|
|
| נשלח ב-23/5/2011 20:55 |
|
| |
עס קוקט אויס אז די התרוממות'דיגע הדלקה טוט עפעס זייער וויי פאר די בני זאליס אז זיי ברויכן אהער שיקן אלע זייערע ניקס צו פרובירן צו פארדרייען דעם שמועס מיט שטותים און לאקשען.
מוצש"ק נאך די הדלקה זעה איך ווי צוויי בני זאלי בחורים שפאצירן זיך אהיים נאך די מסיבת לחיים קרוב צו דריי אזייגער פארטאגס, און איינער איז מסביר פארן צווייטן אז עס איז געווען מערסטנס 2-3 טויזענט אידן. דער אנדערער מער א אויפגעקלערטער, נעמט זיך מסביר זיין אז ס'איז געווען אסאך מער, און דאס איז שוין דער קליינער חלק ווייל ער געזעהן אז רוב עולם איז שוין אהיים געפארן גלייך נאך די הדלקה בעפאר די מסיבת לחיים. יענער האט נאך צוגעלייגט זאלץ צו די וואונדן מיטן ערקלערן אז ס'איז געווען א הערליכער און ווארימער מעמד.
ס'וואלט מיר געווען אינטערסאנט מיטצוהאלטן זייער ווייטערדיגע שמועס, אבער צוליב דעם שפעטן שעה האב איך מיר אריינגעזעצט אין קאר און אהיימגעפארן מיטן האפענונג אז ווען דער כ"ק רבינו שליט"א האט מזכיר געווען פאר'ן תנא רבי שמעון די אלע וואס קענען נישט שלאפן נאכט נאך נאכט, האט ער זיי אויך אינזין געהאט.
אלענפאלס, אויסער דעם גרויסן דאנק וואס קומט זיך פאר האחים החשובים ר' דוד יודא און ר' חיים שאול קאהן פארן אויסארבייטן דעם מייסטערהאפטיגן סדר, קומט זיך באזונדער א דאנק פאר די אלע וואס האבן נישט געשפארט זייער הערות און זייער געדאנקן פאר די עסקנים כדי דער אומפארגעסליכער געהויבענער מעמד זאל זיין צוגעשטעלט אן צד היותר טוב.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 21:02 |
|
| |
| האנדא כתב: |  | דער העוו האויפ איז א זאלי דעריבער דארף מען טאן תשיבת המשקל, און נישט ענפערען אדער ח''ו דעבאטירן מיט דעם פעלרהאפטיגס, ביז ער וועט פארשווינדן ווערן פונעם האריזאנט, וואו זיינע פארגייער,
|
|
איך לייג אוועק די תגובה, און פאל האנדא וויל עס מעקן
______
איז דא עפעס א נייע קריזיס/מלוקה/סקאנדאל און די קהלה, אזאש אז מען דארף אנזאגען אז מען זאל ח''ו נישט דעבאטירן,
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 21:03 |
|
| |
ביטע נישט מגיב זיין אויפן לעצטן תגובה, מפני תקנת המקום.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 21:16 |
|
| |
אבי דער עולם קומט צו שכל ווער דער נערישער שפילער איז, דאס האט מיך אבער נאך קיינער נישט געקענט ענטפרן פארוואס וועלן זיי איבערניצן די נערישע געווער פין ניצן א ניק אין שפילן ארונים, איז דאס אזא שטארקע געווער אז זיי זאלען האלטן אין איין איבערמאכען די זעלבע נערישע זשואק?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 22:30 |
|
| |
עני בילדער אדער ריפארט פון די סעודה נעכטן נאכט און הופער?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 22:31 |
|
| |
ביטע נישט מגיב זיין אויפן לעצטן תגובה, מפני תקנת המקום.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 22:39 |
|
| |
עני בילדער אדער ריפארט פון די סעודה נעכטן נאכט און הופער?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 23:17 |
|
| |
| have_hope כתב: |  | | אבער עס איז דא אזוינע אידן וואס קימען צי די הדלקה, ווייל זיי ווילען זען די מעכטיגע עולם, צו ווייל זיי ווילען ווייזען וואס פאר א עולם עס איז דא, צו ווייל זיי האבן ליעב צו זען רבינו שליט"א אינאיינעם מיט אזא גרויסער עולם, פאר אזא איינעם באדערט טאקע אז עס איז דא פרעמדע, ווייל לויט יענעם האט דאך די גאנצע הדלקה גארנישט מיט ר' שמעון, אלעס איז לויטער פארטיי און כבוד, אזא איינער וויל טאקע אז נאר לויטער "טי פארטי" דזשיהאד חסידים זאלען זיך משתתף זיין, |
|
ביסט זיך אליינס סותר, שרייבסט אז זיי קומען ווייל זיי ווילן זעהן די מעכטיגע עולם, נו אדרבה! וואסא חילוק ווער ס'קומט, זאל יעדער קומען חסידים-מתנגדים-ליטאים, דער עיקר צו זעהן וואס א גרעסערער עולם!...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 23:20 |
|
| |
ענקער בילדער זענען לכאורה געפעלטש ווייל האלב ארונים זענען געווען אין מירון לג בעומר
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 23:26 |
|
| |
מיין פוינט איז, אויב מיינט מען רשב"י, און אויב מיינט מען די ערענסקייט פון די זאך,
דארף נישט אנגיין ווער נאך עס איז אלץ דארט, און אויב זאליס טאנצן מיט,
אויב אבער האט מען אינזין נאר שטותים, ווי פארטיי, אדער ווי גרויס און מעכטיג מען איז,
דאן קען מען קימען א טאג שפעטער אנגעבלאזן און אויפגערעגט פארוואס עס איז געווען זאליס,
ווייל פאר די סארט אידן, וואס זייער גאנצע מחשבה דרייט זיך ארום זאלי/פארטיי אד"ג, די האבן שוין אינגאנצן פארגעסן וואס א ל"ג בעומר מיינט, זיי זעען שוין איבעראל די זעלבע זאך, איינמאל זאליס און נאכאמאל זאליס, זיי קענענן זיצען ביים רבין'ס תורה ביים לחיים, און טראכטן ווי זאלי קראכט יעצט, און די תוצאה דערפון זעט זיך דא א טאג נאכדעם ווען מען זעט וואס עס ליגט זיין און קאפ, און וואס זיי האבן און מחשבה טאג און נאכט
תוקן על ידי have_hope ב- 23/05/2011 23:30:04
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 01:57 |
|
| |
five boro אנשטאט צו פירקלען דא סתם אין די וועלט אריין, ווען יעדער האט באמת רשות צו שרייבן וואס ער האלט און וואס זיין מיינונג איז.
ענדערש שרייב אביסל וועגן 'אתרא קדישא' און וועגן די נושא פון קברים אין אר"י, כ'בענק מיך נאך דיינע געשרייבעכצער וועלכע פלעגן זיין געשריבן מיט א זעלטענעם זאפט און טעם להנות בהן בני אדם...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 02:21 |
|
| |
כבוד ידידי לא עליכם.
איך האב פארשידענע נושאים וואס איך שרייב, אבער ווער עס געדענקט האב איך נישט אנגעהויבן דא. איך פלעג זיך טענה'ן מיט די זאלונים פנים אל פנים אין זייער פארום, ביז ווען דער דארטיגער מנהל האט באשלאסן אז כדי זיין פארום זאל דינען די ציהל וואס ער זוכט, מוז ער מעקן פון מיר תגובות, טאמער עס פארענטפערט צו גוט זייער דמיון וכדו'.
אלזא, היינט צוטאג שרייב איך דא, און נישט יעדן טאג, נאר בעיקר בלויז ווען איך האב א טעמע וואס איז מעגליך אז דער עולם איז נישט באקאנט דערין, און איך האב געווענליך נאנטע אינפארמאציע צו פארשידענע זאכן פון ערשטע אדער גאר קראנטע מקורות.
אויב אבער ברויך איך זיך אוועקגיבן מיינע כוחות הנפש צו וויסן ויאזוי זיך צו ספראווען מיט א זאלי וואס שפילט ארוני פאר א געויסע באקאנטע צוועק, דאן איז דער פורם נישט פאר מיין באקוועמליכקייט.
דעריבער, כדי עס זאל נישט ווערן איינגעגעסן אזא מחלה, וועל איך דערמאנען מיינע ידידים דא, ביי יעדע תגובה פון אזא ניק, נישט מגיב צו זיין אויף דעם ניק וועלכער פארלעצט א תקנה נישט צו שפילן פארטיי.
הצלחה רבה, FiveBoro.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 02:28 |
|
| |
איך מיין עס איז דא א מנהל פאר א סיבה
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 08:45 |
|
| |
די מוזיק אין די מייקס האבען נישט געטויגט אין די לעקטערס האבען אריין געשיינט אין דיא אויגען אבער רוב צייט האב איך געהאלטען מיינע אויגען פארמאכט במילא וועגען די הותעוררות וואס עס האט מיך ארומגענימען מיט טרערען
מיין ווייב איז אויך מיט געקימען אין זי האט נישט געקענט ציקימען אקעגען די רחבת הביה"ם ציליב דעם גרויסען געדרענג פין נשים וואס זי האט געשאצט ארום 5000
|
|
|
|
|