בית פורומים כל העולם כולו

ליציטאציע אויף א פסול'ע ספר תורה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/5/2011 21:47 לינק ישיר 
ליציטאציע אויף א פסול'ע ספר תורה

ליציטאציע אויף א פסול'ע ספר תורה

עס הייבט צעביסליך אן ארויסצוקומען מער שאקירנדע דעטאלן איבער די צערעמאניאנעלע ספר תורה זשאוק, וואס זאלי האט געלאזט אפקויפן פאר א האלבע מעלאנע, דורך זיין יוגענט פריינט משה שמואל זופניק.

די צוויי אלטע בחורים  די 60 יעריגע ירוחם ברידער (מחללי שבת) האבן אריינגעוויקלט א פסול'ע ספר תורה און דאס אנגעהאנגען אויפן הייליגן דברי חיים, און יעצט ווען מ'קוקט איבער דעם ספר תורה, זעט מען אז עס איז עלו כלו קמשונים, כסו פניו חרולים, עס איז פסול מתחלתו ועד סופו, חסרות ויתרות, דבוקות, און אויך ליידער פסולות אינעם שם הוי-ה ב"ה.

און אויף דעם גייט מען יעצט מאכן א ליציטאציע עולה צו זיין. און מאכן ברכות לבטלות, פאר א פובליסטי סטאנט.

מיט עטליכע וואכן צוריק האט זופניק געלאזט רופן א בארימטן סופר מומחה (נישט דעם עקספערט משה דוד טייטלבוים) נאר א ריכטיגן מומחה, ער זאל זאגן זיין מבינות אויף דעם ספר.

דער סופר מישט אהער און מישט אהין און ער פרעגט משה שמואל'ן: ווער האט דאס געשריבן?
משה שמואל זאגט אים: וואס הייסט ווער? צאנזער רב'ס סופר האט עס געשריבן (אזוי האט אים דער געלער לץ פארקויפט).
עס קען נישט זיין. עס איז דא געפערליכע פסולים אינעם ספר, אינעם אות ח', וואס איז נישט לויט די שיטה פון ארי' הק'  וואס איז א ו' און א ז'. און נישט צוויי זיינין' כשיטת האשכנזים.

אין די פסול'ע תורה איז דער ח' א האלבער ו און א האלבער ז', וואס איז דלא כמר. און האט קיין שום מקור נישט.


דעם צווייטן ה' פונעם שם הוי' איז אין די תורה ווי א ר'.
וואס איז קעגן דעם פסק פונעם דברי חיים אליינס (תשובת דברי חיים או"ח ח"ב סי' ד').


ביים צדיק זעט מען אז דער יוד איז נישט הפוכה כשיטת הארי' הק'. און ווי דער חת"ס שרייבט אין די תשובות (יו"ד סי' רס"ו).

דער ספר האט געזאגט זיין מיינונג פאר זופניק דעם ביטערן מציאות אז די ספר תורה איז געשלאגן מיט חסרות ויתרות און אויב דאס ווערט נישט פארראכטן איז עס פסול לכל הדעות, און מ'קען אויף נישט מאכן קיין ברכה אפילו בדיעבד, און אויב יא איז עס א ברכה לבטלה.

זופניק קען דעם אבער נישט יעצט פיקסן די תורה, ווייל עס קען דויערן איבער א האלב יאר, און מ'קען נישט מאכן די טראסק אין ראדני, און אויב עס וועט חלילה ארויסקומען וועלן נאך מאנכע באקומען ספקות אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א ליצנות.

דערפאר גייט מען אן מיט די צערעמאניע און די פסול'ע ספר וואס האט גארנישט מיט צאנזער רב, וועט מען מאכן דערויף ברכות לבטלה !

נאך א פרט וואס דער סופר מובהק האט איבערגעגעבן, אז אין פרשת בשלח איז די שירה שלא כדין.


לא לחנם האט דאס קיין איינער פון די פאלגענדע רבנים ואדמורי"ם, נכדי הרה"ק בעל דברי חיים נישט געוואלט קויפן:
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (48)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (45)
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג (א"י)
כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג (בארא פארק)

נאר דער אמת'ער לא קרא, לא שנה, ולא שמש תלמידי חכמים האט עס געקויפט פאר די טראסק.

 פרטים נוספים יובאו אי"ה




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2011 22:48 לינק ישיר 

WOW

מיט א בילד פון די אלע פראבלעמען, וועט דער עולם ווערן  מער איבערצייגט און די אמת פון די מציאות,
אז דו קענסט פארשאפן עפעס א בילד פון די אתוית אינעם ספר תורה, וואלט געווען גאר א גיטע זאך


תוקן על ידי have_hope ב- 22/05/2011 22:50:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 00:42 לינק ישיר 

עס איז כדי צו באמערקן אז משה שמואל לייקענט דאס אז ער זאל האבען געצאלט די אנגעבליכע פרייז פין די זאליס - פין א מיליאן דאללער פאר די ספר תורה
ער זאגט אז ניטעמאל האלב דערפון האט עס געקאסט
זעהט אויס אז די אנדערע אייניקלעך פין דברי חיים האבען נישט געוויזן קיין אינטערעס ציליב די שוואכע באווייזען וומענס ס''ת דאס איז געווען

---------

די זאליס גייען כדרכם מאכען די וועלטס פראפאגאנדע מיט א הכנסת ס''ת אויף די ס''ת
אפשר אזוי וועלן אלע זאליס וויסן פאר זיכער אז דאס איז דעם ד''ח'ס ספר טראץ די ספיקות דערין

אגב, ווייסט איינער פארוואס זיי האבען געטוישט די פלענער פין מאכען די פראפאגאנדע הס''ת אין קווינס קעמפ???



תוקן על ידי היראים ב- 23/05/2011 00:45:36




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2011 00:47 לינק ישיר 

סטעלט כתב:

לא לחנם האט דאס קיין איינער פון די פאלגענדע רבנים ואדמורי"ם, נכדי הרה"ק בעל דברי חיים נישט געוואלט קויפן:
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (48)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (45)
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג (א"י)
כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג (בארא פארק)



כ'האב איבער געקוקט אלטע אשכולות, און איך האב געפרעגט באי ביתו פוינעם רבין שליט"א

און לויט די אינפערמאציע וואס איך האב געהערט און געזען, איז קיינמאל נישט געווען קיין רעדע מיטען רבי'ן שליט"א צי ער וויל עס בכלל קויפן, בקיצור, ער האט קיינמאל נישט געדארפט זיך אפזאגן פון עס קויפן, ווייל מען האט עס אים קיינמאל נישט אנגעטראגען

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 00:51 לינק ישיר 

פאר באבוב האט מען יא אנגעטאראגן צי קויפן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2011 00:54 לינק ישיר 


קען זיין איך ווייס נישט,

אבער מן הסתם יא, פארוואס זאל איך טראכטן אז "סטעלט" זאל שרייבען ליגענט?!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 01:00 לינק ישיר 

have_hope כתב:

לא לחנם האט דאס קיין איינער פון די פאלגענדע רבנים ואדמורי"ם, נכדי הרה"ק בעל דברי חיים נישט געוואלט קויפן:
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (48)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (45)
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג (א"י)
כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג (בארא פארק)



כ'האב איבער געקוקט אלטע אשכולות, און איך האב געפרעגט באי ביתו פוינעם רבין שליט"א

און לויט די אינפערמאציע וואס איך האב געהערט און געזען, איז קיינמאל נישט געווען קיין רעדע מיטען רבי'ן שליט"א צי ער וויל עס בכלל קויפן, בקיצור, ער האט קיינמאל נישט געדארפט זיך אפזאגן פון עס קויפן, ווייל מען האט עס אים קיינמאל נישט אנגעטראגען

_________________



א זאלי ווערט רויט ווען מ'זאגט אמת

דער סעילסמאן פארן מוכר איז געווען ביי אלע גרויסע רביים וואס זענען אייניקלעך פין דברי חיים ז''ל, אין ביי יעדן וואס ער האט געהאלטן אז ער וועט צאלען א פרייז דערפאר,
דער סאטמאר רבי שליט''א האט ציגעלייגט אז אפי' ער וועט זיך איבערצייגן אז ס'איז דער ד''ח'ס ס''ת, וואלט ער געניצט איבעריגע 100 טויזענט דאללער פאר וויכטיגערע זאכען
(נישט אז פארמאגען א ס''ת פין הייליגען ד''ח איז נישט קיין גרויס חשיבות (פאר איינעם וואס לערנט...) נאר מיט אזויפיל געלט קען מען אסאך מער אויפטוהן)

אין נאכען זיך נאכפרעגן האט נאר שלמה יענקל געוויזן אינטערעסע דערין
ווי ער איז פארנומען געווען ביי זיין לעצטע נסיעה אין ''לאנדאן'' מסביר צו זיין פארוואס ער געדענקט פאר זיכער אז ס'איז יא דעם ד''ח'ס ס''ת (הרוצה לשקר..)

אגב,
לשיטתך, פארוואס האבען די 2 בחורים געוואלט פארקויפן די ס''ת דוקא פאר רז''ל?

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2011 01:13 לינק ישיר 

היראים כתב:


אגב,
לשיטתך, פארוואס האבען די 2 בחורים געוואלט פארקויפן די ס''ת דוקא פאר רז''ל?




איי אים סארי,

איך בין נישט קיין פאברעצירער, און איך שרייב נישט קיין שיטה

איך שרייב נאר וואס איך זע און איך הער, אין איך בין איבערצייגט דערין אז עס איז אמת

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 01:17 לינק ישיר 

have_hope כתב:


אגב,
לשיטתך, פארוואס האבען די 2 בחורים געוואלט פארקויפן די ס''ת דוקא פאר רז''ל?




איי אים סארי,

איך בין נישט קיין פאברעצירער, און איך שרייב נישט קיין שיטה

איך שרייב נאר וואס איך זע און איך הער, אין איך בין איבערצייגט דערין אז עס איז אמת

_________________



נישט קיין פאבריציערער אפילו נישט קיין שפילער

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2011 01:24 לינק ישיר 

HAVE HOPE
ווען עס זאל ווען קענען זיין די ס"ת פין ד"ח וואלט באבוב גאצאלט אסאך אסאך מער ווי דעם 

ביי די וועי איך בין זייער אנטציקט פין אייער ריסוארטש קוואליפיקאציעס איר האט גאר איבער געקיקט אלטע אשכולות !!!!!!!  


תוקן על ידי טאטלע ב- 23/05/2011 01:28:00




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2011 01:24 לינק ישיר 

מ'האט עס אנגעטראגן פאר'ן רבי'ן און פאר די אנדערע רבנים, און פאר יעדן ווער ס'איז גרייט געווען צו באצאלן פאר די צוויי אלטע בחורים.

וויפיל איך פארשטיי, איז דאס נישט דער מדובר אינעם אשכול. דא רעדט מען איבער דעם וואס דער סופר מומחה זאגט וואס ער האט געזען בעיניו, ווען ער האט עס בודק געווען.

דער מציאות לויט אים:
די ספר תורה האט ערנסטע פסולים בחסירות ויתירות
פארשידענע אותיות זענען געשריבן קעגן די אייגענע הוראה פונעם דברי חיים זי"ע.
עס איז נישט לשיטת ארי' הק' כנ"ל

זאל זופניק ברענגען א קאפי און צייגן אז יא.

אדער זאל ער ברענגען א קבלה אז ער האט עס בודק געווען ביי מכון לבדיקות סת"ם.

ווער עס וויל מאכן א ברכה לבטלה, געזונטערהיים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 01:30 לינק ישיר 

סטעלט,

זופניק דארף נישט ברענגן קיין קאפי אז די ספר איז גוט, מעגסט אליינס פארשטיין, אז ער איז נישט געלויפן שרייבען א טשעק, אן איבערקיען וואס ער קויפט, קאמען סענעס

אז דו שרייבסט אז די מכירה איז געווען א פאלשע, און די ספר תורה איז פסול, איז צו ערוואטען אז זאלסט ברענגן די מינומם באווייז, און איך בין זיכער אז אויב די אלע רבי'ס ווען דו האסט פריער אויסגערעכענט האבן שוין געזען די ספר תורה פארן קויפן, איז זיכער דא ווי מען קען האבן א קאפי ערגעץ דערפון

דרך אגב, די ספר תורה איז געטשעקט געווארען דורוכן קאמפויטער פארן קויפן,אזוי איז געשטאנענן און דער איד, סאו אינגאנצן פסול איז עס נישט, מעגליך אז עס איז נישט דעם דברי חיים'ס אבער עפעס א באווייז ברענג

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 06:02 לינק ישיר 

have_hope כתב:


דרך אגב, די ספר תורה איז געטשעקט געווארען דורוכן קאמפויטער פארן קויפן,אזוי איז געשטאנענן און דער איד, סאו אינגאנצן פסול איז עס נישט, מעגליך אז עס איז נישט דעם דברי חיים'ס אבער עפעס א באווייז ברענג

_________________


איך פארשטיי נישט העוו האופ
ביסט דאך כלומפרשט א חסיד פון רבין, ווי קומט צו דיר צו ליינען דעם איד?

און אגב, וואס שטייט אין דער איד איז טאקע די גרעסטע ראי' פאר דיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 06:09 לינק ישיר 


איך בין א חסיד אבער וואס זאל איך טיען אז "דער איד" איז מנדב יעדן דאנערשטאג צייטונגען פאר פרי און די רעסטעראנוטען?!
 
ממילא ווען איך קויף פת שחרית דאנערשטאג קען איך אסאך מאל כאפען  בליק און זען וואס זיי זאגען, בפרט יענע וואך ווען ווען די מכירה איז געשען, האב איך עס דורך געבלעטערעט, ווייל איך האב געוואלט זען וואס עס זענענן די באווייזען אז די ספר תורה האט אמאל געהערט פארן דברי חיים זצ"ל, אפילו פאר א חסיד איז אויך אינטערסאנט צו ליינען א שטיק היסטאריע, זען און וויסען פון ווי און ביז ווי די חפץ של צדיק איז געגאנגען, איך האב א געפיל דערצו צו ליינען און וויסען די זאכען,

און איך מוז טאקע זאגען אז זיי האבן מיר זייער אנטוישט, ווייל זיי האבען נישט קיין שום ערענסטע באווייז צו זייער מסקנה, אז די ספר האט טאקע געהערט צום הייליגען דברי חיים זי"ע, בכלל איז די גאנצע מעשה געבויט אויף ליפט, און די ספק איז לדעתי נישט ווערט קיין 500000 טויזענט דאלער, צי האט נישט קיין שום ערענסטע קראנטע מקור אז דער הייליגער דברי חיים האט בכלל געזען די ספר,

2}עס איז מסתבר, און יעדער נערמאלער מענטש טראכט אליינס, אז ווען מען צאלט א האלבע מיליאן דאלער פאר א ספר תורה, טשעקט מען עס קודם צו עס איז בכלל כשר, עס איז נישט מער ווי קאמען סענעס, און אויף אזא זאך איז דעתי לומר אז "דער איד" איז באגלייבט, ווי נישט ווי, צי באקיקען די ספר תורה מיטען  קאסט אפשר א טויזענטער, מילא לייגט זיך נישט אויפן שכל אז זיי האבן נישט געטיען די מינעמאלסטע וואס פארלאנגט זיך







תוקן על ידי have_hope ב- 23/05/2011 06:23:01




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 07:05 לינק ישיר 

היראים כתב:
אגב, ווייסט איינער פארוואס זיי האבען געטוישט די פלענער פין מאכען די פראפאגאנדע הס''ת אין קווינס קעמפ???



איך טראכט א סברה, פארוואס ער מאכט עס און קווינס קעמפ, ווייל
קווינס קעמפ איז די איינציגסטע זאך וואס עס איז באמת זיינס, נישט בגניבה, אלע אנדערע בנינים און וומסב"ג האט ער בגניבה, און די ס"ת איז די ערשטע ירושה זאך וואס עס איז באמת זיינס, און נישט קיין גניבה, אלץ זכר לדבר ברענגט ער אריין די אייגענע ספר תורה, צו זיין אייגענע ביהמ"ד

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2011 18:30 לינק ישיר 

דער סקאנדאל האט אנגעהויבן שלאגן ווארצלען און מערערע סופרים זענען נעכטן געגאנגען קוקן די צערעמאניע ספר תורה ביי משה שמואל זופניק אינדערהיים.

מערערע סופרים האבן נעכטן ב' במדבר תשע"א, זיך איבערצייגט אז די ספר תורה איז געשריבן קעגן די הוראה פון הייליגן דברי חיים אליין און דאס פאטשט אין פנים פון די צערעמאניע פירער, אז די ספר תורה האט גאר געליינט דער דברי חיים.

די צוויי ירוחם ברידער האבן געמאכט דאס גענאר פון דעם שטריק, און נאך באקומען א האלבע מעלאנע אויך.

די בושות זענען געוואלדיג, און די ברכות לבטלות וואס מ'וועט מאכן אויף די צערעמאניע ספר תורה וועט זיין נאך גרעסער.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ליציטאציע אויף א פסול'ע ספר תורה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext