בית פורומים אידישע געדאנק

ויקם דזשיגאן חדש = סקווירא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/5/2011 21:30 לינק ישיר 
קאמאנטארן זענען איבריג, כאפט'ס א שמייכל

משהלע כתב:
ברוך השם אז מיר האבן גרויס הצלחה מיט ביידע, די גאנצע וועלט האלט אז די זאליס זענען די שלעגערס, די אגרעסערס, די גנבים,, די וואס ווילן נישט גיין צו דין תורה, די הולכי לערכאות, און די גאנצע וועלט האלט אז רבי אהרן איז דער גרעסטער רבי וואס איז א מרביץ תורה, א גאון וצדיק, און א מנהיג אמיתי וואס טיט אויף פאר כלל ישראל, א איש המעש במלא מובן המילה, צו זיי האלטן דאס ביושר צו שלא ביושר איז באמת נישט קיין נפקא מינא, אבער אזוי האלט מען איבעראל, און די זעלבע וועלט האלט אויך אז דער גז''ל איז עם הארץ מדאורייתא, ומדרבנן, צו זיי האלטן דאס ביושר צו שלא ביושר איז ווייטער עכט נישט קיין נפקא מינא, און די זעלבע וועלט האלט אז אז די שלעגערס אין וויליאמסבורג ביים עירוב מערכה די וואס שלאגן און ווארפן אים קעריטשעס מיט קליינע פיצלעך קינדער דערין מיט א אומענטשליכע רציחה זענען קווינס בחורים, קען זיין אז דאס איז אויך שלא ביושר, אבער אזוי האלט די וועלט, פרעג נאר די פאפענע צו וויזניצע אלע זאגן בפה אחד אז די קווינס בחורים זענען שלעגערס און חיות.  


בקיצור בארונייתא ברא עלמא!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 22:07 לינק ישיר 

בארוהיג דיך, דאס גייט זיך טוישן נאך שבועות, ווען די גאנצע וועלט וועט וויסן אז רבי אהרן האט טאקע די גאנצע תורה, אבער נאר די פלעינע תורה, דעם דברי חיים'ס תורה האט דער גז''ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 23:15 לינק ישיר 
עטץ האטס א פיקטשער פריעדמאן ער קען אויך כאפן ווידעאו

משהלע כתב:
מיר האבן נישט קיין ווידיא ווייל יאשקע וואלדמאן מיט זיין ווידיא איז א זאלי, און מיר האבן נישט נישט קיין יאשקע!, אבער ווער דארף א ווידיא, יעדער ווייסט און יעדער האט דאס געזען, מענדל וועכטערס בילד ווי ער ליגט אין שפיטאל איז בשעתו געווען אין אלע צייטונגען. יעדן שבת דרייען זיך די קווינסער חיות אין וויליאמסבורג און שלאגן ווייבער און מיידלעך, און ער וויל א ווידיא,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 00:05 לינק ישיר 

ווער איז פיקטשער פריעדמאן? איך האב געהערט פון ר' בערל פריעדמאן, איך האב געהערט פון קיטשי וואלי פריעדמאן, און איך האב געהערט פון משה פריעדמאן, עיבי פריעדמאן, אלבערט פריעדמאן, אבער נישט פיקטשער פריעדמאן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 00:33 לינק ישיר 

דשיגאן?
ווי קומט דאס אריין ווען ער מדובר איז טערער

איך האב געזוכט אויף וויקיפידיע צו עס איז געווען א דיקטאטאר וואס האט געהייסען דשיגאן ולא מצאתי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 01:46 לינק ישיר 
ער דרייט זיך אין 53 מיט גרויסע אויגן ברעמען, יעצט ענטפער מיר וואס איך האב געבעטן.

משהלע כתב:
ווער איז פיקטשער פריעדמאן? איך האב געהערט פון ר' בערל פריעדמאן, איך האב געהערט פון קיטשי וואלי פריעדמאן, און איך האב געהערט פון משה פריעדמאן, עיבי פריעדמאן, אלבערט פריעדמאן, אבער נישט פיקטשער פריעדמאן. 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 04:23 לינק ישיר 

דער הייסט אלבערט פריעדמאן אדער ר' אברהם פריעדמאן, (איינער האט מיר געשריבן אין אישי אז ער איז מקפיד ווען מען רופט עם אלבערט, איך בעט עם שוין איבער ברבים) נישט פיקטשער פריעדמאן. ער איז טאקע א צייטונג שרייבער אבער איך האב עם נאכנישט געזען מיט קיין ווידיא אפאראט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 04:25 לינק ישיר 

דער פיקטשער פרידמאן דרייט זיך ארום מיט א קעמרע צוגעקלעבט צו זיין הענט פון די 5 יאר

מען זעט אים נישט אויף קיין בילדער ווייל ער כאפט אלעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 04:55 לינק ישיר 

אה קיי, איך וועל טשעקן ר' אברהם פריעדמאן'ס הענט נעקסט טיים ווען טרעף עם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 06:53 לינק ישיר 
סקווירא רבי פארדאמט די אקט און בעט פאר ראטענבערג'ס רפואה!

אין א שמועס פאר די בחורים אפאר מינוט צוריק האט די סקווירא רבי שרעקליך פארדאמט די אקט.
ער האט געזאגט אז עס אסור דאס צו טוהן און בפרט מזיק זיין א יוד בגוף!
ער האט געזאגט אז מען דארף מתפלל זיין אז די וועלכע מען האט זיי גורם געווען צער זאלן האבן א גאנצע רפואה און  אהיימקומען בשלימות געזונט!
די שמועס האט ער געגעבן פאר א קבוצה פון בחורים מצויינים וועלכע האבן זיך פארהערט גאנץ מסכת כתובות און געבעטן אז זיי זאלן דאס איבערגעבן פאר אלע בחורים פון ישיבה, און פאר אלע איינוואוינער פון סקווירא!

מער פונקטליכע דיבורים וועט נאכפאלגן אזויווי איך וועל האבן די אינפארמאציע!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 08:03 לינק ישיר 

איך רעספעקטיר אים פאר דעם שריט!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 08:10 לינק ישיר 

איך האב יעצט געהערט די פאר ווערטער:

ער האט נישט "שרעקליך פארדאמט די אקט", ער האט בסך הכל געזאגט אז ער האט געהאט "עגמת נפש" פון די מעשה, און ס'איז נישט "אונזער דרך" מצער צו זיין אידן און כל שכן בגופם.
און האט אנגעווינטשן אז "אלע וואס האבן צער זאלן אויסגעהיילט ווערן און אהיימקומען צו זיך אין שטוב".

ער האט נישט דערמאנט דעם נשרף נאמען,  ווי אסאך מעסעדזשעס פארן ארום. נאר דעם שורף מיטן נשרף צוזאמען.

אויף אזעלכע ווערטער קען מען בעצם זאגן "צו ווייניג - צו שפעט", אבער דער אמת איז אז ביי חסידים פון א רבי'ן קען אפשר יא אויסמאכן אז דער רבי האט געהאט "עגמת נפש" פון די מעשה, אז זיי זאלן זיך צוריקהאלטן פון דאס טאן נאכאמאל.

דערפאר דארף דאס יא באגריסט ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 08:43 לינק ישיר 

במחילת כבוד קדושתו, און צי עס דארף יא באגריסט ווערן צי נישט, איז אזא שמועס פאסיג געאייגענט גלייך ווען די "אלימות" האבן זיך אנגעהויבן אין סקווירא מיט א צייט צוריק. יעצט ווען עס ברענט שוין א פייער, תרתי משמע, און דער חילול השם אין די פרעסע און איבער דער גארער וועלט איז איום ונורא, דאכט זיך איז אזא אגב'דיגער שמועס, אז מ'רעדט שוין צו בחורים, אזוי לייכט צו פארדאמען וואס האט פאסירט - א ליצנות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 17:59 לינק ישיר 

דער רוח ה.... האט אנגעפאנגען ארבעטן נעכטן נאכט, פלוצלינג "וועיסט" ער שוין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 19:15 לינק ישיר 


שוין א לענגערע צייט וואס דאס יהדות החרדית ווייטאגט אויף דעם שווערן ערשיינונג וואס קומט פאר אין וויליאמסוברג מדי שבת בשבתו. דער פראבלעם פין "נשים באכעריי".

איר האט נאכנישט געהערט דערפון? קומט כ'העל אייך דערציילן: יעדן שבת דרייען זיך ארום מחנות בחורים מיט איין איינציגע אגענדע אויפ'ן קאפ: באכענען נשים!!!!

שוידערליך, אמת? 

יעצט שטעלט אייך פאר, אויב איז נישט גענוג די עצם רשעות אין שפלות פין באכענען נשים צדקניות אויפ'ן גאס, האבן עס די קווינסער בויעס גענומען א שטאפל ווייטער, נעמליך, מען האט זיך גענומען באכענען אין די הויכע חדשים! אזוי ווי איר הערט, לא פחות ולא יותר.
 וזאת מנלן? זייער פשוט, אונזער משהלע האט מיט די אייגענע צוויי שארפע אויגן געזעהן ווי מען באכעט א פרוי, און אזוי ווי ער האט ווארשיינליך געהאט צוטריט צו אירע מעדיצינישע רעקארדס (נאר וויאזוי דען?) ווייסט ער צובאשטעטיגן אז זי איז געווען אין די הויכע חדשים...! 

און הערט און שטוינט! למרבה האיראניע איז זי נאך א שנור ביי א זאלי! וואס דאס טראגט מיט זיך א דאפלטע משמעות, ס'טטייטש? קודם כל א זאלי'ס א שנור טראגט מיט'ן עירוב אקעגן די הוראה פין זיין רבי'ן. ולא עוד, נאר די זאלוינישע חי'שקייט פראסקעט אים נאך צוריק אין פנים אריין, זיין אייגענע שנור ווערט נעבעך אזוי מיאוס צובאכעט אין די הויכע חדשים!

העט איר אודאי ווייטער פרעגן, פון וואנעט האבן מיר די שטיקל אינפארמאציע? אויך נישט קיין קושיא. און זיין אומגעהויערע קוואל פין ידיעות ווייסט משהלע צובאשטעטיגן נישט נאר ווער די פרוי איז, נאר אויך ווער איר טאטע מיט איר שווער זענען. (זעהט אויס אז די מעדיצינישע רעקארדס קומען מיט פיקטשער איי.די.)
 
מיטגעהאלטן ביז אהער? אלרייט, דא קומען מיר צו די צווייטע טייל פון די מעשה.

אויב מיינט איר אז מיט דעם איז די טרויעריגע פרשה געקומען צו א ענדע, האט איר א גרויסן טעות. דעם בחור האט זיך דער גאנצער שפיל גארנישט אויסגעצאלט. בשעת דער מיאוס'ער ספעקטאקל איז זיך פארלאפן, איז זיך געשטאנען אינדערזייט אונזער משה'לע היקר, וואס ווי עס שטעלט זיך ארויס איז ער געווען אויסערגעווענליך אינפארמירט איבער די אומשטענדן ארום און ארום, און האט תיכף דערקענט דעם בחור, הנה הוא זה!! דאס איז א קווינס בחור, ולא עוד, ער קען נאך אפילו דעם טאטן
!!
משהלע טראכט נישט קיין צוויי, ער לאזט זיך ארויף אויף א זוך אקציע. אה, ענדליך טרעפט ער דעם טאטן אין שוהל שטיין אין די רייע נעבן סינק, מיט א שלש סעודות בילקעלע אין איין האנט, און ווישט דעם טעפל מיט'ן האנטוך מיט די אנדערע האנט, משהלע מאכט א ווארע, און דערנענטערט זיך צום אומשילדיגן טאטן און רוימט אים אריין אין אויער: "אייער זוהן האט געבאכעט אין די הויכע חדשים"!.

דער ערשיטערטער פאטער ווייסט נישט ווי זיך אהניצוטוהן פין שאנדע און ווייטאג, האמנם? מיין טייער קינד וואס איך האב געשיקט אין ישיבה לערנען און דאווענען, איז גאר רעקרוטירט געווארן אלס א הויכע חדשים באכערער? דער טאטע פארענדיגט דעם 'על נטילת ידים' און ביי זיך אין הארצן האט ער שוין א לעזונג צום פראבלעם: מיין צדיק'ל מוז פין די ישיבה ארויסגיין וואו אמשנעלסטן!!!!

געזאגט און געטוהן. דער טאטע קומט אהיים,  מאכט הבדלה, זעצט זיך מיט די עקרת הבית און גיבט איבער די פרישע החלטה: "אונזער זוהן גייט ארויס פין די ישיבה זאפארט!!!!!, "וואו?" אינטערעסירט זיך די מאמע, "אין א ישיבה אין מאנסי, כ'ווייס נאך נישט פונקטליך, איך וועל שוין פרעגן משהלע די אדרעס!", "הלואי, פין דיין מויל צו גאטס אויערן" ענטפערט די צובראכענע מאמע,  "לאמיר טוהן ווי שנעלער ויפה שעה אחת קודם.
וכך הוה.
צומארגנס אכט אזייגער צופריה, איז שוין דער הויכער באכערער בחור'ל געזעצן אויף די מאנסי טרעילס באס מיט א תהלימ'ל אין די האנט, און מיט טיפע חרטה געפילן אויפ'ן עבר, געבעטן פאר א נייעם בעסערן צוקונפט
 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ויקם דזשיגאן חדש = סקווירא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.