בית פורומים אידישע געדאנק

ברעקינג! היסטארישע הייליגע הכנסת ס"ת - ביו"ט שבועות!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/5/2011 23:40 לינק ישיר 
ברעקינג! היסטארישע הייליגע הכנסת ס"ת - ביו"ט שבועות!

די הייליגע היסטארישע ירושה ספר תורה וואס איז נתקדש געווארן דורך די 3 לייבן
-די עבודה פון הייליגן צאנ'זער רב  -דער בעל דברי חיים זצוקק"ל,
 -און נאכדעם ביים זוהן דער בעל דברי יחזקאל - שיניאווער רב זצוק"ל
-און דאן ביים זוהן רבי משה'לע שיניאווער זצוק"ל
*
וועט אי"'ה פארקומען פייערליך,
ברוב פאר והדר במעמד אלפי ישראל,

ביום חג השבועות - יום מתן תורה, - פאר קריאת התורה,
און וועט תיכף נתחנך ווערן ביי קריאת התורה,

ווי ס'וועט געצויגן ווערן די גאלדענע קייט פון די לעכטיגע צאנז'ע דינאסטיע,
ווען רבינו שליט"א וועט אי"ה עולה זיין דערין!!
*
אה! וואויל וועט זיין די אויגן וואס וועלן דאס צוזעהן!


תוקן על ידי סטראבערי ב- 25/05/2011 23:44:33





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/5/2011 00:10 לינק ישיר 

איז פאראן קלארע זאכן אז די 3 צדיקים האבן אין דעם געליינט?

 





_________________

[/quote]

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 01:38 לינק ישיר 

גייט ארויס גיין פון רבי'נס שטוהב?

דאס גייט זיין א דערהויבענע געשעעניש!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 19:54 לינק ישיר 

די ספר תורה גייט אי"ה ארויסגיין פון רבינס שטוב נאך שחרית צום בית מדרש הגדול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 23:26 לינק ישיר 

די פאקטן אין קורצן ווי די שטוב מענטשן גיבן איבער:
2 אייניקלעך פון דברי חיים - תינוקות שנשבו - נעבעך,
האבן איבערגעלעבט דעם קריג,
און האבן מיטגעברענגט בירושה די ס"ת, וואס זיי האבן געהיט ווי א אויג אין קאפ, וויסנדיג די חשיבות דערפון.
יעצט ווען זיי זענען שוין אויף דער עלטער,
און נישט האבנדיג קיין יורשים,
האבן זיי אנגעהויבן צו זוכן א צאנזער אייניקל וואס זאל זיין וויליג און ביכולת צו צאהלן דערפאר, און זאל זיין ראוי עס צו באקומען,
*
במשך פון די לעצטע יארן האט מיט זיי פארהאנדעלט א שיינע פאר אייניקלעך, אבער זיי האבן דוקא געוואלט עס זאל אנקומען צו א רבי'שע הויף, און נישט פריוואט פאר א יחיד.
*
צווישן אנדערע איז עס געווען געאפפערט פאר רבי בנציון באבובער,
וואס האט אבער זיי אנגעשריגן פאר'ן בעטן  2 מילליאן דאללער,
און זיי האבן מער נישט געוואלט דילען מיט אים,
(אפילו נאך וואס רב"צ איז שוין נאכדעם צוריקגעקומען זאגענדיג אז ער איז מסכים צו פארהאנדלען אויפ'ן פרייז!)
*
דאן ר אהרן דידן וואס האט אויך פראבירט זיין א אויבער חכם, - און זייענדיג א ביטטערע קארגער כידוע -, 
זיי געגיבן אין 7'טן ריפ, פאר'ן בעטן 2 מילליאן, זאגענדיג, "עטס זענטס אלטע בחורים, עטס זענטס נישט ווערט צו האבן די היילגע ס"ת,  ווי וועט עס אנקומען??, איך גיב ענק 500 טויזענט דאללער, דאס אלעס".

זיי האבן ווייטער זיך באליידיגט, און זיך אפגעשאקלט פון אים, און נישט געוואלט מער פארהאנדלען מיט זיינע צענדליגע שליחום!.
*
אפאר חדשים שפעטער האבן זיי מיט די הילף פון א באבובע צאנזער אייניקל פראבירט 
צו קאנטאקטן ר' שמוא-ל ט"ב דער גבאי,
וועלכע האט אבער -נישט וויסנדיג אז זיי מיינען עס ערנסט-, 
זיך נישט געהעריג באצויגן דערצו,
דאן איז דער באבובע'ר אייניקל אריבערגעקומען,
צו רבינ'ס שטוהב און פארציילט וואס דא טוט זיך!,
----
די רבי האט זיך אויפ'ן נעקסן טאג פארבינדן מיט זיי
זאגן זיי אים די נושא, די אוצר וואס זיי האבן, און אז זיי פארלאנגען 2 מילליאן דאללער,
די רבי  - חכם עדיף מנביא -
האט אנשטאט האנדלען פרייזן, תיכף געזאגט:
"די זיידע'ס ספר תורה, איז ווערט, אפילו מער פון 2 מילליאן דאללער!"
---
די רבי האט דאן נאכ'ן באקומען אלע פרטים ארום די ס"ת פון צאנזע אייניקלעך ארום די וועלט,
אנגערופן רבי משה שמואל אויב ער וויל האבן א חלק אין אזא חשובע חפץ,
אויף וואס רבי משה שמואל האט תיכף מסכים געווען.
-------
נאכדעם האט זיך אנגעהויבן די פארהאנלינגען בכבוד הראוי
און זיי זעהענדיג אז דא מיינט מען עס מיט די מערסטע ערענסקייט און קיינער זוכט נישט זיי אראפצו קלאפן,
האבן מער נישט געוואלט האנדלען מיט קיינעם
און האבן אפילו אראפגעלאזט צו סוף די פרייז אויף האלב! =איין מילליאן.
--------
דרך אגב איז אינטערעסאנט אז דער צאנזער פון נתני' האט גערופן בעטן אז ער איז מסכים צו צאהלן דאפלט וואס מ'האט געצאלט עס צו אפקויפן פון רבי'ן.
ווי אויך האבן צענדליגע צאנזע אייניקלעך איבער די וולט אנגערופן דא צום רבי'נס שטוהב און אויסגעדרוקט הכרת הטוב פאטר'ן אויסלייזן די חפץ, אין וואס דער ד"ח פלעגט ליינען, און מעביר סדרה זיין (כידוע האט ער זיך געפירט צו מעביר סדרה זיין אין א ס"ת) ווי אויך צו בעטן ווען זיי קענען קומען כאפן א בליק דערויף!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/5/2011 23:45 לינק ישיר 

איך האף עס וועט זיין אנגעגרייט בעסער ווי פאראיאר ביים הכנסת ספר תורה, עס איז נישט געווען קיין פלאץ זיך צי רירען, איך געדענק ווען די ס"ת איז אריינגעברענגט געווארן צים היכל פון בית המדרש זענען צענדליגע אידען אונצווישען עלטערע אידן אומגעפאלן פון די שטופעריי. די געיטס ביי די סטעפס וואס זענען הארמאטיש אריינגעהאקט זענען ארויסגעריסן געווארן צוליב די וואג פון די גרויסע צאהל מענטשן וואס האבן אריינגעשטראמט אויף איינמאל.
 
שוין אפגערעדט וואס עס האט זיך אפגעטון ווען רבינו שליט"א האט געטאנצען אין די רינג מיטן ספר.
 
ווי פארשטענדליך וועט היי יאר זיין נאך אסאך גרעסערע עולם דעריבער האף איך אז די עסקנים דארט וועלן פון פריער זיך באווארענען און זיכער מאכן אז עס זאל זיין על צד היותר טוב אזוי אז יעדער דאל קענען מיטהאלטן די היסטארישע מאמענטן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 01:04 לינק ישיר 

דער סטראבערי האט מעשיות אז מען קען זיך באלעקן
אפשר ברענגסטו פראפ אז זיי זענען בכלל געווען ביים רבין אפפערן<?
און געב מיר ביטע א דעיט (בערך)?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 03:48 לינק ישיר 

זמן מתן תורתינו: כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וועט דעם יום טוב אריינגעבן די "ספר תורה" פון הרה"ק מרן בעל דברי חיים מצאנז זי"ע צום גרויסן סאטמארער בית המדרש אין וויליאמסבורג במקהלות רבבות אלפי ישראל

ריזיגער צוזאמענפאר פון טויזנטער חסידים פון איבער דער וועלט איז ערווארטעט צו דער גרויסער יום טוב און היסטארישער חגיגה


_________________

HTML clipboardSatmarNews



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 03/06/2011 04:11:53





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 04:21 לינק ישיר 

פארדעם רעדט דיין קדושל נאר צו יענקעלע גליק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 07:36 לינק ישיר 

כהן האלט שוין אריבער 55 טויזענט דאללער
די בידס קומען פון אינטערנאציאנאל!
פרטים יבואו!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-27/5/2011 18:02 לינק ישיר 

וואס איז מיט די איבריגע עליות? ביטע האלט אונז אינפארמירט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 05:06 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב עס בעלאנגט דא אבער עס וואלט געווען א שיינע זאך אז כאטש לכבוד התורה זאל מען אויפפיקסן די אריינגאנג צום שוהל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 05:10 לינק ישיר 

העיט טו דיסעפאינט יו,
די צאנזע אייניקלעך פארציילן אז די היסטארישע הייליגע ס"ת האט מורא'דיגע הידורים און חימרות,
וואס ווייניג ס"ת האבן אפי' היינט צוטאג!

אשרינו מה טוב חלקינו!
עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני!
______________________________________
*



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 03/06/2011 04:08:47




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-31/5/2011 01:43 לינק ישיר 

‎‎מענטעלע פון לעכטיג'ן ספר תורה




תוקן על ידי סטראבערי ב- 31/05/2011 01:51:40





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-31/5/2011 05:44 לינק ישיר 

אין קורצן 
1) דער ספר תורה איז פסול
2) ס'איז בלל נישט פון ד"ח
3) ס'איז נישט קיין חשובת א ס"ת פון ד"ח
4) ס'איז יא א חשובת אבער מיט 
100 טויזענט דאללער קען מען טוהן בעסערע זאכן
5) ער האט נישט געצאלט אזויפיל ער האט געצאלט ווייניגער
6) וכו' וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 21:46 לינק ישיר 

משהלע כתב:
איך האלט נאך אינמיטן פלאצן... איך האב געפלאצט פאר געלעכטער ווען איך בין געווען ביי משה שמואל זופניק אין בעיסמענט די פאריגע וואך, און צו קיקענדיג ווי אויף 8 טישן איז אויסגעשפרייט גליונות פונעם ספר תורה וואס משה שמואל האט געפלאטיעט א האלבע מעלאנע, ביי יעדן טיש זיצט א סופר און ארבייט מיט שווייס צו פארעכטן ס'זאל כאטש זיין כשר בדיעבד, ועל גבם שטייט דער באקאנטער סופר משה דוד טייטלבוים, און יעדע מינוט הערט מען א צווייטן סופר שרייען אז ס'איז אומעגליך דאס כשר צו מאכן, און משה דוד שרייט צוריק פראביר..., דאס דארף כשר ווערן אויף שבועות, אוי האב איך געפלאצט פאר געלעכטער... איך האלט נאך אין איין פלאצן...



אופפפפססססס! משהלע איז געווען ביי משה שמואל זופניק אין בעיסמענט.......

ווייזט זיך אויס אז נאכדעם ווי ער האט געסעטלט די פרשה מיט'ן בחור וואס באכעט נשים אין די הויכע חדשים, האט ער אנגעפאנגען א פרישע אונטערנעמונג.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעקינג! היסטארישע הייליגע הכנסת ס"ת - ביו"ט שבועות!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext