| נשלח ב-24/5/2011 19:24 |
|
| |
ויקם דזשיגאן חדש = סקווירא
מזל טוב מזל טוב!!! כלל ישראל איז באשאנקן געווארן מיט א נייע דזשיגאן שאו שפילער, טאקע איינער וואס גייט און די דרכים פון זיין שוואגער די אלט באקאנטער דזשיגאן פון קרית יואל.
זיי זענען שוין ביידער באקאנט אלץ הארצלאזע מענטשן וואס זענען גרייט פשוט צו הארגנ'ן אנדערע וואס גייען נישט אין שפאן. דער נייע דזשיגאן האט אויך אנגענומען דעם מיטל פון נעמען ערענסטע מאמענטן און זיי אויסניצן פאר פערזענליכע אונטערעסע. דער ק"י דזשיגאן האט זיך משוגה געמאכט ביים לוי' פון רבינו הק' בעל ברך משה. אזוי אויך דעם אומפארגעסליכע הושענה רבה ווי ער האט מיט הייסע טרערן געוויינט אז די געפלאנט אונוואזיע אויף ראדני זאל געקרוינט ווערן מיט סוקסעס. דא קענט איר הערן ווי דער נייע דזשגאן פון סקווירא וויינט ביי "על ביעור חמץ" אז זיין טעראר שטיק זאל געלונגען. רופט 718-819-3007 דאן דריקט 191. דער לוזער האט זיך נאכנישט אויסגעלערנט אז מיט טעראר און רשעות קומט מען נישט אן אין ערגעץ!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 19:35 |
|
| |
און דער בער זיצט אין ירושלים און לאכט פון זיינע צוויי דזשיגאן שוואגערס וואס פלעגן זיצן נעכט און אויסהערן די דזשיגאן טעיפס (עס איז ידוע אז נאכדעם וואס דער קרית יואלער דזשיגאן האט חתונה געהאט, ווען ער האט נאך געוואוינט אין שיכון וויזניץ אין אר"י פלעגט מען יעדע נאכט ארויסהערן די שטימע פון דזשיגאן פון זיין הויז) אז יעצט ווייסן זיי נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט זייער "אייגענע שטעטל"
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 19:44 |
|
| |
ער זאגט דארט ברכת שהחיינו?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 19:49 |
|
| |
איז דער דברי יואל אויך געווען א דזשיגאן טעראריסט? ווען עס זענען געווען די שווארצע יו ען גייערס האט ער זיי ארויס געווארפן, האט ער דען נישט געוויסט אז מיט טעראר ארבייט דאס נישט?, און ווען ער האט געשריגן ביי די פתיחה תשכ''ז אז וועם עס געפעלט נישט זאל זיך גיין לחיים ולשלום און אויב נישט וועט ער זיך נוקם זיין בזה ובבא, וואס פאר א גערעדעכטס איז דאס פון נוקם זיין? ווייסט ער נישט אז מיט טעראר גייט דאס נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 21:11 |
|
| |
איך ענטפער נישט געווענטליך אויף אזעלעכע דברי טיפשת, אבער יעצט איינמאהל וועל איך ענטפערן, און נאך די איינמאהל, קענסטו מגיב זיין וואס די ווילסט, איך וועל בל"נ נישט ענטפערן, קודם ווילן מיר דיר זאגן, ווערסט נאך נישט פארעכענט פאר אזא גרויסע חכם מיט דיין שפראך, פארוואס? ווייל כבר קדמוך, דער שפראך איז שוין אלט עטלעכע 30 יאהר, ווען בעלזא האט דאס געשריבן און מחנה החרדי יעדע וואך, ווערסט יא פארעכענט אלס א חלק פון די וואס האבן דעם רבין אזוי געוואלט אראפ מאלן, אבער ווילאנג ער האט געלעבט און די ריכטיגע מציאות פון די קדושה איז געווען מיט אינז, האבן זיי נישט געהאט קיין הצלחה דערמיט,
שפעטער ווען דיין רבי האט געוויזען א סעמפעל ווי אזוי מען טוט אפ רשעות מיט כל מיני פסלנות'ער, און מען ריפט דאס קנאות, אט דאס האט געגעבן די פתחון פה פאר די אלע אויבען דערמאנטע, און קורצן, דעס לעבן און שאפן פון אלע אמת'ע קנאים איז געווען אנגעפילט מיט צדקה וחסד, די אלע צדיקים וקדושים פון די אנגארישע חדר וואס האבן געפירט פארשידענע מערכות למען כבוד שמו יתברך, די זענען צי די זעלבע צייט אויס געגאנגען פאר א צווייטע איד, זיי האבן זיך מצער געווען בצערתן של ישראל, און זיך געפרייט בשמחתן, זיי האבן געטון אסאך מער ווי זייער מעגליכקייט צי העלפען א צווייטן איד, און זייער גאנצע לעבען איז געווען ווי א קייט פון צדקה וחסד, און ווען זיי האבן זיך באניצט מיט קנאות איז געווען ניכר מתוך מעשיהם אז עס איז לשם שמים, און נישט קיין אייגענע אינטערעסן,
משא"כ די היינטיגע חתנים דינן איז זייער לעבן און שאפן אנגעפילט מיט רשעות א קעגען פירוואטע מענטשן, פערזענליך, זיי האבן שוין יורד געווען לחיים און ציגרונד געלייגט אן א צאהל משפחות, א פשוט'ע אמשילדיגע טובה (אן פראפעגאנדע) פאר א צווייטע איד איז פון זיי נאך נישט ארויס געקומען, זיי רעדען ביי א יעדע געלגנהייט נאר פון זיך מיך איך, און עס איז ניכר ממעשיהם הטובים אז דא רעדט זיך פשוט און פראסט פון שלעכטע מענטשן מיט שלעכטע אום אויסגעארבעטע מידות, מידות נשחתות, זיי זענען דא נאר זיך צי פאשענען, און אראפ רוימן וועם אימער עס שטייט זיי און וועג,
דרך אגב הער איבער די טעפ פון די מיטונג ביי די פרשה פון די שווארצע, וועסטו זעהן, אז מען האט קיינעם נישט בפועל ארויס געווארפן פון בית המדרש, מען האט זיי אויסגעשלאסן פון קהל, און מען האט געבעטן דעם עולם אז ווען איינע פון זיי וועלען אריין קומען און בית המדרש זאהל קיינער אים נישט גריסן און נישט רעדען צי אים, דאס איז געווען די ערגסטע שטראף, און פרעג דיך נאך, וועסטו זען אז ווער עס האט געהאט די קעראזש אריין צי קומען און בית המדרש (און עס איז געווען איינצעלענע) האט מען אים באשטראפט נאר מיט דעם אז קיינער האט אים נישט אנגעקוקט, דאס אלעס, מען האט נישט געהויבן קיין הענט, מען האט נישט געשריגן, און אפילו נישט געשטופט, די סיבה דערפון איז, ווייל ווען מען דארף טון אזונע סארט זאכן, טוט מען נישט מער מיט איין טראפ פון וואס עס פעלט אויס, צום ציל פארוואס מען טוט עס.
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 24/05/2011 21:17:08
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 21:33 |
|
| |
יא, נישטא וואס צו רעדן. דער רבי זי"ע, צי ליפא פריעדמאן, הו עווער איט וואס, האט סאך קלוגער און שענער געדילט די שווארצע פרשה, ויי אלע אנדערע חסידותער, און דערפאר איז ער אנגעקומען די שענסטע. ווען מען גייט ווען דעמאלט מיט א דזשיגאן שטייגער, וואלט שוין בחייו פון רבי'ן געווען א בני יואל.
זיי קלוג און נישט גערעכט! (קרעדיט: יואל'י לעבאוויטש).
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 21:44 |
|
| |
גולם, ווען איך האב נישט וואס צו ענטפערן, ענטפער איך פונקט ווי דו, נאר איך מאך עס אסאך מער בקיצור און צו דערזאך, נישט מיט א הויפן שטותים והבלים,
דער חילוק איז איין זאך, פארן דברי יואל האט זיך קיינער נישט מתחצף געווען, פארן סקווערער רבי אין די לעצטע 40 יאר האט זיך אויך קיינער נישט מתחצף געווען, אבער אזוי ווי אין סאטמאר איז אויף געקומען א יאשקע מסור חצוף ומחוצף און געוויזן אז ער פייפט זיך אויס אויף אלעם ווי איינער וואס איז נישט מזרע ישראל (כלשונו פון הייליגן בעל ברך משה זי''ע) אזוי אויך אין סקווער איז אצינד אפיר געקומען א גלגול פון יאשקע מסור מיט נאמען ראטענבערג, און ווייזט אויך אז איש כל הישר בעיניו יעשה, אויב דאס איז אידישקייט, ווייס איך נישט וואס איז גואישקייט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 21:50 |
|
| |
איך בין נישט מוסיף גארנישט, דאס איז קאפי פעסט פון אויבען,
און קורצן, דעס לעבן און שאפן פון אלע אמת'ע קנאים איז געווען אנגעפילט מיט צדקה וחסד, די אלע צדיקים וקדושים פון די אנגארישע חדר וואס האבן געפירט פארשידענע מערכות למען כבוד שמו יתברך, די זענען צי די זעלבע צייט אויס געגאנגען פאר א צווייטע איד, זיי האבן זיך מצער געווען בצערתן של ישראל, און זיך געפרייט בשמחתן, זיי האבן געטון אסאך מער ווי זייער מעגליכקייט צי העלפען א צווייטן איד, און זייער גאנצע לעבען איז געווען ווי א קייט פון צדקה וחסד, און ווען זיי האבן זיך באניצט מיט קנאות איז געווען ניכר מתוך מעשיהם אז עס איז לשם שמים, און נישט קיין אייגענע אינטערעסן,
משא"כ די היינטיגע חתנים דינן איז זייער לעבן און שאפן אנגעפילט מיט רשעות א קעגען פירוואטע מענטשן, פערזענליך, זיי האבן שוין יורד געווען לחיים און ציגרונד געלייגט אן א צאהל משפחות, א פשוט'ע אמשילדיגע טובה (אן פראפעגאנדע) פאר א צווייטע איד איז פון זיי נאך נישט ארויס געקומען, זיי רעדען ביי א יעדע געלגנהייט נאר פון זיך מיך איך, און עס איז ניכר ממעשיהם הטובים אז דא רעדט זיך פשוט און פראסט פון שלעכטע מענטשן מיט שלעכטע אום אויסגעארבעטע מידות, מידות נשחתות, זיי זענען דא נאר זיך צי פאשענען, און אראפ רוימן וועם אימער עס שטייט זיי און וועג,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 22:51 |
|
| |
די קלז"ב און קראלי ספינקא חסידים האבן די זעלבע זאך געשריבן אויפן דברי יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 22:55 |
|
| |
איך בין נישט מוסיף גארנישט, דאס איז קאפי פעסט פון אויבען,
און קורצן, דעס לעבן און שאפן פון אלע אמת'ע קנאים איז געווען אנגעפילט מיט צדקה וחסד, די אלע צדיקים וקדושים פון די אנגארישע חדר וואס האבן געפירט פארשידענע מערכות למען כבוד שמו יתברך, די זענען צי די זעלבע צייט אויס געגאנגען פאר א צווייטע איד, זיי האבן זיך מצער געווען בצערתן של ישראל, און זיך געפרייט בשמחתן, זיי האבן געטון אסאך מער ווי זייער מעגליכקייט צי העלפען א צווייטן איד, און זייער גאנצע לעבען איז געווען ווי א קייט פון צדקה וחסד, און ווען זיי האבן זיך באניצט מיט קנאות איז געווען ניכר מתוך מעשיהם אז עס איז לשם שמים, און נישט קיין אייגענע אינטערעסן,
משא"כ די היינטיגע חתנים דינן איז זייער לעבן און שאפן אנגעפילט מיט רשעות א קעגען פירוואטע מענטשן, פערזענליך, זיי האבן שוין יורד געווען לחיים און ציגרונד געלייגט אן א צאהל משפחות, א פשוט'ע אמשילדיגע טובה (אן פראפעגאנדע) פאר א צווייטע איד איז פון זיי נאך נישט ארויס געקומען, זיי רעדען ביי א יעדע געלגנהייט נאר פון זיך מיך איך, און עס איז ניכר ממעשיהם הטובים אז דא רעדט זיך פשוט און פראסט פון שלעכטע מענטשן מיט שלעכטע אום אויסגעארבעטע מידות, מידות נשחתות, זיי זענען דא נאר זיך צי פאשענען, און אראפ רוימן וועם אימער עס שטייט זיי און וועג,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 22:58 |
|
| |
נישט קיין נ"מ ווי אזוי די אמאליגע צדיקים האבן זיך געפירט, דאס איז אבער זיכער אז אלעס וואס זיי האבן געטון איז געווען לשם שמים און נישט זיך גרויסצומאכן. משא"כ דעי וואס טעראריזרן היינט די מענטשהייט און מאכן זיך משוגה איז עס נאר צוליב אני ואפסי.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 23:12 |
|
| |
איך האב אין מיין באזיץ די תקנות וואס מיין טאטע האט אינטערגעשריבען ווען ער האט געמאפט קיין קרית יואל און דארט שטייט נישט קיין איין ווארט וועגן ציונות, דארט שטייט יא, אז מען איז אינטער געווארפן אינטער די הנהלת הקהלה, סא, די גאנצע דיסקאשן דא איז בלויז פאנטאזירעכצער, דער רבי האט געוואלט קאנטראל, א מחוצף איז ביי עם געווען פיל ערגער ווי א שייגץ רח''ל, ער האט געהאלטן אין זיין ישיבה גאר שוואכע און אפילו אין א געוויסן מאס פארדארבענע בחורים, (אויב זיי האבן נישט פארדארבן אנדערע) אבער א מחוצף האט ער ארויס געווארפן אן קיין רחמנות, אדרבה, שאל אביך ויגדך, דאס איז ידוע ומפורסם לכל,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2011 00:08 |
|
| |
מחוצפים האט די רבי טאקע געווארפן און פארדעם איז אפילו געפלויגן בערל פריעדמאן, אבער ווי פריער געשריבן זיי האבן עס געמיינט לשם שמים, מילא איז דא נישט נוגע די אלע טענות ווייל איינמאל ווען זיי מיינען זיך אליינ'ס און עס גייט זיי אריין א משגעת אין קאפ אז מען טאר נישט גיין דאווענען ערגעץ אנדערש נאר ווייל 'איך' וויל אזוי, דאן הייסט דאס נישט זיך מתחצף געווען, ווייל ער איז נישט מחוייב נאכצוטאנצן זיינע משוגעת'ן. און אויב זעהט דער א.ג. רב אז ער דארף פארברענען און הרגנ'ן דעי וואס טאנצן נישט מיט זיינע משוגעת'ן, מיינט דאס אז ער קען נישט קאנטראלירן דעם שטעטל דאן זאל זיך דער פירער אויפהייבן און אנטלויפן דארט ווי דער עגיפטען'ר דיקטאטור און פילע אנדערע האבן געטאן. און אז נישט איז ער א לוזער פונקט ווי קאדאפי וואס הרג'ט אויס אומשולדיגע איינוואוינער.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2011 04:17 |
|
| |
עס פאסט זיך נישט דאס ווארט געפלויגן אויף רבי בערל פריעדמאן שליט''א, וואס ער איז נאך אלץ דער פרעזידענט פון 95 פראצענט פון די סאטמארע חסידים וואס ער האט דעמאלטס געהאט, און וואס זענען געווען דבוק אין הייליגן ברך משה זי''ע, ענדערשט פאסט זיך צו שרייבן דאס ווארט געפלויגן אויף זריאלע גליק וואס איז געפלויגן פון בית המדרש הגדול אין קרית יואל, און זיינע בכיות פאר דעם בית דין פון בני ברק האט עם ווייניג געהאלפן, דאס מיינט געפלויגן, אדער פאסט זיך צו שרייבן געפלויגן אויף ר' יונה האלפערט ע''ה וואס האט געדארפט צו ליגן נאנט צו ברך משה אלץ משמש בקודש און איז נעבעך ביטערלעך געפלויגן, ווי אויך ר' חיים דוד כ''ץ וואס איז געפלויגן פון דיינות פאסטן אין בארא פארק, דאס הייסט געפלויגן, אדער גאר די קרעטשמע זיצערס וואס זענעם ביטערליך געפלויגן פון זייער קלוב, דאס הייסט עכט געפלויגן. איך האב הנאה ווי דער מוח קטן ספרינטער איז דער וואס איז מחליט וואס עס איז לשם שמים און וואס איז פאר משוגעת, טעראר און פאר אייגענע אינטערעסן לכבוד די פארטיי, למשל אראפ כאפן שייטלעך פון פרויען וואס טראגן שבת מיטן עירוב = לשם שמים, הדלקה = משוגעת. חוזק מאכן פון רבנים ביים טיש (ליבאוויטש, רבי אייזיק ספינקא וכו') = לשם שמים. זאגן תורה ביים ל''ג בעומר טיש (רח''ל) = משוגעת. דער מישמאשערס פסק אז אריזאנא מצות איז חמץ גמור = לשם שמים. דער פסק פון הגאון הצדיק רבי געציל בערקאוויטש אז סידור קידושין שלא ברשות המרא דאתרא = משוגעת. דעם גז''ל'ס דרשה מיט מגן דוד'ס = לשם שמים. רבי אהרן'ס נסיעה קיין ארץ ישראל = להגדיל הטראסק. ר' זלמן לייב פיליפ שרייען אין די גאסן מחללי' מות יומת = לשם שמים. מוחה זיין אויף פסולע קידושין = משוגעת און טעראר. די נארישע פראפעגאנדע מיט א ספר תורה וואס מען האט געטראפן אין צאנז = לשם שמים. משולחן מלכים אויסגאבע ווי אלע רבנים לעכצין צו נעמען א טייל = משוגעת. טאנצן מיט יאשקע מסור = לשם שמים. זיך טרעפן מיטן קלויזענבורגער אין ארץ ישראל = רחמנא ליצלן משנה געווען פון רעבע זיכראוינעווראכע. אין די ליסט גייט ווייטער און ווייטער, אונזער ידיד נאמן ספרינטער וועט עס צו ענדיגן.
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2011 06:30 |
|
| |
משה'לע קודם כל האב איך הנאה אז די ליינסט אזוי פיין דורך מיינע תגובות, דאס וואס די שיסט צוריק פארענטפערט נישט די רציחה און רשעות וואס ווערן אפגעטאן דורך די צוויי בליטדורשטיגע שוואגערס. קיינער איז נישט מחוייב נאכצוטאנצען זייער משוגעת'ן זייער ווארט איז נישט קיין ווארט ווייל זייער פארגייער האט אלעס געטאן לשם שמים, אבער די נייע טוען דאס נאר זיך גרויסצומאכן. אז איינער גייט דאווענען ערגעץ אונדרויסן פון שטעטל איז נישט דא קיין שום תירוץ דורכצופירן אזעלכע מעשה רציחה! ווען עס איז געווען די טרויעריגע פרשה ווי מען האט געוואלט אומברענגען דעם משב"ק הרה"ח ר' משה גבאי דאן האט מען געהערט פארדאמונגען פון דעם רבי'ן די בעל ברך משה זצ"ל און אפילו פון דעם ק"י דזשיגאן. ווי איז היינט דער סקווירא דזשיגאן? אפילו אויף זייער אפיציעלע מחאה בריוו האט ער נישט אונטערגעשריבן. דאס הייסט א רב? א רב דארף האלטן זיין קהילה אונטער קאנטראל און נישט נאר האקן אויף א האנטוך ארומגענומען מיט הויעכשטאקיגע פארענטשעס אונטער די שאטן פון פילע קעמערעס. *זאל מיר קיינער ח"ו נישט באשולדיגן אלץ א האסער קעגן סקווירא, פונקט פארקערט עס איז א שיינע קהילה נאר ליידער מיט עטליכע יונגאטשעס וואס ווייסען נישט ווי אזוי זיך אויפצופירן און ברענגען אן א שרעקליכע חילול השם וואס דאכט זיך מיר נאך ארגער ווי אלע אנדערע קהילות.
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2011 16:49 |
|
| |
| ספרינטער כתב: |  | משה'לע קודם כל האב איך הנאה אז די ליינסט אזוי פיין דורך מיינע תגובות,
יישר כוחכם!
דאס וואס די שיסט צוריק פארענטפערט נישט די רציחה און רשעות וואס ווערן אפגעטאן דורך די צוויי בליטדורשטיגע שוואגערס
האסטו שוין פארענטפערט די רציחה און רשעות פון ווארפן בצים אויף קלויזנבורגער רבי? אפשערן די בארד פון הרב קורפ? אינטערצינדן דעם קענדי סטאר אויף לי עוועניו ווי פיצלעך קינדער זענען קוים געראטעוועט געווארן? צאפן דאס בלוט פון די טאכטער פון בעל דברי יואל? געבן מכות רצח פאר א מוהל אין ראדני נאר ווייל ער איז א קלויזנבורגער חסיד? שופך דם זיין פאר רבי אבוש פון קראלי? אפשערן די בארד פון ר' מענדל וועכטער? ווען די וועסט דאס פארענטפערן וועל איך דיר ענטפערן דיינע תמוהות!!!
. קיינער איז נישט מחוייב נאכצוטאנצען זייער משוגעת'ן
אמת! קיינער איז נישט מחוייב און מען צווינגט קיינעם נישט, אבער די דאזיגע מחוצפים קענען אויך קיינעם נישט צווינגען נאכצו טאנצן נאך זייער שייגץ שטיק, אויב געפעלט זיי נישט זאלן זיי גיין לעזאזל!
זייער ווארט איז נישט קיין ווארט ווייל זייער פארגייער האט אלעס געטאן לשם שמים, אבער די נייע טוען דאס נאר זיך גרויסצומאכן. אז איינער גייט דאווענען ערגעץ אונדרויסן פון שטעטל איז נישט דא קיין שום תירוץ דורכצופירן אזעלכע מעשה רציחה!
ווער איז מחליט ווער עס מיינט לשם שמים און ווער נישט? ספרינטער פון הייד פארק? (זעה מיין פריעדיגע תגובה פון לשם שמים)
ווען עס איז געווען די טרויעריגע פרשה ווי מען האט געוואלט אומברענגען דעם משב"ק הרה"ח ר' משה גבאי דאן האט מען געהערט פארדאמונגען פון דעם רבי'ן די בעל ברך משה זצ"ל און אפילו פון דעם ק"י דזשיגאן. ווי איז היינט דער סקווירא דזשיגאן? אפילו אויף זייער אפיציעלע מחאה בריוו האט ער נישט אונטערגעשריבן. דאס הייסט א רב? א רב דארף האלטן זיין קהילה אונטער קאנטראל און נישט נאר האקן אויף א האנטוך ארומגענומען מיט הויעכשטאקיגע פארענטשעס אונטער די שאטן פון פילע קעמערעס.
יישר כח!, א וודאי האט מען מוחה געווען אז מען האט געוואלט הרגענען "זיין גבאי", האט מען מוחה געווען ווען מען האט געוואלט הארגענען יצחק לייב וויינגארטן? האט דער דברי יואל מוחה געווען ווען מען אנגעגעקלאפט ר' שמואל בער גאטליעב דער קלויזנבורגער מוהל?, וואס איז? זיין בלוט איז נישט אזוי חשוב ווי א גבאי'ס בלוט?
*זאל מיר קיינער ח"ו נישט באשולדיגן אלץ א האסער קעגן סקווירא, פונקט פארקערט עס איז א שיינע קהילה נאר ליידער מיט עטליכע יונגאטשעס וואס ווייסען נישט ווי אזוי זיך אויפצופירן און ברענגען אן א שרעקליכע חילול השם וואס דאכט זיך מיר נאך ארגער ווי אלע אנדערע קהילות.
שיין וועט מען אויס זען אז מען זאל נעמען לעקציעס פון אפאר הפקר יונגען ווי יאשקע מסור מיט דעם נייעם מחוצף פון סקווער וואס זאלן אונז לערנען הנהגה!_________________
|
|
_________________
 |
|
|
|
|
|