| נשלח ב-22/5/2011 22:22 |
|
| |
מעמד הדלקה וריקודי שמחה - אשרי עין ראתה!
וואס אן אמת געזאגט, "אשרי עין ראתה" איז אפשר נישט דער ריכטיגדער אויסדרוק, אויף אזא מעמד מרומם וואס טויזנטער אידן מנער ועד זקן האבן נעכטן מיטגעלעבט בעיה"ק קרית יואל יצ"ו, ווען די הרגשי שמחה און חדוה עילעא איז געווען עפעס אומבאשרייבליך.
עס איז נישט "לא ראתה", עס איז עפעס מער ווי סתם געזעהן. די געפילן, די הרגשים, זענען געווען אין די הויכע ספערן.
איך בין נישט געוואוינט צו שרייבן די סארט באריכטן דא, אבער פארט זייענדיג איינער פון די וועלכע האבן זוכה געווען צו וויילן נעכטן בצל הקודש, האס איך געשפירט א חוב לכה"פ צו גיין פתיחה, און עפענען א אשכול פאר די באריכטן.
ויבואו המגידים ויגידו.
(א באזונדערע דאנק קומט זיך פאר די עסקנים אין קר"י וועלכע האבן אריינגעלייגט קאפ און מח צום היי יעריגן נייעם מייסטערהאפטן סדר, וועלכע האט געטוישט דעם גאנצן מעמד צו עפעס א נייער סארט אומבאשרייבליכער געהויבענער געשעעניש, וואס מיר האבן נאכנישט מיטגעלעבט ביז היינט! יישר כחכם בשם אלפי אנ"ש).
תוקן על ידי FiveBoro ב- 22/05/2011 22:25:03
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2011 22:41 |
|
| |
די שמחה איז געווען אריבער יעדע גרעניץ, ווען קרוב צו א שעה האט מען געטאנצן מיט א זעלטענע התלהבות, מען האט געקענט טאפען די תרגשות דקדושה, אשרי עין ראתה זאת,
א אינטערסאנטע זאך, אז היי יאר האט זיך אביסל אנגעזן א שטיקעל פרעמדער ציבור, מיט קלענערע קאפלעך, און אזוי אויך אפאר ספאדיקעס, וכדו' פון זענענן זיי געקומען?
די בענד האט זייער אסאך צוגעגעבן, און די קאור פון עמרם אקער, איז געווען גאר גוט,
זכות רבי שמעון יגן עלינו
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2011 23:44 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2011 23:45 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 00:08 |
|
| |
מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו, אלץ איינער וואס פארט גאנץ
אפט קיין מירון, און האט שוין מערערע מאל מיט געהאלטן די הילולא פון רבי שמעון
אין מירון, דארף איך אייך זאגן, אז על כל פנים לפי עניית דעתי שטייגט דאס אריבער
די חדוה עילאה עשרת מונים, דאס ווארעמקייט, געהויבענקייט,
היימישקייט, ועל כולם דאס באקוועמליכקייט איז פיל העכער
ווי אין מירון, גרייפטס מיך נישט אן, איך מאך נישט חלילה אוועק
דעם ציבור אין מירון, ווי מען רופט דאס דער "קאלירפאלער ציבור",
דארט קומען זיך צוזאם אלע ערליי אידן, אמת א שיינער ציבור טאנצט
מיט א געהויבענקייט, אבער א גרויסער חלק פון ציבור קומט סתם פאר
שוואוילטאג, דער פאדערשטער חצר איז צר מהכיל, גאר א קליין
פלאץ, און דארט ווי פארשידענע קהילות האבן די חזקות פאר זייערע
הדלקות איז על פי רוב געווארן אזא מין שוי, רוב עולם שטייט דארט
ווי ספעקטעיטערס, און באטראכטן דאס ווי סתם א קונצערט, און נעמען
בכלל נישט אן טייל אין די ריקודין של מצוה.
מה שאין כן דא אין קרית יואל, ווי איך האב נעכטין געהאט די זכי'
אטייל צונעמען אין די ריקודין, עס איז געווען א תענוג רוחני לעילא
ולעילא מיט צוהאלטן די ריקודין לכבוד התנא רבי שמעון בר יוחאי,
כמעט דער גאנצער ציבור איז ווי מיטגעשלעפט געווארן אין די
געהויבענע ריקודין, וואס איז געווען צו געשטעלט אויף א מוסטערהאפטן
פארנעם, און, יא, מען האט שוין ווייטער משנה געווען, נישט נאר פון הייליגן
בעל דברי יואל און בעל ברך משה זי''ע, נאר מען האט משנה געווען אפילו
פון די מנהגי והסדר פון בעל לב אהרן שליט''א, מען האט דאס מסדר געווען אויף א
פרישן אויסשטעל כדי צו אקאמאדירן די צענדליגע טויזענטער אידן,
וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א געוואלדיגער סוקסעס,
איין קליינע נקידה, דארט ווי איך בין געשטאנען, איז געשטאנען א אינגערמאן
וואס איך בין זייער היימיש מיט זיין פאטער, נאך פון די ישיבה, און קענענדיג זיין
פאטער וואס וואוינט אין בארא פארק און איז פון די גרעסטע קעגנער צו כ''ק
רבינו שליט''א, ער איז פון די אנפירער פון זייער קהלה, און דער דאזיגער זוהן
איז א איידעם ביי א חצי בני יואל חצי זאלוני, וואס וואוינט אין קרית יואל,
און וואוינט אויך אין קרית יואל, און עס איז מיר געווען א פלא גדול, וואס טיט
ער ביי די הדלקה, איך געב עם א פרעג מיט א שמייכל, דיין טאטע ווייסט
אז דו ביסט דא? זאגט ער אז ער האפט אז נישט, און וואס איז מיט דיין שווער?
זאגט ער, געטס א קיק, דארט שטייט מיין שווער, ער איז אויך דא, און ווייזט
מיר ווי זיין שווער טאנצט מיט א דערהויבענקייט, פרעג איך עם ווי אזוי ארבייט
דאס? די הדלקה איז דאך לא עלינו ולא עליכם א גרויסע עוון פלילי, מען איז דאך משנה
פון הייליגן רבי זכרונו לברכה, נו, הייתכן איר באטייליגט זיך אין די הילולא קדישא,
זאגט ער מיר, אז פאר דריי יאר צוריק זייענדיג א פרישער אינגערמאן נאך די חתונה
האט ער באשלאסן זיך אזוי אריינכאפן בגניבה צו די הדלקה אז ער זאל קענען
חוזק מאכן פון ר' אהרן'ען, אבער ער איז אזוי באגייסטערט געווארן אז אומוועלענדיג
איז ער מיטגעשלעפט געווארן מיט די ריקודין אז ער פארפאסט דאס שוין נישט און
היינט צוטאג האט ער שוין חזקה דאס מיט צו האלטן,
און וואס איז מיט דיין שווער? געב איך עם א פרעג, גיט ער א שמייכל,
מיין שווער איז געוואויר געווארן דאס ערשטע יאר אז איך האב מיך רח''ל
משתתף געווען אין די "אהרונישע חינגא" כלשונו, און האט מיך זייער דערקיטשעט
דערוועגן, פרעג איך עם, וואס איז אזוי געפערליך אהין צו גיין טאנצן לכבוד
דעם תנא רבי שמעון?, גיט ער מיר א לעקציע מיט גאנצע פארציע הסברה, אז
צו גיין מיטן ס''מ איז רח''ל דער בריק צו די נו''ן שערי טומאה, וכל באי' לא ישובון,
פרעג איך מיין שווער מיט גרויס דרך ארץ, אויב איך מעג עפעס ענטפערן, זאגט ער
אוודאי!, זאג איך עם, דער שווער זאל זיין געזינט האט דעם פאריגן שבת (דאס איז
געווען דער שבת פאר מיין ערשטן ל''ג בעומר אין קרית יואל) דערציילט ביים טיש
פון די גרויסקייט פון צו זיין ל''ג בעומר אין מירון, און טראץ וואס דער הייליגער חת''ם סופר
איז געווען דערקעגן, האט דער רבי זי''ע געזאגט ביים ל''ג בעומר טיש בשנת תשי''א
אז ער איז בטוח אז דער חת''ם סופר איז געווען דערקעגן נאר ווייל ער איז קיינמאל
נישט דארט געווען, אויב וואלט דער חת''ם סופר דארט געווען אין מירון, וואלט ער זיכער
נישט געווען דערקעגן, זאג איך עם, שווער טייערער!, איך בין זיכער אז דער שווער איז
דערקעגן, נאר ווייל דער שווער איז קיינמאל נישט דארט געווען, איך בין זיכער אז אויב דער
שווער וואלט זיך באטייליגט ביי די הדלקה וואלט דער שווער אנדערשט געהאלטן,
מיט דעם האט זיך גענדיגט אונזער שמועס, אבער איך האב געזען אז דאס איז עם עפעס
אריין אין קאפ, מיין שווער האלט זייער פון מיר, און אויף אזעלעכע קלארע דיבורים האט ער
נישט געקענט מחולק זיין, די רעסט איז היסטארי, לשנה השנית, האט ער זיך אזוי אריין
געשטיפט אין א ווינקל צו צוקיקן די הדלקה און די ריקודין, און היינט צו טאג טאנצט ער
שוין מיט, כחד מבני החבורה, ער איז נאכנישט קיין אהרוני, ער איז ווייט פון צו זיין א חסיד
פון ר' אהרן, אבער די דיבורים וואס איך האב פון עם געהערט דאס ערשטע יאר, הער איך
שוין נישט פון עם, און איך וועל אייך מגלה זיין א סוד, אז ביי עם אין שטוב קומט נאר אריין
פלייש פון ר' אהרן'ס בית השחיטה,
איך בין אזוי באגייסטערט געווארן דערפון אז איך האב באשלאסן דאס מיט צוטיילן מיט
אונזערע חשובע ליינערס.
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 23/05/2011 00:08:40
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 00:26 |
|
| |
יענקעלע מתוק מדבש
הגם אז מיט דיין ערשטע שטיקעל ביסטו און מיינע אויגן לכאורה נישט גערעכט, ווייל איך האב שוין עטליכע יאר געטאנצן און מירון ביין די בויאן הדלקה, אזוי אויך ביי הרהגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטר, און רח"צ מייזליש, און תו"א הדלקת
ביי די אלע הדלקות {עס איז אלעס אנדערע צייטען, און איך גיי געווענליך צו אלע, וועלענדיג אריינכאפען פון די קדושת המקום ווי מער} איז עס מער ווייניגער א ערענסטע ציבור, און קר"י איז קיין פארגלייך צו די מירון ריקודים, ווייל דאס עצם זיין און מירון גיבט זייער אסאך צו, און די ריבו עם אויך גיבט אויך צו
אבער ווי נישט ווי, די נעכטיגע הדלקה איז געווען ממש מעין מירון, טאנצדיג נעכטן אינטען, האט זיך מיר געדאכט כאילו איך בין אין מירון
תוקן על ידי have_hope ב- 23/05/2011 00:34:17
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 00:29 |
|
| |
על טעם וריח אין להתווכח ווען איך בין למשל געווען דאס ערשטע מאל אין מירון האט מיר דאס אינגאנצן נישט באנומען, ס'איז דאך רבי שמעון לכל, און ס'איז דא דארט א געמישעכץ מכל המיני"ם, און ווי נישט ווי ווען מען זעט זיך מיט די אלע חאלאזן כאפט אן א שטיקל אפשיי ממילא קען איך פארשטיין ווען איינער שרייבט דאס וואס יענקעלע שרייבט, ווייל אזא ציבור באיכות אויף איין פלאץ איז לכאורה כמעט אין דוגמתו
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 00:33 |
|
| |
| have_hope כתב: |  |
א אינטערסאנטע זאך, אז היי יאר האט זיך אביסל אנגעזן א שטיקעל פרעמדער ציבור, מיט קלענערע קאפלעך, און אזוי אויך אפאר ספאדיקעס, וכדו' פון זענענן זיי געקומען?
די בענד האט זייער אסאך צוגעגעבן, און די קאור פון עמרם אקער, איז געווען גאר גוט,
זכות רבי שמעון יגן עלינו |
|
איך פארשטיי דיין ווייטוג אין די ווייטונג פין דיינע קאלגעס נישט נאר קליינע קאפעך מיט ספאדיקס זענען געווען נאר מ'האט אפי' געברענגט אלע מיליאנען המספיק קאנסומערס פין די גאנצע וועלט (עי' דער איד ביי די וואלען), אפגערעדט פין די הונדרעטע געדינגענע שחורים צו שטיין אויף די פארענטשעס
נאך א מזל מ'האט געברענגט די בענד.......
ביזט א זיסער קעלבער, טרייסט עכט שווער קודם האטו א נחמה אויף דיין נעכטיגע שלאפלאזע נאכט כ'האף אז נעקסטע יאר וועסטו וויסן אז ליל לג בעומר טאר מען נישט דורכגיין אויף פארעסט פינקט מוצאי שבועות, חופה'ס וכודומה אז נישט דארף מען ברענגן ספאדיקס מיט א בענד צו פארענטפרן וואס דרוקט אויפן הארץ
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 00:37 |
|
| |
יעדע איינציגע זאך איז נעכטן געווען ספעציעל, מען זעט אז די עסקנים האבן אריינגעלייגט קאפ און מח אז אלעס זאל קלאפען
[די איינציגסטע זאך וואס האט נישט געטויגט איז געווען די זייגער..... אבער ווער האט דען בכלל געקיקט דערויף?}
למעשה, איך האב זיך נישט גערישט אז עס וועט זיין אזא עולם נעכטן,
אבער דער עולם נעכטן, פלאס די התלהבות האט אלעמן באנימען
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 00:39 |
|
| |
| היראים כתב: |  |
א אינטערסאנטע זאך, אז היי יאר האט זיך אביסל אנגעזן א שטיקעל פרעמדער ציבור, מיט קלענערע קאפלעך, און אזוי אויך אפאר ספאדיקעס, וכדו' פון זענענן זיי געקומען?
++++++
איך האב זיי אויך געזען, און איך ווייס טאקע נישט פון זיי זענענן געקימען
|
|
איך טראכט מן הסתם זענענן זיי געקימען פון מאנסי _________________
תוקן על ידי have_hope ב- 23/05/2011 00:40:56
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 00:48 |
|
| |
| have_hope כתב: |  | |
א אינטערסאנטע זאך, אז היי יאר האט זיך אביסל אנגעזן א שטיקעל פרעמדער ציבור, מיט קלענערע קאפלעך, און אזוי אויך אפאר ספאדיקעס, וכדו' פון זענענן זיי געקומען?
++++++
איך האב זיי אויך געזען, און איך ווייס טאקע נישט פון זיי זענענן געקימען
איך טראכט מן הסתם זענענן זיי געקימען פון מאנסי _________________
תוקן על ידי have_hope ב- 23/05/2011 00:40:56
|
| שקרן, לייג נישט צו קיין ווערטער וואס איך נישט געשריבן קיינער האט דיך נישט געהייסן נאכטן דוכוואקען פארעסט אדער גארפילד (זעה די לעצטע שורה פין די ציגעלייגט ווערטער ביי ''היראים כתב'' פין זיין לעצטע תגובה - פאר ער פאררעכט עס)
תוקן על ידי היראים ב- 23/05/2011 00:48:40
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 00:53 |
|
| |
| היראים כתב: |  |
א אינטערסאנטע זאך, אז היי יאר האט זיך אביסל אנגעזן א שטיקעל פרעמדער ציבור, מיט קלענערע קאפלעך, און אזוי אויך אפאר ספאדיקעס, וכדו' פון זענענן זיי געקומען?
++++++
איך האב זיי אויך געזען, און איך ווייס טאקע נישט פון זיי זענענן געקימען
איך טראכט מן הסתם זענענן זיי געקימען פון מאנסי _________________ לייג נישט צו קיין ווערטער וואס איך נישט געשריבן
|
|
דו ווייסט יא ווער זיי זענענן געווען?
כ'האב פארשטאנענן פון דיין לאנגע תגובה אז דו וואנדערסט אויך, און דו ווייסט נישט
--
דרך אגב,
און אזא טאג, און נאך אזא נאכט נעכטן, איז צייט זיך בארואיגן און נישט זיין ביזי מיט די הוילע שטותים, טראכט אריין וועסטע זען אז איך בין גערעכט
_________________
תוקן על ידי have_hope ב- 23/05/2011 00:55:19
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 01:14 |
|
| |
עס קומט באמת א דאנק פאר די עסקנים פאר אזא ארבעט וואס האט זיך אויסגעצאלט פי כמה זיי רעדן שוין פין פרישע פלענער אויף קומענדיגע יאר וויאזוי מ'קען אויסברייטערן די חלל פין די ריקודין אין ארייננעמן מער פלאץ
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 01:34 |
|
| |
צוויי הערות פאר נעקסטעס יאר, משיח זאל זיכער ווי פריער קימען
1}די גרויסע פראדשעקטערס ליכטיג צו מאכען, איז געווען זייער נישט און פלאטץ, עס האט אריינגעשיינט און די אויגן פאר ווער עס האט געוואלט קיקען אויפן פייער, אדער אויף רבינו שליט"א, עס דארף ווען ליגען מער און די זייט, אזוי ווי צווישן פת שחרית, און די בוים {אלטע השבת אבידה שטיבל}
די פארענטשעס פאר די קינדער, איז געווען צו אריין, עס דארף וועל לינגען אינגאנצן אויף די זייטיגע פארקינג לט, נישט אויף די פראנט פארקיניג לאט
_________________
|
|
|
|
|