל ווי זיי האבן אריין געלייגט מזל טוב פון בני יואל, חרדים וכו', דעמאלס איז נישט גילטיג געווען די איסור פון בעל ברך משה...

 

2.א) ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.

(בכל אויפ וואלט איך געוואלט זעהן א קאפי פון דעם, איך געדענק נישט נישט אזא מודעה, אין די קומענדיגע פארגארפן דיינע, זענען דא פיל מיט שקרים, אזוי – אז איך וואלט געמעגט טראכטן אז אויך דער פארגראף פון די בני יואל איז שקר, ביב דו וועסט ברענגען א קאפי)


3)
תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז ר' ישראל חיים מנשה זאל ווערן גאב"ד אין ירושלים.

3.א) דער תו"א רבי, איז געוועהן דער הערשטער וואס האט מציע געוועהן צי ברענגען הגאון הגדול ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א, צי די העדה החרדית, ווען דאס האט זיך לכתחילה נישט אויס געארבעט, איז דער נאמען פון ר' יחמ"פ, ארויף אויפן טיש – יא און תו"א האט געפאשט און איז געוועהן דערפאר, איז וואס? ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.

4)
תולדות אהרן האט דעמאלס אראפ געשלעפט דעם אלטן ר' נפתלי ראזענפעלד, וואס האט שוין נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער געפינט זיך, צו קענען שטימען פאר ר' ישראל חיים מנשה התמנות.

4.א) איז וואס? ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.


5)
תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז מען זאל ארויס ווארפען ר' נחמן יאקאב פון די עדה.


5.א) שקר וכזב, לא דובים ולא יער – ואפילו משל לא היה, עס איז פשוט נישטא אזא מציאות, ארויס ווארפן א חבר הנהלה, על לא עוול בכפו, עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס מען זאל אים ארויס ווארפן


6)
תולדות אהרן האט געשטעלט דעם אכזר עקשטיין, ארויס צו פארן אויף אמעריקא גיין נאך געלט פאר די עדה החרדית מקפח זיין די פרנסה פון ר' נחמן יאקאב, - די סוף זיינע איז געווען ביטער ווען ער האט געכאפט א סטראוק.

6.א) שקר וכזב, לא דובים ולא יער – ואפילו משל לא היה, ר' נחמן יאקאב שליט"א, אלס איינער וואס גייט מיט אונז, האט וויא פארשטענדליך נישט געקענט מער גיין נאך געלט ביי די זאליס, האט די העדה החרדית געשיקט עקשטיין, וואס האט דאס מיט תו"א? זעראו – אבי געזוכט צו שיסן.

7) תולדות אהרן רבי האט געפירט א שבת אין קרית יואל פאר אלע שונאים ומושחתים, טראץ וואס מען האט אים געבעטען אז ער זאל נישט קומען.

7.א) תו"א האט געפירט א שבת אין קרית יואל, מען האט געבעטן רשות פון די קהילה – און פון רבינו שליט"א, און תשובה איז נישט געקומען, נישט אויף יא – און נישט אויף ניין, מען האט זיי ארום געשלעפט א גאנצע וואך מיט תשובה, ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן


8)
תולדות אהרן רבי איז דער זנב פון יחזקאל בראך, און טוט אלע וואס ער הייסט אים.

8.א) יחזקאל בראך איז היינט צו טאג שטיצער נומבער 1 פאר תו"א, יחזקאל בראך האט פארן נייעם בנין פון תו"א אין ירושלים, שוין אוועק געלייגט איבער 3.5 מיליאן דולר, רוף דאס 'ראש'  אפילו זנב, מיר זענען נישט בעסער פון תו"א, לאמיר זעהן וויא מיר וועלן זיך פירן מיט אזא ספונסער.

9)
תולדות אהרן רבי איז געוקמען באזיכען רבינו שליט"א נאכן באזיכען דעם מישמאשער, און געקומען 2 שעה שפעטער ווי אפגעשמיסט.

9.א) שקר וכזב, דער בלאף ווערט אלס איבער געחזר'ט, אויך און דעם אשכול ווערט דאס דערמאנט, איך האב זיך נישט געפוילט, און מברר געוועהן, וואס עס איז פארגעגאנגען יענעם פרייטאג, באלד וויא דער תו"א רבי איז געקומען קיין קרית יואל דאנערשטיג נאכט, האט האט מען אנגערופען בבית רבינו שליט"א, ווען דער תו"א קען אריבער קומען צו רבינו, וויא עס פאסט צו באזוכן צום הערשט דעם מרא דאתרא, פון רבינו שטוב האט מען אלס געזאגט אז מען קען נישט יעצט, מעיבי שפעטער, אזוי האט מען זיי אלס געשלעפט.

די מטרה פונעם שלעפן איז געוועהן אז מען זאל נישט דארפן ענפערן תשובה וועגן דעם שבת, וואס תו"א האט געוואלט צו פירן אין ק"י.

אזוי איז געוועהן א 'פינג פאנג' א גאנץ פרייטאג, באלד נאכן דאוונען פרייטאג אינדערפרי, האט מען געקאהלט לבית רבינו, ווען דער תו"א רבי קען אריבער קומען, און אלס איז געוועהן די זעלבע תשובה, נאכנישט – נאכנישט, ביז ממש פארן זמן, האט מען שוין נישט געקענט זיך מער ארום שפילן, האט מען סוף סוף מאשר געוועהן אז מען קען אריבער קומען, ווען דער תו"א רבי איז געקומען, איז ער אויך נישט גלייך אריין געלאזט געווארן, ווייל עז איז 'פונקט' געוועהן דעמלטס ביי רבינו שליט"א עפעס א יונגערמאן מיט זין בר מצווה בחור, נאך 10 מינוט ווארטן, איז דער תו"א רבי אריין געלאזט געוורן צו רבינו שליט"א, מאכן מיר זיך נישט קיין שונאים מיט די אייגענע הענט?

10)
תולדות אהרן רבי קומט יעדעס יאר אויף ווילי, אין דאווענט אינעם גע'גנב'טען ראדני ביהמ"ד.

10.א) דער תו"א רבי שליט"א, וויא זיין פאטער בעל דברי אמונה זי"ע, דאווענט אלע יארן אין ראדני ביהמ"ד, עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ער זאל נישט גיין דארט מער, ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן

11)
ווען רבינו שליט"א איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געשיקט בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאסמבורג שליט"א צו טיילן געלט פאר אלע מוסדות על טהרת הקודש, האט תולדות אהרן געזאגט אז זיי נעמען נישט פון די געלט, און אוודאי קען ער נישט קומען באזיכען, ווייל יחזקאל בראך און מעכיל שלעזינגער לאזן נישט.

11.א) זאג מיר נאר וואסאר פנים האט דאס צו גיין בעטן געלט, אויף דעם סארט אויפן, איך פארשטיי אז די וואלסט געוואלט שרייען 'א באנדע חזירים תו"א – ווען עס קומט צו געלט זענען זיי שוין דא' – אוקעי, זיי האבן דיר נישט געוואלט מהנה זיין מיט דעם – טו וואט?

12) 
פאר 8-9 יאר צוריק ווען אין ר' דוד עקשטיין איז געגאנגען זאגן א גוט שבת פאר תולדות אהרן רבי ווען ער איז געווען אין ראדני, און מען האט אים צושלאגען פאר זיין נאז, איז ער געשטאנען אין געשמייכעלט, טראץ וואס ר' דוד עקשטיין פלעגט זיין פון זיינע גרויסע שטיצערס.

12.א) טיפשות – רשעות – שקר וכזב, קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס האט ער געדארפט צו לאכן? ביזטו אינגאנצן פון קאפ געפאלן, מיינסטו אז איינער וועט דיר גלייבן דיינע טיפשות'דיגע בלאף? נישט מער און נישט ווייניגער, וויא ר' דוד – האט זיך ממש געפריידט, ווען מען האט צו מקל'ט דוד עקשטיין די ביינער?

יעצט פאר איאהר צוריק בערך, איז  ר' דוד עקשטיין געועהן אין ירושלים עיה"ק, פרייטאג צו נאכט איז ער געועהן אין תו"א, מען האט אים שיין אויף גענומען, עס שטימט ממש מיט דיין שיינע געבאקענע מעשה.


13)
תולדות אהרן פלעגט זיצן און מאכן פאשקאווילען מיט יצחק ווייס און נחום אטיק ווי אזוי צו פיקסען סאטמאר.

13.א) נישט אמאהל ווערד א תגובה, יצחק ווייס? ווער איז דאס בכלל, עפעס א גרויליגער ראצער, איך וואלט געוואלט מיינען, אז דער תו"א רבי פלעגט זיצן ביי יוסף90, און געשריבן מיט אים פאשקעווילן – אוח אוח..


אזוי איז דא נאך אין נאך שאי אפשר לפורטם.

איך האב ארויס געברענט די נקודות נישט אז סאטמאר צוקארצט זיך פון תולדות אהרן, עס איז נישט דא איין אהרוני וואס שלאפט נישט ביינאכט ווייל תולדות אהרן איז מוחרם אין סאטמאר, סאטמאר האט גארנישט וואס צו דערלייגען פון מחרים זיין תולדות אהרן, עס איז פארקערט, תולדות אהרן דארף פון סאטמאר געלט געלט געלט, טא איז מען פטור פון אפאר 100 ירושלימער שנארערס.

סאטמאר דארף נישט תו"א? – פיין, משכנות הרועים דארפן זיי? אפשר קרעטשניף? מאך זיך נישט צו נער, תו"א איז היינט צו טאג די גרעסטע היימישע קהילה אין ארץ ישראל, מיר וואלט זיך זייער געפריידט ווען זיי וואלטן געוועהן מיט אונז.

קוק נאר וויא דו ביזט זיך סותר, ווען רבינו שליט"א איז געוועהן און ארץ ישראל, שרייבסטו אז "אב"ד קהילותינו וויליאמסבורג, האט געטיילט געלט, קענסטו מיר אפשר זאגן וואס עפעס פלוצלונג האט מען געטיילט געלט? ודוק'

תו"א דארף טאקע צו האבן געלט, זיי דארפן אסאך געלט, ווער דארף נישט? מיר דארפן נישט קיין געלט, זענען מיר שוין מסודר מיט אונזערע אלע מוסדות און בתי מדרשים אין וויליאמסבורג? – יא אלע דארפן געלט – אויך תו"א – און אויך סאטמאר, נעם נאר אין באטראכט, אז תו"א גייט שוין אן באלד 15 יאהר – אן אונז – אן סאטמאר, זיי געבן זיך אן עצה, זיי האבן אוועק גשטעלט א פראכטדיגן בנין – פון קרוב צו 20 מיליאן דאלאר, אן סאטמאר.


.................




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2011 19:42 לינק ישיר 

במחילת כבודו פון הרב גערעכט:

איר האט דא אראפגעלייגט א יסוד, וואס אויף דעם יסוד באציהט זיך אלע איבריגע סעיפים.

וואס איז דער געוואלדיגער יסוד?

(מיין בענקל וואקלט זיך איבערשרייבנדיג דעם הסבר:) אז דאס וואס תו"א האט אריינגעלייגט עדס בלויז אינעם שמוציגן איד און נישט אין בלאט, איז פשוט כדי צו שטיין ווייט פון מחלוקות. זיי האבן פשוט געשפורט אז אויב ווילן זיי זיך נישט מישן, איז דער בעסטער וועג אז זיי נעמען אן פאר א פאקט די ליצנות פונעם איסור אויפן בלאט, און אין די זעלבע צייט וועלן זיי ווייטער יא לייגן עדס אינעם שמוציגן איד.

אטע דאס האבן זיי געטוהן זוכנדיג נוטראליזים.

א שיינע דערהער, אבער מיר זענען אביסל קלוגער פון דעם! וכיון שנסתר היסוד נפל הבנין.

זאת ועוד, איר שרייבט אז דער בלאט האט אנגעהויבן א "געאיילטע מערכה" מיט תו"א. אין פאקט האט דער בלאט געהאט אזא פאליסי אלעמאל, אז יעדער מוסד וואס לייגט נישט קיין עדס ווערט נישט געדעקט. כ"ש א מוסד וועלכע לייגט עדס נאר אינעם שמוציגן פאשקעוויל.

אויסער וואס דאס איז שכל'דיג אויסגעהאלטן, איז דאס א אנגענומענער ביזנעס חשבון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2011 20:07 לינק ישיר 

פייו

דארפסט נישט לערנען בעמקות וואס איך שרייב, לייג נישט קיין הנחות, און מאך נישט קיין עקירות.

תו"א האט זיך אין זיינער צייט, ווען דער בלאט האט זיך געעפנט, געפונען אין א קלעם, זיי זענען געוועהן בין הפטיש לסדן, פון איין זייט קענען זיי זיך נישט מתעלם זיין פון אזא גרויסן ערליכן היימישן ציבור וויא סאטמאר, א ציבור יראים ושלמים, וואס האבן נישט געוואלט נאכטאנצן דעם משתלט על הציבור, און האבן געעפנט א צייטונג פאר זיך, תו"א איז אין זיינער צייט געוען וויא געזאגט און מוירעדיגן פרעשור, וויא קענען זיי - נישט אריין צו לייגן עד'ס אינעם בלאט.

מאידך גיסא, זענען וויא באוואוסט – און אויבן דערמאנט, אונזערע גרעסטע שונאים, תו"א גרעסטע שטיצער, און האבן בשום אופן נישט געוואלט צו לאזן אז תו"א זאלן וויא ערווארטעט, אריין געבן עד'ס אינעם בלאט.

אזא זאך דארף נעמען צייט, וואלטן אונזערע פאליטיקאנטן, אביסל שכל געהאט, און געלאזט דאס צייט מאכן זיינס – 'מה שיעשה הזמן לא יעשה השכל', מיט דער צייט וואלט תו"א נישט געקענט – אן קיין ערנסטע סיבה, אונז צו באקייאטירן.

אונזערע פירערס, האבן זיך געייאגט, בצדק – או שלא בצדק, צופיל חכמה איז זיכער נישט געוועהן דא, און אויס גערופן א מלחמת חרמה קעגן תו"א, פון דא און ווייטער איז שוין אלעס האפן – בעסער געזאגט – אלעס פארמאכט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2011 20:44 לינק ישיר 

צוערשט, ביטע שפיל נישט מיט אונז. בלייב א שטאלצער תולדות אהרן'ער, ווייל אז דו וועסט שפילן חסדיות\פארטיי וועט זיך עס ענדיגן ווי מיט העוו האופ... מענטשן דולדן דאס נישט.

צווייטנס, תולדות אהרן איז נישט געווען אין קיין קלעם, וווייל היסטאריע קען מען נישט רוקן. תולדות אהרן האט נישט באהאלטן זייער איינזייטיגקייט און שנאה צו רבינו שליט"א, טאקע ללא שום סיבה, אפשר צוליב נגיעות פון די שטיצער, אבער כך הוה מעשה, און לייג נישט אן די שולד אויף די באשלוסן פונעם בלאט, ווייל 'קינדיש' איז שיין געענטפערט אויף דעם.

מה דהוה הוה, וואס עס איז געווען ווייסן מיר אלע קלאר, אויב ווילסטו עפעס טוישן, קענסטו טוישן דעם עתיד.

בכל הכבוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2011 20:52 לינק ישיר 

פארוואס פירט דער יפו'ער אלקאהאלניק חיים הערשעלע  א מערכה מיטן תולדות אהרון רבי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 21:30 לינק ישיר 

עמיצער האט נעכטן געשריבן דעם תירוץ (מיט א משל פון שלאפן מיט קעץ אין איין בעט).


תוקן על ידי FiveBoro ב- 30/05/2011 21:32:59




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2011 22:39 לינק ישיר 

דעקלעראציע כתב:
פארוואס פירט דער יפו'ער אלקאהאלניק חיים הערשעלע  א מערכה מיטן תולדות אהרון רבי


פארוואס דארף מען בארעדן א מענטש מיט זאכן וואס איז נישט געשטויגן? לפי ידיעתי איז ער נישט קיין אלקאהאלניק; און ער וואוינט אין ירושלים עיה"ק נישט אין יפו. ער איז גאנץ אן ערנסטער מענטש און זאגט שיינע ווארעמע דרשות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שליח פון אטיק & טייטלבוים קא. א. פרויליך אין כנסת המינים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.