היינט איז אנגעקומען די מעלדונג אין בני ברק, אז די אהרונים אין בני ברק זענען אריין מיט צווי וואכן צוריק אין די שטאטישע ערכאות קעגן שיכון קרית יואל קעגן טוישן די זאוינונג פון געוויסע בילדונג'ס אין סאטמארער שטעטל וואס וועט ערלויבן פאר יעדן איינוואוינער צו פארברייטערן זייערע דירות
מיט צווי וואכן צוריק ווען עס איז פארגעקומען די סאטמארער בני ברק'ער די"ת אין ניו-יארק האט דער אהרוני'שער טוען גרשון שפיגל געפאדערט פונעם בי"ד צוזאמען מיט זיין אויפזעהער הערשל האלצער, צו לייגן אן עיקול קעגן די זאווינונג טשענזונג, א פארלאנג וואס דער בי"ד האט גענצליך אפגעווארפן, איצט שטעלט זיך ארויס אז בשעת זיי האבן אנגעגעבן די פארלאנג אין בי"ד האבן זיי שוין גלייכצייטיג אנגעגעבן די תביעה לערכאות אן קיין היתר בי"ד.
די אנקלאגער וועלכע זענען אריין אין ערכאות זענען פיר יונגעלייט, ווי פאלגענד:
אשר אנשיל אילאוויטש בן ברוך אילאוויטש חבר הנהלת מרכז המוסדות
אברהם גליק א פלומעניק פון מתתי' דייטש און דער תורה שרייבער פון ר' חיים העארש מייזליש
יואל משה גליק א ברידער פונעם צווייטן גליק
אברהם יעקב טויסיג אן אייניקל פונעם זקן חסידי אהרן פון ירושלים ר' נחמן יאקאב
פון איין זייט שרייט מען גייט ארויס פון בג"ץ, פון צווייטן זייט טרעט מען אריין אין ערכאות אן קיין היתר בית דין
אזא פנים טראגן די אומפארשעמטע ברואים.
תוקן על ידי סוג ב- 25/05/2011 04:22:47
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 25/05/2011 04:26:01
נשלח ב-25/5/2011 04:32
פאר סאטמארע אידן בלייבט נישט מער איבער ווי זיך אונטערזינגען ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכנו.
יא, פון איין זייט איז א פרייד ווען מ'קוקט אויף צוריק און מען דערמאנט זיך די אלע הסתות און רשעות פונעם כת הידועה לשמצה, און סאטמארע אידן האבן זיך ווייטער געהאלטן געטריי צו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע טראץ די אלע רדיפות וואס מען האט זיך אנגעליטן פון דעם דזשיגאן עם הארץ, טראץ דעם וואס מען האט נאך דאן זיך נישט געקענט פארשטעלן ווי ווייט די זעלבע וועלן בוגד זיין אין די תוה"ק רח"ל.
אבער פון די אנדערע זייט ווי קען מען זיך פארשטעלן די צער פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע ווען אידן וואס זענען אויפגעצויגן געווארן אין זיינע מוסדות זאלן ליידער אזוי ווייט פארפארן ל"ע.
נשלח ב-25/5/2011 04:40
נעבעך נעבעך, איר מאכט אייך ללעג ולקלס, אין בני ברק איז בכלל נישטא קיין ערכאות און קיין בית המשפט און אוודאי נישט קיין בג''ץ, ס'איז דא א סיטי האל וואס הייסט א ערי-ה און יעדער וואס וואוינט אין בני ברק האנדעלט מיט ערי-ה, פונקט ווי אין יעדע שטאט אין די גאנצע וועלט, אפשר איז גיין אין ניו יארק צום בילדינג דעפארטמענט אויך ערכאות?, אפשר ביי די זאלי קעלבלעך...
_________________
נשלח ב-25/5/2011 16:31
איך פארשטיי
נאר אין תל אביב איז דא א בג"ץ, אין בני ברק נישט
נאר אין תל אביב איז דא אן ערכאות אין בני ברק אבער נישט
וועמען וויסטו פאפן
_________________
תוקן על ידי סוג ב- 25/05/2011 16:31:55
נשלח ב-25/5/2011 22:28
נו ווען גייט מנשה פילאפף אויפטרעטן מיט דברי מחאה???
נשלח ב-2/6/2011 01:53
פסק בית דין פון העדה החרדית קעגן די הולכי ערכאות וואס זענען אין ערכאות ללא היתר בי"ד
נשלח ב-6/6/2011 01:25
לאעליכם כתב:
נו ווען גייט מנשה פילאפף אויפטרעטן מיט דברי מחאה???
איך וועל ענטפערן מיט א קורצע הקדמה:
עס איז ידוע אז רביה"ק זי"ע איז געווען דער גרעסטער לוחם אנטקעגן די מדינה הציונית, דער רבי פלעגט ארגענעזירן פראטעסטן, רעדן און מעורר זיין ביי שלוש סעודות תורות אז אידן זאלן נישט נאכגעשלעפט ווערן, אבער אויב איז געווען א מצב ווי מען האט געקענט אויסטייטשן עפעס אנדערש, ווי למשל גיין מיט די אראבערס וכדומה, האט דער רבי נישט געלאזט פראטעסטירן, אפילו אויב מען וואלט געקענט אסאך אויפטאן, והדברים ידועים.
די זעלבע זאך דא, אויב זאל קהל יטב לב מאכן א מחאה אנטקעגן די אהרונים פארן גיין אין בג"ץ רח"ל, וועלן די חברה דאס אויפשפילן אז מען מיינט דא פארטיי, ממילא קען מען קיין עצרת מחאה נישט מאכן.
אבער זאלסטו וויסן אפילו מען הערט נישט קיין קול מחאה אז די אהרונים האבן אריינגעשטאכן א מעסער אין די תורה און אין יעדן איד בכל מקום שהוא, און יעדן טאג וואס זיי זיצן דארט אן א היתר בית דין זענען זיי עובר אויף די הארבע עבירה פון אנערקענען א גויאישע געריכט און זענען מייקר שם אלילים רח"ל.
עס איז צום האפן די אויבנדערמאנטע אידן וועלן זיך איבערטראכטן און צוריקציען פון די קלאגע און אביסל אראפנעמען דעם חרון אף.