|
|
| נשלח ב-27/5/2011 06:54 |
|
| |
סקווירא רבי פארדאמט די אקט און בעט פאר ר' חיים אהרן'ס רפואה!
אין א שמועס פאר די בחורים אפאר מינוט צוריק האט די סקווירא רבי שרעקליך פארדאמט די אקט. ער האט געזאגט אז עס אסור דאס צו טוהן און בפרט מזיק זיין א יוד בגוף! ער האט געזאגט אז מען דארף מתפלל זיין אז די וועלכע מען האט זיי גורם געווען צער זאלן האבן א גאנצע רפואה און אהיימקומען בשלימות געזונט! די שמועס האט ער געגעבן פאר א קבוצה פון בחורים מצויינים וועלכע האבן זיך פארהערט גאנץ מסכת כתובות און געבעטן אז זיי זאלן דאס איבערגעבן פאר אלע בחורים פון ישיבה, און פאר אלע איינוואוינער פון סקווירא! מער פונקטליכע דיבורים וועט נאכפאלגן אזויווי איך וועל האבן די אינפארמאציע!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2011 07:08 |
|
| |
יישר כח בעלרעיון פאר די געוואלדיגע נייעס
איך קען דערווייל נישט רעדן וועגן די נושא, איך וועל זיך איבערשלאפן און לאזן וויסן וואס מיינע געדאנקען זענען.
אויף יעצט שפיר איך שוין בעסער
תוקן על ידי נפל ב- 27/05/2011 07:10:51
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2011 07:13 |
|
| |
8456788363 121 11# 96
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2011 07:29 |
|
| |
ער רעכנט אויס, אז די עיקר באדערט אים 1) זיין (פאליטישע) עגמת נפש 2) און אז דאס איז נישט די 'סקוירא וועג'
אלענפאלס האט ער זייער גוט געטוען אז ער האט גערעדט. נאר פארוואס זאל עס זיין אין פראנט פון אפאר געציילטע בחורים, און נישט פאר די גאנצע שטעטל???
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2011 20:04 |
|
| |
אויכט מיר א מחאה דאס איז די ווערטער וואס ער ניצט, מען האט עם גורם געווען א עגמת נפש, מען דארף באמת נישט דערמאנען אפשר איז כדאי נאכמאל צודערמאנען ??????????? וואס????????? ער האט געהאט עגמות נפש ???????????????? אידן זענען אין צער און זיי דארפען א רפואה!!!???וואס??????????? וואספארא פראוד איז ער, א גאנצער וואך דרייעט זיך איבער די יודישע וועלט, די ניו יארקער פרעסע, און דאס וואס ער האט צוזאגן, גיוו מי עי ברעיק....................... עס וואלט שוין געווען בעסער אז ער רעדט נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2011 20:09 |
|
| |
אבי מען קריטיקרט וואס פארשטייסטו נישט, ער וועט זאגן ס'איז א עבירה, ועלן זיי זאגן די רבי זאגט נאר אזוי מחמת גודל ענוותנותו, די גאנצע ציל איז דאך מהנה זיין דעם רבין, זאגט ער אז ס'איז אים א עגמת נפש ובאותו לשון האט סיי רבינו הברך משה און סיי יבלחט"א רבינו שליט"א זיך כמ"פ באנוצט ביי דרשות ביי אזעלכע געשענישן
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2011 01:31 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | איך האב הנאה צו זען ווי זי זאליס ווערן די צדיקים מעסטערס (ווי?) און מחשבות ליינער, זיי ווייסן ווער עס מיינט עס ערענסט און ווער עס מיינט נאר כבוד(ווי?), טאשער רבי מיינט עס ערענסט, סקווערער רבי מיינט נאר כבוד(ווער האט דעס געשריבן?), איי אין טאש איז אסור ווי חזיר צו מאכן א עקסטער מנין, פונקט ווי אין סקווער, אבער דער טאשער מיינט לשם שמים און דער סקווער מיינט לשם טעראר(ווי?), און נאך שענער, דער קול גדול, צו קול טיפש גדול, איך געדענק נישט פונקטליך שרייבט: די שורש פונעם פראבלעם איז אז מ'נעמט א מענטש א בשר ודם און מ'פאגעטערט אים אלץ אן אפגאט, דער שוטה מיינט(ווי?) אז דער דברי יואל איז נישט געווען קיין בשר ודם, צו דער בעל שם טוב אדער משה רבינו, אלע זענען געווען בשר ודם, זיי זענען אלע געווען א ילוד אשה, און ביי אלע איז געווען ווער עס האט זיי פארגעטערט און אלעס וואס זיי האבן געהייסן האבן זייערע נאכפאלגער מקיים געווען, ווידער האבן אלע געהאט מתנגדים וואס האבן זיי ווידער שפעניגט, ביי איינעם האט ער געהייסן קורח, ביי איינעם האט דאס געהייסן מתנגדים, ביי איינעם איז דאס יאשקע וואלדמאן און ביי איינעם הייסט דאס ראטענבערג, פונקט ווי דער סאטמארער חסיד האט געהאלטן אז דער רבי זי''ע איז א הימל מענטש, און אלעס וואס ער הייסט איז קודש קדשים און טאמער קומט א רבי אביש פון קראלי און פאלגט עם נישט קומט עם טויט שטראף, איי רבי אביש איז געווען א צדיק תמים א קדוש וטהור, (כפי עדותם של תלמידי קראלי) אבער אז ער טיט אנדערשט ווי דער סאטמארער רבי וויל איז אחת דתו, נו, פארוואס האט דער סקווירא'ער חסיד נישט די זעלבע רעכט?, פארוואס טאר ער נישט האלטן אז זייער רבי איז א הימל מענטש, און זיין רצון איז מחייב יעדן ובפרט אין זיין אייגן שטעטל, איז דער סקווירער רבי מער בשר ודם ווי דער סאטמארער רבי?,
איך ערווארט נישט פון די זאליס א נארמאלן ענטפער, איך קען שוין זען ווי זיי וועלן אנהייבן צו שעלטן אז דער שייגץ משהעלע איז מדמה דעם דברי יואל צו סקווערער רבי, אבער דאס איז נישט אמת, איך בין נאר מדמה די רעכטן פון די סקווערער חסידים צו די רעכטן פון די סאטמארע חסידים, יעדער האט א רעכט צו האלטן וואס ער וויל, און אויב איז ריכטיג פאר די סאטמארע חסידים צו שלאגן און הרגענען פארן כבוד פון זייער רבי, וואס זיי האבן פלענטי געטון, כאטש איך האב נישט קיין ווידיא, נאר "די גאנצע וועלט ווייסט דאס"(וועלעכע וועלט?) אזוי האבן די סקווערע חסידים א רעכט צו שלאגן און צו הרגענען פארן כבוד פון זייער רבי, אני הקטן האלט אז ביידע זענען נישט ריכטיג, און די זאליס שרייען דא(ווי?) אז פארן קלויזנבורגער איז געקומען ביצים אין קאפ ווייל ער האט זיך מתחצף געווען פארן סאטמארן רבי, במילא קומט עם אבער סקווער טאר נישט, און אין מיין בוק איז דאס היפאקראטיע עד אין לשער. |
|
טייערע משה'לע כ'וואלט דיר געראטן איבערצוליינען די אשכול פון אנהייב און נאכדעם דיין תגובה, וועסטו זען אז מאכסט אליין אוזערע טענות און די פרעגסט עס אָפ .
צו נפל: איך בין נישט באקאנט גארנישט וואס טוט זיך אין טאהש, אבער ר' חיים יוסף ג-אטליעב קען איך גיט , ער איז א צדיק פון א אינגערמאן, מעגסט שרייבן ר'.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 03:11 |
|
| |
די ארונים אויפ'ן פארק, און בכלל זעננען מעידזשער לוזערס. זיי דרייען זיך שוין ארום א גאנצע וואך אז ס'איז גארנישט, און דער סקווערער דארף נישט מוחה זיין, גוט האט ער געטוען.....
אזוי ווי שוואגער אהרן האט נישט מוחה געווען אויף י. ל. וויינגארטן'ס שלעק (וואס דרייט זיך אגב אין משה גבאי'ס שוהל, אויף ראדני סט., - סאו פארדרייט נישט קיין קאפ אז משה איז געווען שולדיג, וויל ווען יא וואלט ער געלאפן צו אהרנ'ן...)
און אזוי ווי שוואגער אהרן האט נישט מוחה געווען אויף'ן ילד פרשה וואס אין ווילאמסבורג ווי משה גבאי וואינט, איז אזאנס קיינמאל נישט פארגעקומען! נאר אין ק"י * למעשה שאס! דער סקווערער האט זיי אלע אויסגעשפיעלט! א שאד אויף רבי_יונה'ס און משהלעס, טינט געווען ..........
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 03:45 |
|
| |
די דברי מחאה 'ענען געווען געדרוקט אינעם אפיציעלן סקווירא גליון "בחצר הקודש" אין א קעסטל אויפן ערשטן פעידזש
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 20:25 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | | אבי מען קריטיקרטוואס פארשטייסטו נישט, ער וועט זאגן ס'איז א עבירה, ועלן זיי זאגן די רבי זאגט נאר אזוי מחמת גודל ענוותנותו, די גאנצע ציל איז דאך מהנה זיין דעם רבין, זאגט ער אז ס'איז אים א עגמת נפשובאותו לשון האט סיי רבינו הברך משה און סיי יבלחט"א רבינו שליט"א זיך כמ"פ באנוצט ביי דרשות ביי אזעלכע געשענישן
_________________
|
| ליגנט וועסטו פארקויפן פאר א צווייטן, ווען אינטער ר' אהרן טייטלבוים איז פארגעקומען טעראריסטישע אקציע'ס האט זשיגאן געפינען פאר וויכטיג יעדע מאל צו האלטן א "העצערישע דרשה" וואס פאר א געפערליכע שקצים די בני יואל זענען, און ווי שטארק עס "קומט זיך זיי פעטש" ארויסברענגענדיג אז דאס איז אונזער דרך "אזוי איז געווען אין סיגוט און אזוי איז געווען אין קראלי" (שקרן ומוציא שם רע) ער האט גיט פארשטיין געגעבן וואס פאר א שלעק עס קומט זיך פאר די "מחוצפים"
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 30/05/2011 23:41:45
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 20:36 |
|
| |
און דער לץ האט אלס ציגעלייגט נאכן גוט מסביר זיין וואסערע פעטש עס קומט זיך זיי, אבער בחרים זענען נישט די וואס דארפן געבן די פעטש, זעהט אויס אז דאס האט ער געדארפט צילייגן ווייל אויב נישט וואלט וואלןסח געווארן אויס חסיד.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 23:10 |
|
| |
איך הער אז דער סקווער ב.פ.'ער טענה'ט אז ער האט באמת סך סך מער מענטשן ווי דער סקווערער פון'ם שטעטל, נאר ער לאזט אלע זיינע מענטשן פון באראפארק דאווענען אין פריוואטע מנינים, אין אלע שוהלן אין שטאט............
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 23:55 |
|
| |
א וואך נאכדעם וואס מען האט פאברענט ר"ל ראטענבערג, האט זיך די סקווירא מנהיג דערמאנט אז מען דארף הענגען צעטלעך צו דאווענען פאר אים. ווי איז ער געווען די גאנצע וואך? נאר ווייל די פרעשור איז געווען אזוי גרויס האט ער געמיזט טוהן. דאס מיינט א היפריקאט פון ערשטע קלאס, ווי אזוי קען מען נאך האלטען פון אים נאך אזא מעשה?? קוקט אויס קעלבעלעך בלייבען קעלבעלך
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 00:35 |
|
| |
איך וועל נישט פראבירן צו פארענטפערן אלע נארישע פראגן פון די וואס האבן באשלאסן אז משהלע איז דע אישא, יענער (קוק ווינקל) וויל וויסן "ווי ווער האט עס געשריבן", ווי גלייך איך וועל עם אנהייבן געבן מראה מקומות, אז ער וועט איבערליינען די תגובות וועט ער אלעס טרעפן, דער צווייטער (געכאפטער) איז נאך אלץ פארנומען מיט שפינען עפעס א שייכות פון די מחלוקת אין סקווער מיט רבי אהרן טייטלבוים, און לויפט שוין באלד אויס פון שקרים וכזבים,
דער דריטער, (נייפעלע) ווייסט נאר פון לייקענען, און פון די פראגעס וואס ער קען נישט ענטפערן איגנארירט ער לגמרי, ער פראבירט צו לייקענען שטיין און ביין אז אין טאש האט מען זיך קיינמאל נישט געשלאגן, והראי' "היינט צו טאג" איז דא א מנין אין טאש און מען שלאגט זיך נישט, אויב אזוי האט מען זיך אין קרית יואל אויך "קיינמאל" נישט געשלאגן, ווייל "היינט צו טאג" האבן די בני יואל בתי מדרשים און מוסדות און מען שלאגט זיך נישט!, ווי אויך זאלן די סקווערער צו ווארטן אויף א יאר ארום, און זאגן אז מען האט זיך "קיינמאל" אין סקווער נישט געשלאגן, ווייל "היינט צו טאג" איז דא נאך א בית המדרש אין סקווער (וואס גייט מסתמא געשען), און קיינער שלאגט זיך נישט, נייפעלע, נייס טריי, און טאש איז געגאנגען מכות רצח פאר נישט גיין אין שפאן, כמעט ווי אין סקווער, אבער לאמיר דאס לייגן אינדערזייט, וואס איז מיט די אנדערע פראגן, פארוואס האסטו דאס איגנאריאט?, וואס איז מיט ר' שמואל בער גאטליעב? וואס איז מיט מענדל וועכטער? וואס איז מיט רבי אביש פון קראלי זצ''ל?, וואס איז מיט ילד שעשועים? וואס איז מיט יצחק לייב וויינגארטן? וואס איז מיט קלויזנבורג? וואס איז מיט ליבאוויטש? וואס איז מיט בעלז? נעמסט איין א שטומעניש און האסט געווינען, הא?...
דער פערטער (עם הארץ'ל) וואס איז דער גרעסטער פאנטאזירער און שקרן אויף די שפאלטן פון אונזער געהערטן פורום, פאקט ליגיונות איינס אויפן אנדערן, ער שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט, אבער ער שרייט אז ער דארף א טעיפ אדער א ווידיא, זיינע שקרים דארפן נישט קיין ווידיא, דאס דארף יעדער גלייבן, אבער פאקטן וואס יעדער ווייסט, דארף יא א ווידיא, ער טיט נעבעך אינטערשאצן די אינטעליגענץ פון אונזערע ליינער,
אבער גארנישט קומט נישט צו צו סטראבערי, ער איז פשוט א יודע מחשבות, ער ווייסט וואס איך מיין און וואס איך האלט, און וואס איך טראכט, ער בויט אויף א בנין און דאס ווערט שוין א פאקט, און אלעס איז אהרונים, אהרונים און אהרונים, למעשה איך האב איבער געליינט די תגובות פון די אהרונים נאכאמאל און נאכאמאל, און די זאליס הייבן נעבעך נישט אן צו פארשטיין וואס דער מדובר איז דא, איך וועל איין מינוט רעדן פון מיר, פון מיין מיינוג, איך וואלט איין טאג נישט געקענט וואוינען אין סקווער, דאס איז א פארנאטיש צוריק געבליבענע מדינה, א דיקטאטארישע רעזשים במלא מובן המילה, (צופרידן?) אבער ווען מען האט פארפירט אקעגן די קאמעניסטישע רוסלאנד האט פרעזידענט רעיגן נישט געשריגן, מיסטער גארבאטשאוו, טשענטש יור קאנטרי טו דעמאקרעסי!, ניין! ער האט דאס נישט פארלאנגט, וואס האט ער פארלאנגט? מיסטער גארבאטשאוו, טעק אוף דיס וואל, מאך אויף דיינע טויערן, ווער עס איז נישט צופרידן זאל זיך קענען גיין לחיים ולשלום, און דאס איז די טענה אין סקווער, ווען סקווער פרעגט מיך, (יא, איך בין שוין א חכם, פון די עקספיריענס אין קרית יואל...), וואלט איך זיי געראטן זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די וואס האבן באשלאסן אוועק צו גיין דאווענען, ווייל דער סוף וועט זיין אז זיי וועלן נאך עפענען בתי מדרשים אין סקווער, אבער זיי האבן דאך מיך נישט געפרעגט, און דער סקווערער רבי מיט זיין קהילה האבן א רעכט צו פירן זייער שטעטל כאוות נפשם, און די טענה איז, אז וועם עס געפעלט נישט קען זיך גיין לחיים ולשלום, קיינער בארעכטיגט נישט קיין רציחה און קיין אלימות, אבער דאס קומט (ליידער) מיט חסידות, קיינער איז נישט אימיונט, קיינער קיינער, נישט בני יואל, נישט די זאליס, נישט סאטמאר, נישט באבעוו, נישט וויזניץ, נישט טאש, נישט בעלז, נישט תולדות אהרן, קיינער.
די נארישע טענה אז מען לעבט אין אמעריקא, און יעדער קען טון וואס ער וויל, איז אזוי נאריש אז מען דארף זיין א פארשטאפער זאלי קאפ נישט צו פארשטיין, אמעריקא איז געשטעלט אויף פרידום אויף רעלידזשאס, יעדער קען פראקטעצירן וואס ער וויל, און אפילו בכלל נישט פראקטעצירן רעליגיע, די גאווערמענט וועט שטיין על המשמר אויף ביידע זאכן צוגלייך, מען קען קיינעם נישט צווינגען צו זיין ריליגיעז, אבער מען קען קיינעם נישט שטערן פון פראקטעצירן זיין רעליגיע, יעדעס יאר בין כסא לעשור ווערן גאסן אין וויליאמסבורג פארשפארט פאר עטליכע טעג, פארוואס? ווייל די דזשו בויעס מאכן א כפרות צערעמאניע, נו, וועט קומען א גוי אדער א פרייער און שרייען געוואלד, איך וויל דא אדורך פארן, און די קענסט מיך נישט צווינגען ארום צו פארן וועגן רעליגיע, זאגט עם די גאווערמענט, מיר זענען פארפליכטעט צו לאזן די אידעלעך פראקטעצירן זייער רעליגיע, און אויב איז דיר דאס אומבאקוועם, סא בי איט!!!, די זעלבע איז ביי הכנסת ספר תורה, ווי מען שפארט אפ גאנצע גאסן פאר רעליגיע, אזוי אויך ערב פסח ווי מען פארייכערט די גאנצע שטאט מיט ביעור חמץ, און אזוי אויך להבדיל ביי א קלויסטער, ווי יעדן זונטיג איז דארט נאו פארקינג א גאנצן טאג, קען זיך דען א אידעלע וואס וואוינט אויף דעם זעלבן בלאק פארפירן אז ער איז נישט פון די רעליגיע, און ער וויל יא דארט קענען פארקן, אבער ניין! פרייהייט פון רעליגיע גיט זיי דאס רעכט אוועק צו נעמען פון דיר די פארקינג פריווילעגיע לטובת די אנדערע רעליגיע,
לאמיר צוריק גיין אויף סקווער, דער גרעסטער רחמנות איז אויף דעם בחור, וואס וועט לכאורה זיין דער שעיר לעזאזל, די פרעשער וועט זיין זייער מעכטיג ער זאל באקוןמען א הארבן שטראף, מסתמא ארבייטן די לויערס אויף דעם קעיס און איך וואונטש זיי הצלחה, דער בחור וואס האט געטון א געוואגטן שייגץ'שטיק שריט, וועט שוין זיכער נישט טון אזוינס, און איך וואונטש עם אפצוקמען מיט א מילדע שטראף, אבער לדעתי, וועט סקווער נישט ליידן, ווייל די גאווערמענט קען זיי נישט איינטיילן וואס זייערע תקנות זאלן זיין, מיר וואוינען טאקע אין אמעריקא, אבער טאקע וועגן דעם קען זיך די רעגירונג נישט מישן אין רעליגיע, און זיי וועלן ווייט אוועק שטיין דערפון, לאמיך אייך פרעגן, וואס וואלט געווען אויב עפעס א חצופה באשליסט אז ביי א לוי' וואס איז לכולי עלמא אויף פאבליק פראפערטי, צו וועלן שטיין אויסגעלאסן דייקא לעבן סקווערער רבי, וועט זי קענען טענה'ן אז דאס איז אמעריקא און מען אויף איר נישט ארויף צווינגען רעליגיע?, געוויס אז נישט, אויב פראבירט זי דאס צוטון וועט די פאליציי איר הייסן תיכף אפפיצן פון דארט און אויב פאלגט זי נישט ווער זי ארעסטירט פאר דיסארדלי קאנדאקט, דאס איז אמעריקא, און דאס איז ביידע זייטן פון די מטבע.
 |
|
|
|
|
|