אן איבערקייען די גאנצע עקעלדיגע געשיכטע וועלכע איז שוין אויסגעדראשן פון כמעט אלע צדדים וויל איך פרעגן א שאלה פון די וואס גלייבן אז סקווירא רבי איז א ערליכער און מיינט דעם באשעפערס כבוד.
עס איז קיין ספק נישט אז די מעשה האט אנגעשטינקען יעדעס איד וואס גייט מיט הוט און רעקל. ביים גוי\ליטוואק\מאדערענער טראגן די חסידישע אידן א פנים פונקט ווי די מוסלאמענער דשיהאדיסטען רח"ל. דאס איז א חילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו וואס אזאנס האט שוין לאנג נישט פאסירט, אפשר גאר נאך קיינמאל נישט פאסירט!
עס איז קיין ספק נישט אז ווען אזא מעשה זאל זיך אפשפילן אין סיי וועלכע אנדערע פלאץ וואלט זיך דער מנהיג אויפגעשטעלט און געהאקט אין טיש אז אזאנס האט נישט געטארט פאסירן!
סאטמאר רב ז"ל האט ארויסגעווארפן פון ביהמ"ד אזאנע וואס האבן געטון אזעלכע שריט (ווייניגער דראסטיס ווי רציחה ממש, כידוע). לאמיר נעמען לדוגמא רמ"ד אונגאר, עס איז ביי מיר קיין ספק אז ער וואלט פארפירט שרעקליך נאך אזא מעשה.
לאמיר זאגן אז די רבי האט נישט געוויסט פאראויס (איך גלייב אז ער האט נישט געוויסט), אבער פארוואס שווייגט ער יעצט?! פארוואס האט ער נאך נישט געשריגן אויף זיין עולם "היתכן אזאנס זאל פאסירן?" זיין שווייגן צייגט "שתיקה כהודאה" "ומדשתקי רבנן שמ"מ דניחא ליה"!
מאך דיך נישט אזוי תמ'עוואטע, ווער האט מוחה געווען ווען עס איז געווען אין סאטמאר א 'נסיון לרצח' אויף יצחק לייב וויינגארטן, און שפעטער אויף אלטר משה גאלדבערגער, און אויף ילד שעשועים מיט 64 נפשות וכו' וכו'
און בעלזא איז געווען אויף אהרן משה שווארץ וכו' וכו'
ע"כ פון אישי
טאקע ווייל עס איז נישט געווען קיין מוחאה אין סאטמאר קעגן דעם 'נסיון לרצח' און קעגן די שריפה פון ילד - זענען דא היינט "צענדליגע טויזענטער" ערליכע אידן וואס שפייען ווען זיי הערן דעם נאמען אהרן טייטלבוים!
וועגן בעלזא מיט אהרן משה שווארץ בין איך נישט באקאנט. דאס צייגט טאקע פארוואס דער סקווירער דארף טאקע יא מוחה זיין, ווייל זיינע שטיק זענען יצעט צושפרייט אין אלע עקן וועלט, אנגעהויבן פון CBS און גענדיגט ביי AL JAZZERA זיינע מעשים מאכן א שווארץ פנים פאר יעדן חסיד
הזאת א מנהיג ישראל? הזאת אדמו"ר?
אויב די תירוץ איז יא, האב איך שוין נישט קיין שאלות, מיין פראבלעם איז אז אין מיינע אויגן איז ער נישט קיין רבי נאר א פאלנער... (איך שרייב נישט ארויס משום תקנות המקום)
תוקן על ידי נפל ב- 26/05/2011 05:57:40
נשלח ב-26/5/2011 08:20
נפל, איינמאל בין איך מסכים מיט דיר. קענסט דאס גלייבן?
יא, ער איז שולדיג אן ענטפער פאר יעדן איד וואס גייט אנגעטוהן ווי א חסיד. ער האט מחלל שם שמים געווען מסוף העולם ועד סופו, ומדשתק שמע מינה דניחא לי'.
תוקן על ידי המהדרין ב- 27/05/2011 06:33:27
נשלח ב-26/5/2011 15:51
איך גיי נישט פארענטפערן סקווער, עס איז קלאהר אז דאס וואס האט פאסירט, איז שולדיג (indirectly) אין דעם דע נארישע הנהגה וואס גייען מיט דע קאפ אין וואנט אין פירען א דיקטאטורישע הנהגה וואס האט נישט קיין שאנסן מצליח צו זיין אין די היינטיגע מאדערענע אופענע וועלט.
אבער מיסטער "נפל" קען דע שאלה נישט שטעלן, ווייל בא אונז איז דא א כלל פון "מום שבך אל תאמר לחבריך" און "טול קורה מבין עיניך".
טאהש האט א לאנגע היסטערי פון שלעגערייען און פון חילול השם, עס שטייט מיר פאר די אויגן די מעשה מיט דעם יונגער מאן וואס מען האט געוואלט אדער פארטריבן פון זיין הויז.
איז זא מוחל אין זיץ שטיל.
הוץ פון פארשטייט מיין נארישער שכל, אז א מנהיג ישראל וואס האט אינטער זיך הינדערטער אדער גאר טויזענטער תלמידים וואס לערנען תורה, דינען דעם באשעפער, אין א דאנק אים שטיגען זיי אין רוחניות, און ער טיט נישט עפעס אנדערשט במשך דע טוג חוץ לערנען אין דאווענען, און אויסהערען ציברוכענע הערצער אין פרובירען זיי צו העלפען, אזא איינער דארף נישט געבען קיין דין וחשבן פאר א יונגע ליידיק גייער, וואס חוץ זיצען ביים קומפיאטער אין לאזען די פינגערס טאנצען אופן קיבורד אין שיסן פעך אין שוועבל אויף גדולי ישראל טיט ער גארנישט אויף פאר כלל ישראל.
אין אז מען לאזט מיך שוין צים ווארט, וויל איך מוחה זיין אויף די ווערטער פון א צווייטער חכם, וואס מאכט לצנות פונם סקווערן רבין ווי ער וויינט ביי די ברכה פון "על ביעור חמץ", אז ער בעט דעם באשעפער אז דע שריפה אויף רוטנבערג זאל מצליח זיין.
בין איך דא דער איינציגסטער וואס האלט אז דער שרייבער פון די שורות דארף urgent גיין צים פסיכיאטער ?
נשלח ב-26/5/2011 16:42
ניין! ביסט נישט דער איינציגער! איך האלט אויך אזוי! איך האלט נישט פון סקווירא רבי מער ווי פון סיי וועלכע אנדערע רבי, ס"ה וואס איך האלט אז ער איז א ערליכע איד און פאקטיש איז ער א מנהיג ישראל. דער פראבלעם מיט דעם שרייבער איבער על ביעור חמץ איז א אלטער פראבלעם פון די זאליס/בני יואל וואס אויפוואקסנדיג תחת כנפי יאשקע משומד און רז"ל האט מען זיי אויסגעלערנט אז מען דארף חוזק מאכן מכל הקדוש לנו, יעדער וואס זאגט א ערנסט ווארט אדער האט אביסל א התעוררות ווערט באצייכנט אלס קוק ימ"ש, פארוואס? ווייל קוק האט עס אויך געטון. איך בלעים זיי נישט, אין די עטליכע יאר וואס מיר זענען נאך געווען אין בצל רביה"ק הברך משה נאכדעם וואס דער בן הגנב האט זיך דארט אריינגעזעצט, איז אויסגעקומען עטליכע מאל צו הערן אים דאווענען פארן עמוד, און ממילא אז מען וואקסט אויף מיט אזא מנהיג וואס געט נישט אפילו איין קרעכץ ביים דאווענען, ס'פרירט ווי א סענטראל עירקאנדישן, א מנהיג וואס ביי זיין אייגענע טאטעס לוי' האט ער קוים א טרער געלאזט, אזויפיל האט ער געדענקט צו זאגן "דו האסט געוואוסט אז דו ביסט גארנישט", איז פארשטענדליך ווי אזוי די זיינע חסידים רעדן.
דו מעגסט האבן א סכסוך מיט סיי וועמען דו ווילסט, און דו האסט א רעכט נישט צו האלטן פון יענעם, אבער צו מאכן ליצנות ווען יענער האט א התעוררות מאיזה סיבה שיהי'? ווי אזוי ווילסטו דיינע קינדער זאלן אויפוואקסן? אזא קאלטע לעבער ווי רז"ל?