בעלז מאכט נאך סאטמער'ן שוועסטער
זעט אויס אז די יעצטיגע צייט האבן זיך די אלע חסידישע פארטייען אפגעשמועסט, אז כדי צו הייבן זייער ברענד נעים, איז יעצט די מהלך קעיר צו נעמן פון צניעות, איז נאכן געלונגענע אסיפה פון סאשע וועגן די דאוסטערס, האט יעצט די הייליגע בעלזע רעביצין געמאכט אן אסיפה וועגן די לאנגע שייטלען, נו, וועל מיר זען ווער ס'וועט פארכאפן די העידליינס. http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2895022&forum_id=771 (ס'איז כדי צו צושרייבן אין א נכתב בצידו, ח"ו קיינער מאכט נישט אוועק די אישו פון צניעות, און ווער נאך אזוי ווי סאטמאר ווייסט ווי שטארק מ'שלאגט זיך אויף צניעות, יעדער שטיק צייט , מאכט די הנהלת הרוחניות אינעם מיידל סקול, ובראשם הרה"ח ר' שלמה הערצאג שליט"א, אסיפות איבער דעי ענינים, יעדער צווי וואכן קימט אן פון בית רחל אויף פאסט, די הערליכע אויסגאבע 'פון אונזער אוצר', געשטעלט צו שטארקן די צניעות, אזש אזוי ווייט אז אפאר היימישע פרויען האבן געפענט די ערשטע קאמפעני וואס איז געשטעלט צו פארקויפן דייקא אויסגעהאלטענע זאכן מיטן נאמען 'בלא ריבען' וואס האבן שוין געשעפטן און אלע היימישע שטעט. אבער פון דעם אלעם האט נאך קיינער נישט ארויסגענומען ריווח, נאר די רבונו של עולם האט געשעפט א נחת רוח, אבער דעי פארטייען ניצען אויס נאכצומאכן די דור הפלגה פון 'נעשה לנו שם', איז עס ווערט א ליצנותא דעבודה זרה.
 |
|
|