| נשלח ב-30/5/2011 22:24 |
|
| |
די טרערן פון דברי חיים מאכט מיר לאכן, אזוי צו קענען פיטערן קעלבעלעך
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 22:31 |
|
| |
אפשר איז עס שווייס ווי אזוי ווייזט ער ס'איז טרערן קען זיין מען האט עס עשיקט צי א לעב אין געזעהן ס'איז זאלציג האבן זיי פארשטאנען אז ס'איז טרערן
גיי ווייס
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2011 21:07 |
|
| |
די פראפאגאנדע מ'זאל קומען אויף שבועות ארבעט איבערמידלעך די רחמנות איז געוואלדיג גרויס זיי ארבעטן שווער לאקאל אין יעדע געגנט מ'זאל קומען אויף יום טוב זייער סאסמאן ביהמ''ד הגדול איז באהאנגען מיט אלע פראפאגאנדע מ'זאל קומען אויף יום טוב קיין וומ''ס
זיי האבען אבער גרויס פארשריט.... א מיטגליד אין די פראפאגאגנדע אפטיילונג ברעכט יעצט די גיטע נייעס זייער קאנאן..... : ר חיים דוד כץ פין בארא פארק האט מסכים געווען צו קומען פין ''בארא פארק'' צו די מעגא הכנסת ס''ת... סוי מ'האלט שוין ביי נאך א גאסט... נישט לאכען, ס'איז א גרויס רחמנות
עס איז צו האפען אז זיי וועלן האבען מער געסט ווי הרה''צ ר' זיידל קרעטשניפער
תוקן על ידי היראים ב- 02/06/2011 21:46:38
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2011 21:38 |
|
| |
אוי נעבעך נעבעך
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2011 22:14 |
|
| |
אז מען זעהט טרערן פין דברי חיים מיז עס זיין אז ס'איס דעם דברי חיים ספר תורה
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2011 23:39 |
|
| |
אלע יארן שביעות ביי רבי זאלישעל קען א טרעלער אריין פארן אונעם געלן ראדני שוהל, און מיטן די הקדמות, און מאכן א פולען יו טורן און ח''ו קיינעם שעדיגען.
און וווען מען זאגט פאר זאלי קיק אן דיין געשיק דער מן הארץ, קיינער קיקט ניטאמאל אויף זיין זייט, חוץ אפאר ראציגע לעפקעס מיט יאקאבאוויטלשיך, כ''י,
זאגט דער זאלי אז און סאטמאר איז קיינמאל נישט געווען קיין עולם, נאר ביי נילעת החאק,
( דער זאלי מיינט נעבאך אז מיר אלע ליידען אויף אלדהיימערס און מיר געדענקן נישט די הייליגע שביעות טעג ביי רבינו הקוה''ט זי''ע, און ביים הייליגן ברך משה זי''ע, אז מען האט קיין נאדל נישט געקענט אריין שטיפן און בית מדרש, אויב האט איר געדארפט ארויסגיין און ביה''כהאט איר געמיזט לכה''פ 20 מינוט פאר דעם אנפאנגען ארויסצוגיין פון בית מדרש, עס צו מאכן בייצייטענס)
איצט פליצלינג ווערט לעבעדיג עס האט זיך געדמיונט פארן געלן בדחן אז מען זעט טרערן, און עס ווערט פרייליך די זאליבאנעצעס קימען און גרויסן ..... זעט אויס אז זיי האבן זיך עפעס יא ערמאנט אז שביעות פלעגט יא צו זיין א ריזען עולם ביי די רביזכיתויגאןעלינננהנזג............ יו זענען זיי פאני!
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2011 19:46 |
|
| |
פראגע פון עסקני קהלת מהר"א:
ביים דירות פארדינגען אויף שבועות אין קרית יואל, דערקענט זיך היי יאר א העכערונג אינעם אויסוואל פון דירות? וואס דאס דארף לכאורה זיין דער פאקט, אויב עס איז געלונגען פאר קהלת מהרז"ל, צו איבערצייגן מער מענטשן היי יאר, ארויסצופארן קיין וויליאמסבורג, צום הכנסת ספר תורה
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 01:13 |
|
| |
ש''פ האט היינט מסביר געווען אז ס'קען נישט זיין אז מונקאטשער רבי שליט''א האט דעם בעש''ט'ס ספר תורה ווייל ווען יא וואלט ער דאך אויך געדארפט מאכען א בקולות וברקים קאמפיין מ'זאל קומען אויף יום טוב צו אים
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 12:53 |
|
| |
אבער דער מונקאטשער רבי שליט''א איז דאך א ערליכער יוד און ער זוכט נישט און דארף נישט זוכן די פאמפע משא''כ דער צדיק פון וומס''ב מיט וואס זאל ער שלעפן די מענטשן נאר מיט דעם וואס מען פארקויפט זיי באבקע מעשות וואס איז נישט געטויגן און נישט געפלויגן .
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 18:01 |
|
| |
נישט צו לאנג צוריק האט ר' אהרן ומעריציו געמאכט א גרויסער ווינט איבער א נסיעה און ווידעראויפבוי פון די ציונים הק' פון אבותיו ואדמורים בעיר סיגעט,
איז דאן געווען די מצב פארקערט, די חסידי ר' אהרן האבן עס פארהייליגט און חסידי מהרז"ל האבן אפגעשפעט,
דער חילוק איז נאר אזוי,
1. די ציונים אין סיגעט איז אטענטיש, דער ס"ת פון דברי חיים, זאג איך נישט אז נישט, אבער מ'קען זיך דינגען,
2. קברי צדיקים איז א זאך וואס מ'געפינט א טיפער ענין דערביי שוין זייט כלב בן יפונה, און אזוי ווייטער דורי דורות מאז היתה ישראל לגוי, און זוהר, אר"י הק', געפין מיר, אז ס'דא א שייכות וקדושה פון דעם צדיק ביי זיין קבר, ווייטער דער ס"ת, דער פאקט אז ס'האט געהערט צו א צדיק איז נישט מער ווי א הרגש,
3. קברי צדיקים איז א טובת הכלל, ווי אידישע קינדער בדורות הבאים, זאלן האבן גרינגע ציטריט צו א קבר פון א צדיק, ווידער דער ספר תורה איז א פריוואטער רכוש פון ר' זלמן לייב'ן, זאל איהם וואויל באקומען, אבער אלס א מנהיג עדה, וואס פונקטליך איז די אויפטוה פאר אידישקייט אדער פאר דיינע חסידים, אז דו האסט דיך איינגעהאנדלט א גאר ווערדפולער חפץ,
איך זאג נישט ס'עפעס א עוולה, נאר אז מ'רעט פון דעם אז די ארונים שפעטן אפ פון די ס"ת, איז פאסיג צו ציען א פאראלעל צי די סיגעטער נסיעה, וואס די שפעטערייען מצד הזלמונים איז געווען אויפן זעלבן אומפעט און אפשר מער,
כן נלפע"ד
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 06/06/2011 18:03:36
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 18:15 |
|
| |
וויפל כהאב מיר אומגעקוקט אויף פראפעגאנדע פון קהלת מהרז"ל, האב איך נישט געזעהן זיי זאלן רעדן פון עפעס אן אידישקייט אויפטו, נאר וואס דען עס איז זייער א שיינע שמחה פאר זייער קהלה, אז עס ווערט אריינגעגעבן א ספר תורה דורך מרז"ל זעלבסט, און דאס איז דער איבערקערעניש.
ריכטיג! אז קהלת מהר"א וואלט זיכער נישט געברויכט די פראפעגאנדע, ווייל קרית יואל ווערט סייוואו פארפלייצט יערליך, פון טויזענטער חסידי מהר"א, משא"כ קהלת מהרז"ל זענען נישט קיין פארעדיגע.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 18:25 |
|
| |
איך האב קיין שום פראבלעם מיט די פראפגאנדע, אדרבא, נאך אלעם איז דאך עס נישט ארגער ווי סתם א ס"ת וואס דער מנהג קודש איז צו געבן דער כבוד הראוי', און זיך משמח זיין, און אוואדי איז עס אשטיקל שמחה פאר אלע חסידים ווען דער רבי שליט"א דער ראש העדה, האט א פערזענליכע שמחה,
מיין רעיון איז בלויז געווידמעט איבער ציען א פאראלעל צו די סיגעטער נסיעה,
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 18:48 |
|
| |
לו יצויר אז דאס איז אמת'דיג די ס''ת פון היילגער ד''ח איז נאך ארגער עס איז נישטא נאך איינער ווי הגז''ל וואס איז ווייט פון תורה גייסט איז עס נישט מער ווי חוכא ואיתלולא דאס גאנצע פאמפע און צערעמאניא.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 20:53 |
|
| |
צענטראלער אשכול: זאלי קללות אויפן ספר תורה פון די ירוחם ברודער
ווי באקאנט האט דער 'לעבעדיגער ספר תורא' זוכה געווען דער הייליגער ספר תורה פון די ירוחם בחורים איז אנגעקומען לידו. ווי פארשטענדליך האט ר' זלמן לייב גלייך אנגעהויבן מיט א פראפאגאנדע קאמפיין, נעמליך ר' זלמן לייב האט א ''תורה'', וואס די ירוחם ברודער זאגען עדות אז ס'איז בירושה פונעם דברי חיים ז''ל, פין די אנדערע זייט איז עס אבער געווארען די געלעכטער אין שטאט ווי די זאליס מאכען די וועלטס פראפאגאנדע פין די ספר תורה וואס קיין שום אייניקעל פין הייליגען דברי חיים האט נישט געוואלט אפקויפן, צילוב די שוואכע באווייזען אז עס האט עפעס מיטן דברי חיים ז''ל נאכדערצו אז ס'איז דא באווייזן וואס צייגן אז ס'נישט מסתבר אז ס'האט מיטן דברי חיים ווי שוין ברייט ארויסגעברענגט. ווען די זאליס זעהן אז מ'מאכט חוזק פין זייער פראפאגאנדע גייען זיי ארויס פין די כלים, ענדליך האבען זיי שוין געטראפען עפעס א וועג צו ברענגן דעם עולם אויף שבועות אין צו מאכען אביסל פאבליסי אין PR אין ס'איז נאך די ליצנות אין שטאט, זיי חלום'ן אזוי טיעף ווי יעדער איז זיי מקנה, אין דא הערן זיי ווי די שטאט האלט זיך אינטער אויף זייערע חלומות מ'גייט טיילן שטובער אין פוניט פלאזא האטעל, דער עולם זאל קומען אויף שבועות ר חיים דוד כ''ץ האט מסכים געווען צו קומען פין ב''פ אין מ'גייט אים געבן די עלי' פין כהן ווייל די אקשען האט זיך גענדיגט ביי סטראבערי פין היידפארק ווי די זיבן זונען גייען שיינען, אפי' פילאפ אין וויינבערגער האבען מסכים געווען צו קומען קיין דאווענען ראדני ווייל זיי גייען אויך באקומען א כיבוד אין די ספר תורה אפגערעדט אז מ'האלט אינמיטן פועל'ן ביי ר' מנשה ער זאל פארשפארען זיין שול ביי אקדמות אין קומען דאווענען אין די הייליגע ראדני שול ווי מ'זאגט אים אויך צו אן עלי', ווייל די אקשען אויף היידפארק איז געבליבן ביי מהדרין אין באלאנד,
יעדע אשכול קאסט זיי בייז בלוט: זיי ווערן עפעס זייער געטראפען פין יעדע אשכול (אזש זייער פירער האט אויסגעמעקט די תגובה פין זעליג כהן...) אלזא איז פאסיג צו עפענען א אשכול צוזאמקלייבן אלע קללות און געבעקסן וואס איז שוין ארויסגעקומען פון די זאליס, און סוף דבר לאכן א גוט'ס.
איך הייב אן מיט די וואס כ'דענק, און איך בעט דער עולם זאל העלפן * דער ספר תורה איז קלאר דעם דברי חיים'ס והא ראי' מ'זעהט טרערן פונעם דברי חיים .... *צאנזער רבי פין נתני' האט עס געוואלט אפקויפן פאר 2 מיליאן דאללער אבער די ירוחם ברודער זאגען אז זיין בארד איז נישט גענוג לאנג (זיי פארשטייען צו בערד) * משה שמואל זופניק האט געקויפט דעם ספר תורה פאר א מיליאן דאללער, דאס וואס ער האט זיך פארעדט אז ס'האט ניטעמאל געקאסט האלב דערפון איז געווען ווייל ער איז געווען א רואיגע מיניט . * אלע קהילות האבען געוואלט אפקויפן די ספר תורה, אין די ירוחם ברודער האבען נאר מסכים געווען צו פארקויפן פאר ר' זלמן לייב....ווייל.... פרעגטס דעם בדחן * דער דברי חיים ז''ל האט מקפיד געווען פאר א ספרדישע שי''ן ווייל ס'דא וואס זאגען אזוי אין ס'דא וואס זאגען אזוי *דער דברי חיים האט געשריבן אין זיין ספר תורה קעגן זיינע אייגענע הוראות אין אזא ספר תורה האט ער אפילו געליינט יעדן טאג
(ציליב די בקשה פון די מנהל לייג איך עס דא אין איך עפן נישט א באזונדערע אשכול)
תוקן על ידי היראים ב- 06/06/2011 21:03:40
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 20:57 |
|
| |
למעשה איז דא ערענסטע ספיקות צי די ספר תורה האט אמאל געהערט פארן דברי חיים זי"ע
די וואס האבן עס פארקויפט זענענן זיכער זיכער נישט באגלייבט, זיי דארפן זיין משוגע נישט צו זאגען ליגענט, פאר א האלב מיליאן דאלער, אלמלא זייער עדות וואלט נוגע ע"פ תורה, וואלטן זיי בכהאי גוונא זיכער נישט געווען באגלייבט, עס איז נישט שייך קיין גרעסערע נגיעה פון דעים,
נאך מער, און פרייוואט ביזנעס, ווואלט משה שמואל קיינמאל נישט אינוועסטירט און א געשעפט וואס האט אזויפיל ספיקות,
קיין שום ביזנעסמאן שרייבט נישט ניטמאל קיין טשעק פון צען טויזענט דאלער, פאר א געשעפט וואס איז אזוי פארנעפלט,
לכאורה איז די גאנצע הכנסת ספר תורה אישו, נישט מער ווי א סיבה צי ראטעווען די כבוד און עקזיסטענץ פון יענע חסידות, נאכדעם וואס די רוחניות פיסטעוועט אפ דארט, און זיי מיזען האבן עפעס עקשען להחיות העצמות היבשות
|
|
|
|
|