| נשלח ב-24/5/2011 19:55 |
|
| |
נעבעך הופפער, דו האסט פארפאסט א גיטס, די צוגעמאכטע אויגן פיל מיט טרערן און די גרויסע לעקטער האבן דיר פארשטעלט דעם מחזה הוד, ווי רבבות אידן בלי שום גוזמא האבן זיך געהויבן אין די ליפטן מיט אזא התרוממות עד אין לשאר, אפילו דיין אשת חבר כחבר האט אויך געהאט איין אויג פארמאכט אויב זי האט נאר געזען 5000 נשים צדקניות...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 20:41 |
|
| |
איך בין שוין געווען אין מירון, איך האב שוין געזען אלע קליפס פון אלע רבי'ס, הויפן, חסידות'ן, הדלקה'ס.
אין מירון זענען טאקע דא איבער א מיליאן מענטשן, אבער קיין שום איינציגע הדלקה קומט נישט צו אפס קצהו פון דעם מעגא-מעמד אין קרית יואל.
אדרבה, אויב עמיצער האט עני קליפ, פון עני הדלקה אין מירון וואס קען זיך קאמפערן צו קרית יואל: ביטע ברענג עס.
(דיסקלעימער: איך רעד נישט פון התרגשות/התרוממות/קדושה/געגועין/כיסויפין און פעסער מיט אהבה וואס מ'קען נישט מעסטן - וכו' וכו'. איך רעד בלויז פון א מעמד הדלקה, ווייל דאס קען מען ענדערש מעסטן - ודי בזה).
ניזי קליפ ונחזי
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 24/05/2011 20:56:26
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 21:31 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  |
(דיסקלעימער: איך רעד נישט פון התרגשות/התרוממות/קדושה/געגועין/כיסויפין און פעסער מיט אהבה וואס מ'קען נישט מעסטן - וכו' וכו'. איך רעד בלויז פון א מעמד הדלקה, ווייל דאס קען מען ענדערש מעסטן - ודי בזה).
|
|
רבי_יונה ודעימי', האסט א שטאקע פוינט, איך האלט אז די סארט הרגש וואס דו רעצט, איז נאר געאייגנט פאר העכערע סארט מענטשן, וואס פארשטייען און ליגן אין די ענינים, למשל אזא גאטונג ווי הרה"צ מהר"י ראטה, ער איז א איד וואס איז כידוע שטאק דבוק בתורת הח"ן און א עובד השם באמת ובתמים בלי שום פני', ווען ער גייט אויף מירון גייט ער נישט צוליב די חציונות'דיגע מראות והרגשים, פאר איהם האט עס אסאך מער טיפערע באדייט ווי איך אין דו
אני הצעיר, בין שוין מערערע מאל געווען אין מירון ל"ג בעומר, אויב איך זאל זאגן אז ס'געווען עפעס אנדערש ווי סיי וועלכער ציון פון די צדיקים ווי למשל אביי ורבא, וועל איך מיך סתם פאפן,
איך האלט אז ר' אהרן טוט א געוואלדיגע זאך, צו אויפהייבן המון עם אידישע קינדער, לפי דרכם, מיט ווארעמע ניגונים ומאורות כנהוג, סתם ארומוואנדערן אין מירון צווישן אלע סארט עלעמענטן, אן האבן א מושג וואס דער טיפער באדייט איז, איז סתם זיך גענארט,
איך זאג נישט, ווער ס'גייט מיט א ריינע כוונה מה טוב ומה נעים, אבער מ'דארף זיך נישט פאפן
_________________
|
|
|
|
|