בית פורומים אידישע געדאנק

דרשת ל"ג בעומר בעניני הדלקה מאת רבן של ארונים במאנרא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/5/2011 01:07 לינק ישיר 

עס גייט זיין, אבער דאס מאהל גייט ער זיך נישט אנכאפן און די עמוד, און אויב עפעס א אויפגעקלערטע ארוני וועט פרעגן , די רבי איז דאך און יאהר, וועט מען עם ענטפערן, וואס הייסט, האסט נישט געזעהן, ער האט זיך דאך נישט אנגעכאפט און עמוד, דאס וועט שוין מער ווי געניג אז דער אויפגעקלערטע ארוני זאהל זיך באראיגן.

_________________



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 20/05/2011 01:09:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 01:12 לינק ישיר 

פריש כתב:
גייט היי יאר זיין מוזיק טראץ וואס דער דזישגאן עם הארץ איז אין יאר נאך זיין מאמע?

ביי דזשיגאן עם הארץ איז טאנצן מיט מוזיק נישט מעלעריש, ער גייט געהעריג און טאנצט אויף חתונות, זעט אויס אז דער מלוחים מאוד רבי איז מתיר צו טאנצן מיט מוזיק אויף חתונות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 01:18 לינק ישיר 

פארוואס זאל נישט זיין קיין מזוק? 
הפה שאסור הוא הפה שהיתר

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 05:19 לינק ישיר 

זיס צו הערן ווי דער שוטה לייגט עס אראפ ווי א פלפול

ער זאגט אז ער פארשטייט נישט די תאוה פון מאכן א פייער, זעט אויס אז היינט צוטאגס האט ער שוין יורד געווען לסוף דעתו פונעם בחור

רבי שמעון בן עקשיא אומר, זקני עם הארץ כל זמן שמזקינין דעתן מטרפת עליהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 07:07 לינק ישיר 

ס'דא אזא מין מושג פון "צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם",

פאר תלמידי רבינו יואל זצ"ל דארף זייער גרינג זיין צו פארשטיין דעם מושג, ווי ער ערקלערט איבער דעם ענין פון זיך באזעצן אין ארץ ישראל, אויב גייט מען מיט די ריינע כוונה איז עס א דבר גדול מאוד, ווידער אויב גייט מיט די מחשבה זרה צו מחזק זיין די פורקי עול איז עס ממש עבודה זרה, און מעכב גאולתינו ופדות נפשינו

די זעלבע לענינינו אוואדי איז נישט שייך צו זאגן אויף א מנהג וואס גדולים וקדושים מדורי דורות האבן געטון אז ס'א עפעס שלעכט, אדרבא מה טוב ומה נעים, אבער אויב טוט מען עס לשם שוואויל טאג, און באופן מסוכן, ווי ליידער א בחור האט פארלוירן א פינגער כידוע איז עס נאר א כשלון ודבר בזוי ומשוקץ

ממילא איז קיין שום סתירה, נאר צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם,

דאס איז נאר יא א סתירה און א פלא, אז אויף אזא איינעם וואס דער ברך משה האט געזאגט אז ווען ער וואלט נישט געקאנט זיין פאטער וואלט ער נישט געגלייבט אז ער איז מזרע ישראל, זאל זיין זוהן זיך מדבק זיין באהבה מסתרת, דאס איז שוין א פלא, צו דעם וועט מען לכאורה מוזן ציקומען צום טיפזינגן ווארט פון קלויזנבורגער ז"ל, אז א בהמה טוישט זיך נישט די מיינונג,


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 20/05/2011 07:08:08

גוגל טאלק: [email protected]
Only available when actively writing on hydepark 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 16:29 לינק ישיר 

גדולים וקדושים מדורי דורות האבן און חוץ לארץ נישט געמאכט קיין הדלקה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 16:36 לינק ישיר 

און חוץ לארץ צי מאכן א הדלקה, איז פינקט ווי מען זעל איינפירן, אז איין אטג און יאר, למשל ט באב, זאל מען גיין און פיטשאמעס,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 16:37 לינק ישיר 

און אמעריקע איז אריבער געקומען די מנהג דורך פארשידענע קהילות וואס זענען א סניף צי ארץ ישראל'דיגע מוסדות, ווי למשל קארלין, וויזשניץ, וכדומה, דאס האט נאך עפעס א פשט אלס געפיל אויס צי זייערע מנהגים פון זייער חצר, נישט אלס מנהג,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 17:16 לינק ישיר 

רשכבה"ג
קודם שרייבסטו אז מאכן א הדלקה איז ווי אנטון פיזשאמעס
און נאכדעם שרייבסטו אז אין אמעריקא איז דא אזא מנהג פון חצרות וואס האבן מוסדות אין א"י, נו זיי דיך מסביר, אויב האט מען מוסדות אין א"י מעג מען יא, ערלעדיגט, סאטמאר האט אויך מוסדות אין א"י, זאת ועוד יותר די גאנצע התייסדות פון מוסדות סאטמאר אין די וועלט איז מכח א"י כידוע אז דער רבי איז דאן געקומען נאך געלט פאר די מוסדות אין א"י, ממילא וואס איז די פראבלעם.

זאת ועוד אחרת, לפי דברי מהרי"ץ דושינסקיא וואס איז לעצטענס געווען פארשפרייט אז ער האט געזאגט פאר זיינע תלמידים נישט צו פארן קיין מירון ווייל ר' שמעון איז דא, מיינענדיג אין ישיבה ווען מען לערנט זיינע מאמרים, איז דאך ווי מען לערנט תורה און די מאמרים פון ר"ש איז מען זיך מקשר מיט אים, ובפרט אז ביי רוחניות איז נישטא קיין ריחוק מקום, ס'איז בכלל נישט תופס, אין ערגעץ ווערט נישט געברענגט אז די שמחה פון די הילולא פון ר"ש איז נאר אין א"י, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 18:33 לינק ישיר 

וואלן ביסט דאך הייליג גערעכט. דער פראבלעם איז אבער, אז דיין רבי במתק לשונו לאכט אפ און מאכט אוועק דעם גאנצן ענין?

(גראדע דו אלס בהמה חסיד קענסט ענטפערן א פשוטע תירוץ אויף די קשיא: זינט תשמ"ח איז שוין רבינו הק' שליט"א שטארק געשטיגן אין זיינע מדרגות, און משיג געווען קדושת הרשב"י כי גדול הוא גם בחו"ל. [ועיין בהערה בשולחן מלכים מראי מקומות לזה]...)

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 18:45 לינק ישיר 

כפי מיטב ידיעתי האט די הדלקה נישט צו טוהן מיט ארץ ישראל בכלל, עס האט צוטוהן מיט'ן ציון הרשב"י. וואס דארט האט מען געמאכט א הדלקה באתרי' דמר מפני כבודו של ר' שמעון.
פאקט: אין ארץ ישראל אליינס איז קיינמאל נישט געווען איינגעפירט צו מאכן א הדלקה אין קיין שום פלאץ חוץ פין ציון הרשב"י אין מירון. 
עס איז נישט ווייל "די ארץ ישראל יודן האבן חלילה נישט קיין שייכות מיט ר' שמעון'ס שמחה", נאר די הדלקה האט נישט קיין שייכות מיט קיין שום מקום אויסער מירון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 19:49 לינק ישיר 

עס קען זיין אז איר זענט גערעכט,
אבער גערעכט נאר ביז פאר 50 יאר צירוק,
ווייל די לעצטע 50 יאר פירט מען זיך און גאנץ ארץ ישראל צי מאכן הדלקת

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 20:08 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:
רשכבה"ג
קודם שרייבסטו אז מאכן א הדלקה איז ווי אנטון פיזשאמעס
און נאכדעם שרייבסטו אז אין אמעריקא איז דא אזא מנהג פון חצרות וואס האבן מוסדות אין א"י, נו זיי דיך מסביר, אויב האט מען מוסדות אין א"י מעג מען יא, ערלעדיגט, סאטמאר האט אויך מוסדות אין א"י, זאת ועוד יותר די גאנצע התייסדות פון מוסדות סאטמאר אין די וועלט איז מכח א"י כידוע אז דער רבי איז דאן געקומען נאך געלט פאר די מוסדות אין א"י, ממילא וואס איז די פראבלעם. 


די קשיא וואס די פרעגסט דא זאגט מיר אז,
אדער ביסטו א תמים - אדער מאכסטו דיך פאר א תמים - אדער האסטו נישט אזא שארפע קאפ - און אפשר איז עס אויך אביסל פארשטויבט,
במילא ווינדער איך מיך פארוואס עס איז דיר נישט בייגעפאלן סאך א בעסערס, היות דיין רבי איז א איידעם און ארץ ישראל און ער האט אויך אביסל געוווינט דארט ................................

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 20:59 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:
עס קען זיין אז איר זענט גערעכט,
אבער גערעכט נאר ביז פאר 50 יאר צירוק,
ווייל די לעצטע 50 יאר פירט מען זיך און גאנץ ארץ ישראל צי מאכן הדלקת

_________________


אויב האט מען תש"י געמעגט איינפירן אין א"י וואס מען האט קיינמאל זיך דארט נישט אזוי געפירט, האט מען תש"ס געמעגט איינפירן אין חו"ל וואס מען האט זיך קיינמאל נישט אזוי געפירט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2011 05:51 לינק ישיר 

דער זאך איז אזוי, למבקשי האמת,

דאס אז מ'מאכט א הדלקה לכבוד ל"ג בעומר איז קיין שום עוולה טראץ וואס דער רבי ז"ל האט עס נישט געטאן, ווייל א מנהג טוב וואס האט נאר א ריינער און א הייליגער מקור איז קיין שום עוולה איז מ'אדאפטירט עס מיט די ריינע כוונה, איבערהויפט אין סאטמאר האט מען דאך נישט מקפיד געווען אויף מנהגים, [אזוי לאנג מ'איז נישט מבטל א אלטער מנהג אדער מ'טוט א מנהג וואס דער רבי האט געהאט א קפידא דייקא נישט צו טאן], ס'איז א טיפשות צו שפעקולירן אז דער רבי איז געווען דערגעגן אז אידישע קינדער זאלן זיך א ביסל אנווארימען און אויפהייבן לכבוד התנא האולקי,

דאס איז איינס,

דאס איז אויך קיין שום פעלער אז ר' אהרן טוט א מנהג וואס ער איז לשעבר געווען דערגעגען, ווייל ווי געשמועסט איז עס אן ענין פון צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם,

די איינציגע גרויסער פראבלעם מיט ר' אהרן'ס דרשה, לפענ"ד, איז די סטייל פון די דרשה, אפי' ער זאל ווען נישט מאכן א הדלקה יארן שפעטער, איז דער וועג וויזוי ער חוזק'ט אפ דערפין איז זייער נישט דיפלאמאטיש און אומטאקטפול, די זעלביגע איז מיט וויזוי ער האט אזוי מזלזל געווען אין די ספרדים לגבי שחיטות ב"י, האב איך אויך געהאלטן אז ער וואלט געקענט עס זאגן אויף א מער דיפלאמיטיש וועג,

נאר וואס דען, יעדער וואס קען אביסל ר' אהרן'ס כאראקטער, ווייסט שוין גוט אז "כן בנות צלפחד דוברות", אזוי "רעט" ר' אהרן, דאס איז זיין סטייל, און עס איז נישט נישט דברים כהוויתן דיבר הכתוב,

_________________

גוגל טאלק: [email protected]
Only available when actively writing on hydepark 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דרשת ל"ג בעומר בעניני הדלקה מאת רבן של ארונים במאנרא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.