|
|
| נשלח ב-22/5/2011 11:36 |
|
| |
ווען מהר"א ט"ב שליט"א האט געפרעגט דערוועגן דעם פאטער מרן בעל ברך משה זצ"ל, האט ער געענטפערט דערויף בלש"ק "מ'מאכט דאך נישט קיין ברכה אויף דעם".
צווייטענס (דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר די ארונים וואס דרייען זיך דא) ווער ס'וועט מדייק זיין וועט זעהן, אז ווען מהר"א שליט"א רעדט וועגן דעם ענין פון הדלקה און זאגט א טעמא דמילתא דערויף ביי די דב"ת נאך די הדלקה, זאגט ער "ס'איז א מנהג ישראל אנצוצינדן אין ארץ ישראל אן הדלקה" (אזוי איז שוין געווען כמ"פ אין די פארגאנגענע יארן). פשט איז אז אין ארץ ישראל איז עס געווען א מנהג משנים קדמוניות, און דא האט מען דאס אויך געמאכט למען הציבור, און ווי מ'זאגט איז נישט דא קיין שום עוולה דערביי, אבער זאגן א טעמא במילתא איז דאס נאר אויף די הדלקה וואס ווערט געמאכט אין אר"י.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2011 21:02 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  |
אויב האט מען תש"י געמעגט איינפירן אין א"י וואס מען האט קיינמאל זיך דארט נישט אזוי געפירט, האט מען תש"ס געמעגט איינפירן אין חו"ל וואס מען האט זיך קיינמאל נישט אזוי געפירט |
|
עס איז נישט קיין פראגע פון 'מעגן' אדער 'נישט מעגן'. א באזעסענער מענטש פרעגט נישט "פארוואס נישט"? ער פרעגט "פארוואס יא"? דא איז דער תירוץ ווייל דער עולם האט ליב צו זעהן א גרויסע ריזיגע פייער און טאנצן ארום דעם. און אנדערע ווערטער 'פאר ענטערטעינמענט פוירפעסעס', נא, נישט קיין עולה, קיינמאל קיין ערגערס. (איי עם סארי, כהאב פארגעסן עס איז דא אמוראדיגע התעוררות ביים פייער און דער עולם קאכט זיך בקדושתו של ר' שמעון, ואתכם הסליחה)
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2011 21:22 |
|
| |
קיינער זאגט נישט אז ער מעג נישט, אדרבה, פון מיין זייט קען ער מאכן די גרעסטע און שענסטע הדלקה
עס איז נאר אינטערעסאנט צו הערן ווי אזוי ער חוזקט אפ פונעם מנהג און ווען מען קען באקומען אביסעלע אטטענשאן (עקספערדזשערס סינדראם...) טוט ער עס אליינס
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2011 21:42 |
|
| |
יא עם הארץ'ל, זיי נאר ביזי מיט סאטמארער רבי שליט''א, דער רבי האט דאס געזאגט, דעמאלטס האט ער יענץ געזאגט, און וואס ער האט געזאגט אייער נעכטן שטימט דיר נישט מיט וואס ער האט געזאגט נעכטן, זיי נאר ביזי מיט עם, וואס דיין שטריק הגדול האט געזאגט ווייסטו נישט און קיינער ווייסט נישט און קיינעם אינטרעסירט דאס נישט, כא... כא... כא...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2011 23:10 |
|
| |
אה משהלע וויזוי איז געווען? א ריזיגע פייער?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2011 23:50 |
|
| |
מוזיק איז געווען?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 17:24 |
|
| |
| ביידען כתב: |  | אה משהלע וויזוי איז געווען?
א ריזיגע פייער? |
|
גרויס איז נישט דאס ווארט!
מען האט דאס אנגעצינדען אין קרית יואל, און ס'האט געפלאקערט אין ראדני...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 21:23 |
|
| |
די אהרונים האבן ארויוסגעגעבן א שיינע ווידעא פון די הדלקה. (תו"א איז ברוגז). מארק מיי וארדס: ברענען די הענט איז אויפן וועג.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 21:35 |
|
| |
נו מאכן ליצנות פון תולדות הארון? ער וואפט גירא'ס בעיניא דשיטנא
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 00:00 |
|
| |
איך הער ווען ר' אהרן איז ארויפגעגאנגען די לייטער אנצוצונדען דעם פייער האט ער אראפגעשריגן פאר פישער ער זאל אנהאלטן שטארק דעם לייטער אלץ מורא אז ער וועט אראפפאלן די שטיגן.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 01:51 |
|
| |
בערך אזא מעשה וואס עטס האטס געהאט ביי די חופה ביי די אשכנזי חתונה אין קר"י בנוגע די סידור קידושין פון כ"ק גאב"ד מעלבוירן שליט"א. געדענקסט נאך?...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 04:50 |
|
| |
זעט אויס אז עקפערדזשערס סינדראם האט אויך אן עפעקט ווען מען גייט אויף הויכע פלעצער
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 04:53 |
|
| |
דער בחור כאפט אן די הענט פארן בעיבי עם הארץ ער זאל נישט ציטערן
תוקן על ידי עםהארץל ב- 24/05/2011 04:54:33
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2011 21:46 |
|
| |
| עםהארץל כתב: |  | | משהלע זיין טאטע האט געזאגט ער זאל מאכן א הדלקה? אהער מיטן טעיפ |
|
די שמועס איז געווען געדריקט אין די אמאליגע פרי תמרים וואס פלעגט ארויס אדורך צד מהרז"ל איז דארט געשטאנען די גאנצע שמועס וואס מהר"א האט געהאט מיטן טאטען זי"ע דער רבי האט אים געזאגט אז ער זעט נישט קיין שום פראבלעם דעראין, ווען ער האט געפרעגט דעם טאטן אז אפשר זאל מען נישט מאכן ווייל די עלטערן האבן זיך נישט אזוי געפירט, האט אים דער רבי זי"ע געענפערט אז בל תוסיף איז מען נישט עובר אויב מען לייגט צו, אזאלעכע זאכן.
עיין שם עוד. הודאת בעל דין.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2011 22:24 |
|
| |
דער רבי ז''ל האט דאן געזאגט פאר בנו הגדול מהר''א שליט''א אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם זאגנדיג בלש''ק "מ'מאכט דאך נישט קיין ברכה אויף דעם''
|
|
|
|
|